בלאט 1 פון 1

Re: די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 4:04 pm
דורך נעגעל וואסער
איך האב גערעדט מיט אסאך מיני מענטשען, קיינער האט נישט געוויזן קיין גלי. כ'גלייב אויך נישט אז עס איז פארהאן אזאנע פארשוינען.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 5:53 pm
דורך קפה נמס
מיט וועם איך האב נאר גערעדט האב איך נישט געזעהן קיין שמחה אויף קיינעם. און אוודאי און אוודאי איז נישטא קיין שום בושה מיט אזא בילד, פארקערט, עס איז גאר הייליג און ברענגט ארויף נאכאמאל אויפ'ן אויבערפלאך די שוידערליכע חורבן וואס די נייע דור קען גאר נישט באגרייפן וואס אונזערע עלטערן זענען אדורך. אזא בילד שרייט פון זיך העלדישקייט ווי נאך אזא דורכגאנג האט מען זיך געקענט צוזאמנעמען די צובראכענע ביינער און זיך אפשאקלען פון די שטויב און אנהייבן אלץ פון פריש..

וואס איז אבער יא טראגי-קאמיש, און דאס האבן יא מאנכע דערמאנט מיט א זויער שמייכל, אז הלא דבר הוא אז דער וואס זיין זוהן האט זיך צורעדט מיט זלזול און פרעכהייט אויף די קדושים וואס האבן זיך געמוזט אראפנעמען דאס בארד, פונקט ביי זיין טאטן זאל נתפרסם ווערן זיין בילד, ווי צו דערמאנען פאר דעם רבי'ן פון קר"י זאל זיך אכטונג געבן אביסל דעם דיבור..

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 6:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דריי נישט קיין קאפ, רעבארן האט א גרויס מויל האט ער עס געזאגט אפן און גראב, זלמן לייב האלט אויך אזוי נאר ער ווייסט זיך צו האלטן דאס מויל, ווען איך בין אויפגעוואקסן איז עס געווען פון די סאמע יסודות פון סאטמאריזם. די זאלונים קענען איינרעדן די גאנצע וועלט אז זיי זענען אויפגעשוידערט פון רעבארנ'ס דיבורים, אבער זיך אליינס קענען זיי נישט פאפן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 8:12 pm
דורך יואליש
די פאקט אז מאנכע האלטן ס'איז "א בושה" און ווערט צו צענזורירן זאגט אז ס'איז דא געניג וואס זעהן נישט דאס בילד פאר וואס עס איז, א דערמאנונג אויפן אומבאגרייפבארע פארניכטונגס און די אומבאגרייפבארע ווידעראויפבוי, בכלליות ופרטיות. כ'האב געקענט אידן וועלכע האבן פארציילט ביים סדר נאכט אויפן היסב בעט אינעם קיטל פאר די אייניקלעך ווי ער האט זיך פארסמאקעוועט מיט פערדן פלייש צו דערהאלטן ביים חיות און די טונקעלסטע זמנים. ס' איז א בושה אז מ'ברויך פארטיידיגן די געליטענע פאר זייער פיין.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:31 pm
דורך ארי נוהם
ווי איך האב געשריבן אין א דערבייאיגן אשכול:

דער דאזיגער בילד איז קודש קדשים, אזויווי דאס בילד פון דער קדוש ה' מבעלזא וואס איז געראטעוועט געווארן פון די נאצישע רשעים און ס'איז פאראייביגט געווארן דער חותם ה' מיטן בילד וואו ער גייט אן א בארד. כבר כתבנו אין יענעם טרויעריגן אשכול פון דעם פי האתון ממאנרא, אז לדעתי ליגט דעם צלם אלוקים דווקא אין אזא בילד. דאס ווייזט ווי א איד איז אריבער די ביטערע צרות עד הסוף, און איז פארט פארבליבן אן ערליכער איד (און אפילו אויב נישט, ווייזט עס אויפן ליידן צוליב זיין א טייל פונעם אידישן פאלק), און דא ליגט דער צלם אלוקים.

