בלאט 1 פון 2

די חרדי'שע Deep State

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 6:50 pm
דורך גדליה
אין די לעצטע שטיק צייט איז געווארן שטארק פאפולאריזירט די קאנצעפט פון Deep State, נעמליך אז די רעגירונג ווערט געפירט דורך באהאלטענע אנאנימע כוחות וואס ברויכען נישט אפגעבן דין וחשבון פאר קיינעם. דאס ווערט בפרט ארויפגעברענגט דורך די טראמפ שטיצער, וואס טענה'ן אז ס'איז דא אינערליכע כוחות אין די רעגירונג וואס טוען זיך וואס זיי ווילן, אן דעם וואס איינער האט זיי ערוועהלט. אזוי אויך די לעצטיגע נעטפליקס דראמא House of Cards האט זיך שטארק געבויט אויף די פענאמענען.

כ'האב נישט דורכגעטוהן די ענין, אבער ס'איז זיכער ריכטיג אז ס'איז דא אסאך שטארקע כוחות און איינפלוסן אינערהאלב די פאליטישע מאכטן, צו מחמת געלט, אדער מחמת אנדערע איינפלוסן, וואס זיי האבן אומבאגרעניצטע כוחות, ווי למשל די NSA וואס האט זיך ערלויבט צו טוהן זאכן וואס קיינער וואלט נישט גע'חלומ'ט, און ווען נישט עדווארד סנאודען וואלט מען נישט געוואוסט ביז היינט דערפון.

אשר על כן וויל איך דא ווידמען עטליכע שורות איבער א דיפ סטעיט קאנספיראציע אינערהאלב די חרדי'שע פאליטיק. דהיינו, זייטיגע כוחות און באהאלטענע איינפלוסן וואס דרייוון די פאליטיק פון דעם ציבור צוליב פערזענליכע אינטערעסן.

איך וועל געבן קודם איין דוגמא, און ביטע נישט טוישן די נושא צו סתם פאליטישע געשפרעכן, נאר הערן מיין נקודה און דאס דעבאטירן.
ביי די מהרז"ל פארטיי איז לעצטענס אפירגעקומען א כוכב מיט'ן נאמען ר' יצחק שטערן וואס דרייט איבער וועלטן. ער פאררופט כינוסים און פלאנירט אויס גראנדיעזע פאליטישע פלענער, אונטער זיין איינפלוס טוהט די מהרז"ל פארטיי אריינגיסן שווערע געלטער און כוחות עצומות אין די פלג הירושלמי פון אויערבאך פארטייען. שווערע צענדליגע מיליאנען וואס וואלטן געקענט גיין פאר וויכטיגע צוועקן וואס קענען פאקטיש בענעפיטירן די חסידים פון מהרז"ל, ווערן פארשווענדט פאר די פאליטישע מאטיוון פון א יחיד.

מיין שאלה איז, ווער האט דעם איד געשטעלט אלס דעם ראש העדה. ער איז נישט קיין רבי, נישט קיין רב, נישט קיין דיין. נאר א מגיד שיעור אין ישיבה קטנה מיט גוטע פאליטישע קאנטאקטן, וועלכע פירט דעם רעדל לויט ווי אזוי ער האלט פאר ריכטיג. קיינער האט אים נישט אויפגענומען און קיינער ווייסט ניטאמאל וואס ער טוהט און ווי אזוי ער אפערירט.
לכאורה איז דאס א הימל געשריי, אז עס יאווען זיך יחידים און שוויצערס וואס דרייען אן פאליטיק, אן דעם וואס זיי זאלן דארפן אפגעבן א דין וחשבון פאר איינעם.