צו חוזק מאכן פונעם ברך באזירט אויף דעם בילד איז רשעות און געמיינהייט, נישט בעסער פון די מאה שערים'ניקעס וואס מאכן ליצנות פונעם ביטערן האלאקאוסט מיטן נאכשרייען סאלדאטן "נאציס", א נאמען וואס איז רעזערווירט פאר די דייטשע בעסטיאלן וואס האבן גע'שחט'ן די זיידעס פון די מאה שערימ'ניקעס און די איזראעלישע סאלדאטן ביינאנזאם.

דער בילד פונעם ברך דארף ברענגען טרערן אין די אויגן, און עס דארף אריינגעלייגט ווערן אין א ראם, צוזאמען מיט די בילדער פון אנדערע אידן וואס זענען אדורך דעם קריג און זענען געבליבן מאמינים בה' און האבן מיט איבערמענטשליכע כוחות איבערגעפלאנצט אידישקייט נאכן חורבן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 23, 2019 10:52 pm
דורך אישתישבי
טאמער קען מען עפעס צוריק ווארפען אין פיסק פין דער וואס האט חוזק געמאכט פין קדושים וטהורים וואס די נאציס ימ"ש האבן זיי אפגעגאלט פין נזירים, און ארויסברענגן אז עס איז נישט הלכה כמותם ווייל כאילו זיי האבן נישט געהאט גענוג זכותים צו האַלטן דער בארד, איז עס הונדערט פראצענט אויסגעהאלטען צו ווייזען דער בילד פין זיין טאטע פאר דער פוער פיו כנגד ווער עס פאלט אים איין, און האט נעבעך נישט קיין כח המעצר, און זאגן קוק גוט אויף דער בילד פין דיין טאטע, אפשר וועט עס דיר ראטעווען פין עבירות די מחילה מויל, דער הייליגע דמות דיוקנו של אביו, און ער וועט רעדן ווייניגער קעגן יעדער זאך וואס שטימט נישט מיט זיין גרויסע בארד שכל.

און צום ענין, לכאורה איז בעסער פאר רעבארון, ווייל יעצט איז נישט הלכה כמותו פין זיין טאטע, און רז"ל איז נישט רב אין וויליאמסבורג.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 12:40 am
דורך ביבער
איך קלער אז ווען דער ברך ווייסט ווען וואסארא ביזיונות זיינע בנים גייען אים אנמאכן וואלט ער ווען געבליבן אזוי.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 12:58 am
דורך שושן פורים
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דריי נישט קיין קאפ, רעבארן האט א גרויס מויל האט ער עס געזאגט אפן און גראב, זלמן לייב האלט אויך אזוי נאר ער ווייסט זיך צו האלטן דאס מויל, ווען איך בין אויפגעוואקסן איז עס געווען פון די סאמע יסודות פון סאטמאריזם. די זאלונים קענען איינרעדן די גאנצע וועלט אז זיי זענען אויפגעשוידערט פון רעבארנ'ס דיבורים, אבער זיך אליינס קענען זיי נישט פאפן.


דאס אז דער סאטמאר רב בעל ויא"מ/דבר"י/עה"ג. איז געבליבן מיט די בארד איז א מציאות, דאס אז ער האט געטון אלעס אז מען זאל איהם עס נישט אפשניידן איז א פאקט. פילע אנדערע האבן אויך פרובירט ולא עלתה בידם אבער פאר איהם יא. זיינס א חסיד אדער תלמיד מעג עס איבערדערציילן און ארויסברענגן זיין רבין'ס מסירות נפש אויף א אידישע זאך אפילו פאר אנדערע איז עס נישט געלונגען.

אבער צו גיין זאגן אז דאס ווייזט אז ער איז גרעסער פון אנדערע צוליב דעם בלויז ווייל איהם איז עס געלונגען איז א פרעכהייט און שקר מיסודו.

אפגערעדט פון דעם אז עס איז נאר געלונגען ווייל ער איז נישט געווען אין אוישוויץ, פרובירן העט ער געזאלט זיך דארט ארומדרייען מיטן פאטשיילע ארום זיין פנים.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 3:02 am
דורך יואליש
ר' אהרן איז נישט דער ערשטער צו ניצן די פעטער'ס האלאקאוסט זקן פאר באמבאסטישע סאטמארע שטאלץ און עקסעפשינעליזם. זיין פאטער האט געהאט אן ענליכע סומאטאכע אין די נו"ן יארן ווען ער האט משמיע ביי א כ"א כסליו אויפטריט אז לעולם טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין פאר א בארד און דער פעטער וואלט זיך טאקע געשוירן אויב ס'וואלט געקומען דערצו אז זיין לעבן איז געווען אין א סכנה. נאר די חידוש איז אז פון הימל האט מען געהיטן אז ס' זאל נישט קומען לידי סכנה. פשט איז אז ס'איז געווען א באזונדערע השגחה, נישט א פערזענליכע מסירות נפש. און דער ברך האט דאס אפגעלערענט, ברוב שוואנצונותו, אז די נס איז געקומען כדי דער פעטער זאל קענען איבערפלאנצן אידישקייט, און פארדעם פעלט זיך אויס אלע מיסטישע כוחות וואס קומט מיטן אומראזירטע דיקנא קדישא וכו' (וראיה לדבר האט דער ברך דאן געזאגט, איז דאס וואס יוסל גבאי האט זיך ארומגעטראגן מיט א ראזיר געצייג אז אויב פעלט זיך אויס זאל ער דעם רבי'ס בארד פארשניידן אן א גאל מעסער). ממחרת פון די כ"א כסליו דרשה האבן די קעגנערס פונעם ברך געהעצט אז דער ברך טוט מינימיזירן דעם רבי'נס מסירות נפש אלעס כדי זיך צו ריינוואשן. די חסידים האבן גע'טעהנ'ט, אדרבה, פונקט להיפך, דער ברך האט אריינגעלייגט דעם פעטער און א באזונדערע קאטאגאריע פון א רבן של ישראל מיט באזונדערע סייעתא דשמיא ווייל ער האט געהאט א באזונדערע מיסיע, אין דער ברך האט דאס אזוי אפגעלערענט כאטש וואס דאס ספעציעלע סטאטוס פארן פאטער שליסט אים זעלבסט ארויס פון די קאטאגאריע.

ר אהרן האט געזאגט עפעס ענליכס. אויך עפעס א פשטל בכבשי דרחמנא מיט א שפאר ביסל סאטמארע שטאלץ. מה כל הרעש? יעדע חסידות האט א פערצענטע אני מאמין אז זייער רבי - און איבערהויפט זייער גרינדער - איז א יחיד בדורו, אחד היה רבינו, ולא קם כמותו מלפניו ולאחריו. סאטמאר איז נישט היטערשטעליג.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 4:30 am
דורך berlbalaguleh
יואליש: אין הכי נמי.ס'איז דא וויזניצער שואנצאנעס אלס א שיטה (הקדושה). און ס'איז דא סאטמאר'ער שוואנצאנעס. וואס איז נאר געווען א פליטת הפה פון א מנהיג. איין זאך איז זיכער אז מהר"א שליט"א וואלט עס אפשר נישט געדארפט צו זאגן. פשוט. כדי שלא לבזות די אלע צדיקים ווי דער סטראפקאווער רב זצוק"ל, וועלכע זענען געווען געצווינגען זיך אראפצונעמען די בארד. קיין איינער פון זיי האט עס נישט געטון אלס קלות, ח"ו. אויך. זיך רעכענענדיג מיט די אינגאצן אנדערע אומשטענדן און די הארבקייט און שטרענגקייט פון זיין געפאנגען ביי די נאציס, ימח שמם וזכרם וואס דער בעל ויואל משה איז געווען איינגעשפארט אין בערגן בעלזן. דאס נעמט אבער נישט אוועק פון דעם מסירות נפש וואס דער בעל ויוא"מ האט געהאט כדי צו בלייבן מיט די בארד. אבער אז ר' אהרן האט עס געמאכט פאר א קאנטעסט כאילו די אנדערע צדיקים זענען ח"ו געווען עפעס ווייניגער. זענען געקומען מענטשן און האבן אויפגעוויזן אז דער ברך משה אליינס האט אויך נישט געהאט קיין בארד בשעת די מלחמה. אבער איך בין זיכער א ס'נישט דא קיין איין איד וועם ס'שטעכט נישט אין הארצן זעהענדיג די פיקטשער פונ'ם ברך משה אונטער די מלחמה...!