איך כאפ דאס אן אלץ א דוגמא, און איך וויל נישט די שמועס זאל פארקריכן צו די נושא פון די כינוסים. איך וויל דעבאטירן די אומגעהויערע איינפלוס וואס פריוואטע יחידים פארמאגן, דורך דעם וואס מיט זייער געשליפן צינגל און כאריזמאטישע פערזענליכקייט, באקומען זיי גרעניצלאזע איינפלוס און מאכט, און דאס, אן דעם וואס זיי זאלן זיך דארפן אפילו ארויסשטעלען פאר'ן ציבור און זאגן, הנני, איך בין דער מנהיג הדור.

ביי די ליטווישע איז דאס גאר שטארק שכיח, למשל ביי הגר"ח קנייבסקי, וועלכער שרייבט אונטער קול קורא'ס און פאדערט אויף די המון עם אויף פארשידענע זאכן, און דאס בשעת וואס מיר אלע ווייסען אז דער איד איז אין לו בעולמו אלא ד' אמות של הלכה, און ער האט נישט קיין שום אהנונג וואס טוט זיך אפ אין די וועלט. אזא גדול ווערט געפירט דורך קינדער און אייניקלעך און גבאים, וועלכע זאגן אים וואס זיי ווילן, און מאכן אים אונטערשרייבן וואס זיי ווילן. און ווען א מענטש לייענט א קול קורא פון דעם גדול ווייסט ער ניטאמאל אז דאס איז די ארבעט פון עפעס א שוויצער וואס האט עס אונטערגערוקט.

אין מיינע אויגן איז דאס איינע פון די גרעסטע פראבלעמען פון די סיסטעם, אז פשוט'ע מענטשן שלא שנו ולא שמשו קענען זיך ארויפרוקן און איבערדרייען דעם ציבור, אנע דעם וואס איינער האט זיי אויפגענומען פאר די פאזיציע.

נשלח: זונטאג מאי 26, 2019 11:05 pm
דורך תורה ומדע
דאס איז אנאלטער פראבלעם ביי אללע גדולי ישראל ספיציעל לעת זקנותם. לע״ע איז נאך קיין ריכטיגער לעזונג ניט פארהאן.

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 6:11 am
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע רבי עקיבא האט יא עפעס א שטיקל עצה, אל תדור בעיר שראשיה תלמידי חכמים, דטרוד בגרסיה ולא במילי דציבורא. (פסחים קיב.)

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 1:59 pm
דורך גדליה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:גראדע רבי עקיבא האט יא עפעס א שטיקל עצה, אל תדור בעיר שראשיה תלמידי חכמים, דטרוד בגרסיה ולא במילי דציבורא. (פסחים קיב.)

זעסט דאך אז היינטיגע צייטן זענען די רבי'ס וויסטע אמעראצים און פון דעסטוועגען העלפט עס נישט...

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 2:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זיל בתר טעמא... איך ווייס נישט פונטליך וואס, אבער אין עפעס זענען זיי טרוד...