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 7:03 am
דורך אישתישבי
אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 12:03 pm
דורך גאנצל
ווען סאטמאר רב שליטא האט גערעדט פון דעם ענין האט ער געוויסט אז זיין טאטע האט נישט איבערגעלעבט מיט קיין בארד , עס איז בכלל נישט געווען קיין נייעס ביי אים און פונדעסטוועגן האט ער ארויסגעברענגט זיין מוראדיגן נקודה אז מ'זעיט פון הימל האט מען בוחר געווען און זיין הייליגע פעטער ז"ל אז אזא בזוי ומבוזהדיג בילד פון אים איז נישטא

יאפ הלא דבר הוא

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 12:35 pm
דורך גאנצל
יא יא נישט גוט אויסגעדרוקט אזא בזוי ושפלדיגע מצב בילד

יא אמת באראכטענדיג דעם בילד און קענענדיג דעם ברך משה זיינע טיפע קרעכצן ביי יעדע דרשה מעומק לבבו זיין שטורמיש לעבן איז פלגי מים ירדו עיני שווער זיך צו בארואיגן, געשטאנען אומבאהאלפען קעגן אזעלכע רציחהדיגע רוצחים. וואס זיי האבן זיך ענזשויד צו שפילן מיט זייערע מורישקעס אוי ארויסגעריסען א געלונגענע רעבעצן מיט דריי זיסע שעפעלעך וואס זכרם לא ימוש מאתו. די רבי יבדל לחיים פארציילט ווי ער האט אמאל אלס יונגערמאן גערופן זיין טאטן פאר הילף ווען א קינד זיינע האט געפיבערט. דער ברך משה איז ארויפגעקומען צום קינד א קוק געגעבן און געבליבען צוגעבינדן צום קינד מיט זיינע מחשבות און זיך אונטערגעמורמעלט אסתר אסתר שפעטער איז מען דערגאנגען אז זיין טאכטערל וועמען מ'האט נעבעך אכזריותדיג פארגאזט האט געהייסן אסתר וויפיל פיינפולע מחשבות פון די שרעקליכע בילד פון זייער לעצטע מינוטן אין לעבן מיט קולי קולות זיך געזעגנט און דער טאטע פון די רבנים פון איינע פון די שענסטע שטעט אינדערהיים האט ניטאמאל געמעגט ארויסוויזן עמעאשענעל צייכנס און דא שטייט ער נעבן זיין אייניקל וואס האט אים דערמאנט אט דעם אסתר אוי ואבוי עיני עיני יורדה מים נישט מעגליך צו פארשטיין זיין אשת נעורים האט מען פארגאזט מיט א קינד במעי' אוי ווי אזוי גייט מען נישט אראפ פון זינען פון קלערן אוי ואבוי

ד' ינקום דם עבדיו בקרוב ס'זאל זיין קומם קהל פדוים לציון ברנה

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 12:38 pm
דורך גאנצל
אישתישבי האט געשריבן:אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.


אויב איז ער א ממלא מקום פון איינעם וואס הלכה כמותו נעמט ער דאס אויך איבער אפי' אן א בארד

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 1:20 pm
דורך קפה נמס
גאנצל האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.


אויב איז ער א ממלא מקום פון איינעם וואס הלכה כמותו נעמט ער דאס אויך איבער אפי' אן א בארד


:o :lol:

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 1:27 pm
דורך קפה נמס
גאנצל האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:אוודאי שטעכט, עס שטעכט פונקט ווי דער באקאנטער בילד וואס דער נאציס גאלען אפ דער בארד פין דער אומבאקאנטע איד מיט ליצנות.

נאך מער שטעכט, ווייל יעצט קען נישט זיין הלכה כמותו, אלץ צוליב די פארשאלטענע נאציס ימח שמם. איך בין זיכער ווען רעבארון וואלט דארטן געוועהן, וואלט זיין בארד געבליבן גאנץ אן א פעלער.


אויב איז ער א ממלא מקום פון איינעם וואס הלכה כמותו נעמט ער דאס אויך איבער אפי' אן א בארד


פאר נייגעריגקייט נאר, ווער האט כיום גע'ירשנ'ט דעם מיסטישן כח פון "הלכה כמותו" ?

ערנסט גערעדט, "הלכה כמותו" איז א מציאות וואס מ'לערנט ארויס אז אזוי איז געווען. און עס איז גראדע עפעס וואס סאטמאר רב זי"ע האט נישט געהאט ווען רוב מנין ובנין פון כלל ישראל האט נישט אנגענומען די הלכה ווי אים...

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 6:21 pm
דורך גדליה
אפשר וועלען מאנכע זיין אומבאקוועם מיט מיין נקודה, אבער קאווע הוא ולשתות אני צריך.
ס'איז מיר א פליאה עצומה ווי אזוי אידען וואס זענען ארויסגעקומען פון די לאגער נאך די שרעקליכע עינויים, האבען נאך געפינען כח זיך ארומצוהרגען איינע מיט די צווייטע.
נאכדעם וואס די נאציס האבען געפייניגט יעדען דאס זעלבע, און יעדען געמאכט אויסזען די זעלבע, ווי אזוי האט מען זיך ווידער פון פריש גענומען ארומקריגן איבער וועמענס חסיד מ'איז און וועלכע סארט הוט מען גייט און וועלכע עבירות מען זינדיגט. ווער רעדט נאך פון הייסען אנשרייען און באזידלען אידען, ארויסווארפען פון מוסדות וכו'. ס'איז א גרויסע קשיא אין מיינע אויגען.

נשלח: פרייטאג מאי 24, 2019 7:27 pm
דורך אישתישבי
איז אזוי געוועהן?
די מחלוקת'ן נאך די קריג איז געוועהן דורך בחורים וואס זענען געווען קינדער בשעת דער קריג, און זענען נעבעך געוועהן אהן א געפיל, ווייל היטלער האט אלץ ארויסגעריסען.

אגב דער מימרא פין רעבארון, אז הלכה כמותו, גייט אין שפאן מיט דער סטאנדארט פין אונז חרדים, וואס בלעימען דער וויקטים ווען עפעס געשעהט אים.
דער נאצי האט דיר אנגעגאלט? האסט נישט קיין זכותים.
מען האט דיר פארברענט אין סקווירא? טראבעלמעיקער.
מען האט דיר מאלעסטעט אלץ קינד? דיין מאמע האט דיר גיזשעלט די פיאות.
וכהנה רבות.

Re: די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 12:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א קיי"ל אז אין די מחלוקת ביי די אחים. הקדושים לבית טייטלבארד אז עס מוז גיין רצוא ושוב. איין מאל געווינט דער עפעס, נעקסטע מאל מוז יענער געווינען. דא א ביה"ח, דארט א טישטאך, דא א קינות און דארט א מסע מלכות. יעצט האט רז"ל געכאפט א ריזיגען קלאפ מיט זיין געלונגענע סטעדיום מעמד, און נאך דעם האט ר"א געמוזט כאפען מיט דער נארישען בילד. נעקסט קומט דער טוירן פון רז"ל, וחוזרים חלילה.

עס זעט אויס אז דאס איז במכוון, אזוי ווי פאליטיק, ווי עס גייט אהין און צוריק, פון רעפובליקאנער ביז דעמאקראטס, און ווען עס קומט תורו של רעפובליקאנער, קען אפילו אזעלכע צודרייטער ווי רעיגען, בוש און טראמפ געווינען. עס שמעקט פון א deep state מהלך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 12:23 pm
דורך ונבנתה העיר
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: אפילו אזעלכע צודרייטער ווי רעיגען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

העי! מארגרעט איז אים געווען א גוטע חבר'טע.