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 3:01 pm
דורך אברך משי
לכאורה וואלט יעדער רעכטדענקנדער רבי און מנהיג ישראל האבן ביי זיך א "מועצת" אדער א "ועד" פון עטליכע בעלי בתים חשובים מיט וועם ער זאל אדורכשמועסן יעדער נושא פאר ער קומט ארויס מיט א מייננונג. ר' יצחק פארלאנגט א כינוס? נא, לאממיר צונויפרופן דעם ועד און יעדער וועט זאגן זיין מיינונג. יאסעלע וויל א מחאה נמרצה, קיין פרובלעם, מ'וועט עס אדורכטוהן בכובד ראש מיט'ן ועד. אא"וו
שלמה המלך זאגט שוין "ותשועה ברוב יועץ" מ'קען נאר געהאלפען ווערן אז מ'רעדט זיך צונויף מיט א רבים. אבער לצערינו פאלן אריין אסאך מנהיגים אין א בלינדע טראסט מיט איינס אדער אייינצעלענע יחידים ממש און על פיהם ישק כל דבר.
נאכמער, לדעתי זאל דער רבי אפי' נישט פארופן א אסיפה פון די גאנצע וועד צוזאמען, מ'דארף יעדעם איינעם אריין רופן עקסטער צו הערן זיין מיינונג, זאל יעדער קענען זאגן זיין אפיניאן בלי שום פחד ומורא פון מה יאמרו הבריות, אזוי קען מען הערן פארשידנארטיגע צדדים לכאן ולכאן, און נאר נאכדעם קען דער רבי שוקל זיין אלע צדדים בכובד ראש, כולי האי ואולי.
ווי אזוי איז מעגליך פאר א רבי וואס זיצט פארשפארט אין וויליאמסבורג צו פארשטיין די אמת'ע צביון פון א געוויסע פלג מעבר לים, עם אשר לא תשמע לשונו, אנדערע מענטשן אנדערע קולטור און אנדערע מהות, ווי אזוי קען ער באגרייפן דעם עומק וואס וועט באדייטן זיין יא שטיצן אדער זיין נישט שטיצן. צו דען ווייסט דער אדמו"ר וואס זענען זייערע אינערליעכע און אויסערליכע פאליטיק און אגענדעס. ווי אזוי קען ער אויסרעכענען וואס פאר א פועל יוצא ס'וועט האבן נאכדעם סיי ביי זיין עולם און סיי ביי יענעם פארטיי, ווי אזוי קען ער טאפן דעם דופק פון די אלטע, די מיטל-יעריגע און די יונגע אין זיין קהלה אליין, וואס יעדער איינער איז א פראקציע פאר זיך, אתמהה. ביי א ביזנעס וואלט ער אויך אזוי משקיע געווען מיט אזא באגרעניצטע ידיעה?!

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 3:52 pm
דורך נעגעל וואסער
אברך משי זאגסט זייער גוט.
איך וואלט צוגעלייגט איין זאך, אז דער רבי זאל איבערגעבן א כח פאר די ועד זיי זאלן מחליט זיין ווען ער איז שוין צו אלט צו פירן און זאגן א מיינונג. עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי מ'נעמט אויף א רבי, רב אדער מנהיג און ער איז ביים רעדל עד זבילא בתרייתא. פארוואס האט ער נישט קיין אייגענע אחריות צו זיין א רואה את הנולד, אז ווען ער איז שוין אויפן בענקל מיט רעדער, פארט דער גאנצע קהלה מיט איהם אויף רעדער?!

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 4:44 pm
דורך זאפטיג
אז מען רעט שוין: זאגט מיר א חבר היינט אז א שאלה אין הלכות אבילות קען מען נאר פרעגן א בעה''ב, ווייל א פשוטער איד טיט וויי ווען זיין טאטע גייט לעולם העליון משא''כ דער רבי טיט זיך אן דאס גאלדענע בעקיטשע אויפן טאג פון דער לוויה און מאכט א ברכת הטוב והמטיב בשם ומלכות

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 5:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער ברך משה האט געהאט זיין מועצת. וואסי געווארען? מ׳האט זיך געשלאגען צווישען זיך, עי׳ ערך פרשת שיע ואייזיק לעפקאוויטש

קיינער מעג נישט האבן דער מאכט פון א רבי. קיינער קען עס נישט ביישטיין און דער אורזאך איז מוכרח המציאות

נשלח: מאנטאג מאי 27, 2019 7:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Absolute power corrupts absolutely" - John Emerich Edward Dalberg-Acton"

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 1:11 am
דורך גדליה
ס'וואלט געווען אינטערסאנט נאכצוברענגען פון גדולים וואס זיי האבן געזאגט אויף אנדערע צדיקים אז זייערע מקורבים האבן זיי פארפירט.
למשל אין סאטמער זאגט מען אז בעלזער רב זי"ע איז מושפע געווארן פון פרעמדע השפעות ביים אינטערשרייבן אויף די בחירות, און ווייל ער איז אויסגעטון געווען פון די וועלט האט מען אים געקענט פארדרייען א קאפ.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 6:04 am
דורך רביה''ק זי''ע
בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 8:07 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א בריוו פון ר׳ שמואל סאלאנט צו הגאון ר׳ מרדכי גימפל יפה אז די ארומיגע פון ר׳ יהושע לייב דרייען איהם א קאפ.

עס איז אויך דוכט זיך דא א בריוו פון דער ערוך השלחן אז יענקל ליפשיץ דרייט מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס מיינונג.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 9:25 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עס איז דא א בריוו פון ר׳ שמואל סאלאנט צו הגאון ר׳ מרדכי גימפל יפה אז די ארומיגע פון ר׳ יהושע לייב דרייען איהם א קאפ.

עס איז אויך דוכט זיך דא א בריוו פון דער ערוך השלחן אז יענקל ליפשיץ דרייט מיט ר׳ יצחק אלחנן׳ס מיינונג.

ס'דא אויך דא א בריוו ערגעץ-וואו, אז דער שטוב מענטש, דער מקורב ר' יהושע'לע, האט מייעץ געווען פאר רבי'ן בנוגע די מורדים וואס האבן אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, "אדוני משה כלאם..."

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 9:31 am
דורך וואלווי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.


שינאווער רב האט אליינס פארציילט פאר ר' יענקעלע אויפ'ן טעלעפון...?

מן הסתם מיינסטו ר' איציק'ל. ר' יענקעלע האט נישט זוכה געווען צו קענען שינאווער רב בהאי עלמא.

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 10:28 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אפשר האט מען איהם פארפירט בעלמא דקשוט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:00 am
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:05 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאונלאוד לינק צום בריוו פון סטראפקובער רב וועגן מחלוקת, זעה די פערטע פעידש ד"ה וראיתי בחוש.

ועיין עוד כאן.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:20 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.

כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען

אין 'פונעם רבינ'ס הויף' טענה'ט ער אז ר' משה'לע ראזוואדאווער האט איהם געזאגט אז עס איז אלס דער גארליצער ב........

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:38 am
דורך אונטער חכם
וואלווי האט געשריבן:ס'דא אויך דא א בריוו ערגעץ-וואו, אז דער שטוב מענטש, דער מקורב ר' יהושע'לע, האט מייעץ געווען פאר רבי'ן בנוגע די מורדים וואס האבן אנגעהויבן מאכן שבת פאר זיך, "אדוני משה כלאם..."

אבער דארט האט זיך דער רבי למעשה נישט געלאזט פון אים.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 2:05 am
דורך וואלווי
וועגען דעם שטייט טאקע לא קם עוד נביא כמשה...

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 2:07 am
דורך וואלווי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין 'פונ'ם רבי'נס הויף' טענה'ט ער אז ר' משה'לע ראזוואדאווער האט איהם געזאגט אז עס איז אלס דער גארליצער ב........

ער זאגט טאקע דארט נישט ארויס בשם המפורש..

Re: די חרדי'שע Deep State

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 10:32 am
דורך שלי שלך
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בעלזע רב ז"ל האט אליינס געזאגט אז אין אייראפע האט מען אים פארפירט, און צוליב דעם האט ער געטוישט זיין צוגאנג צו די גאנצע ציונות/מזרחי/אגודה סומאטוכע.

רבי בנימין מענדלסאון שרייבט אז מ'האט פארפירט סאטמארע רב בנוגע ציונות.

ר' יענקעלע האט געזאגט אז ער האט מיטגעהאלטן אפאר מאל ווי מ'האט פארפירט שיניעווע רב.
כמדומה לי אז מ'זאגט אז דעם דברי חיים האט מען אויך אנגעדרייט ביי די צאנז/ריזינער מחלוקה, כ'דענק נישט בשם וועמען
אפשר מיינט איר דעם ספר נפלאים מעשיך, וואס לעפקאוויטש דערציילט פונעם פאיע רב?