Re: די glee איבער'ן 'ברך משה' האלאקאסט בילד

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 12:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייב מיר נישט אן אויף איהר זי איז אפשר נישט צודרייט, אבער א געפערליכע עקסטרעמיסט יא. און ענגלאנד ליידט נאך היינט פון איהר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 10:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא יא, ס'טאקע עקלהאפטיג, הה"ד על דאטפות אטפוך, וסוף מטיפייך יטיפון... האסט אוועקגעמאכט אנדערע צדיקים וועלכע זענען דורך די נאצישע גיהנם, דא האסטו...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 2:31 pm
דורך שבת אחים
אין א אנדערע אשכול האט מען אנגעהויבן א שמועס וועגן די ברך משה׳ס ירושה.

היסטאריקער. דו לייגסט אראפ כאילו איך האלט אז דער ברך משה איז געוועהן עפעס א שלעכטע מענטש איך וועל דיר זאגן די אמת איך האלט נישט אז דער ברך משה איז בכלל געוועהן עפעס א שלעכטע מענטש וכדומה. איך האלט אז ער איז געוועהן א עוורידזש וויואלע אידישע בעל הבית וואס האט מיטגעמאכט זיין גאנץ לעבן צרות. ער איז געוועהן א מיטגעמאכטער מענטש, געליטן שבעה מדורי גיהונים זיין גאנץ לעבן. ער איז געוועהן א קייליכיגער יתום פון אלץ קינד און שפעטער האט ער שטארק געליטן ביי די קריג. מ׳האט אומגעברענגט זיין ווייב און קינדער. אין זענטא וואו ער איז געוועהן רב האט מען אריינגעלייגט די גאנצע שטאט, אלע אידן אין א חזיר-שטאל פאר אפאר חדשים אינטער די שווערסטע אומשטענדן. ווייניג רבנים וואס האבן איבערגעלעבט די קריג האבן אזוי סאך געליטן און פארלוירן ביים קריג ווי דער ברך משה. קיינער פון אונז דא קענען ניטאמאל פארשטיין וואס דאס מיינט. טאמער האט ער אויף די עלטער געמאכט אפאר מיליאן דאללער איז וויואל פאר אים. ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין כבוד מענטש. ער איז געוועהן א פשוטע מענטש. ער האט זיך טאקע געקענט פארלירן און ווערן ווילד אויב איינער האט גערעדט קעגן אים. אבער מ׳האט שוין געהערט אזאנס.

איך קען אים זיכער נישט דן זיין. די אלע מענטשען וואס זענען דורך אזא שווערע לעבן מיט אזויפיל יסורים? מי אנכי בכלל צורעדן אויף אים?

פאר מיר האט ער אויסגעקוקט ווי איינער וואס איז נעבעך אריינגעפאלן אין די גאנצע רביסטיווע. ער האט דאס געדארפט ווי א לאך אין קאפ... ער איז געוועהן א פשוטע מענטש. געקענט לערנען אויך. געטוהן ביזנעס. געגעבן צדקה. און פרובירט זיין בעסט.

כהאב געליינט אסאך שמועסן צווישן אים און אנדערע רבנים. ספעציעל אים מיט ר׳ מאטעלע, איז דא אפאר לאנגע שמועסן וועגן אינדערהיים. ער רעדט זייער שיין. זייער נארמאל. ווי א דזשענטעלמאן.

איך האב געהאט א שכן וואס איז געוועהן א קלויזנבורגער און ער איז אריין צו אים אויף די עלטער. און אים געזאגט אז ער שטודירט די היסטאריע פון קלויזנבורגער רב פארן קריג. און היות ער איז געוועהן זיין שוואגער וויל ער אים פרעגן אפאר שאלות. איך האב געהערט חלקים פון די טעיפ. נעבעך. ער צווויינט זיך דארט אפאר מאל.

פון ר׳ אהרן האלט איך נישט. אבער דער ברך איז געוועהן סתם א רחמנות א מיטגעמאכטער איד. און גראדע בכלל נישט קיין שלעכטער.