בלאט 1 פון 1

שרייבן תגובות אויף ענגליש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:56 am
דורך טעלעפאן
גענוג איז גענוג! מיטן פולסטן אנטשולדיגונג צו די ענגליש שרייבערס, איז זייער אומבא׳טעמ׳ט צו לייענען ענגליש אויף א אידישן פארום, ספעציעל ווען דער ענגלישער פאנט דא אויף קאווע שטיבל איז נישט געשמאק צום לייענען.

אויב מוזט איר שרייבן עפעס אויף די מינוט און עס קען נישט ווארטן ווילאנג איר קומט אן צו א אידיש-טייפענדע קאמפיוטער וכדו׳, זאל זיין א מינימום פון ווערטער וואס קען ווערן געשריבן אין ענגליש.

וואס האלט איר?

איך מיין מ׳דארף נעמען וואוטס פונעם עולם

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 6:44 am
דורך טאמבל סאס
:דיסלייק:
עס איז דא אסאך וואס איז זיי גרינגער צו שרייבן אין ענגליש צוליב טעכנישע סיבות, און פארהאן אזעלכע וואס קענען פשוט נישט גוט שרייבן אידיש, און ווען עמיצער איז נישט גענוג קאנפידענט אין א שפראך קען ער זיך נישט גוט ארויסגעבן, אויב פארשטייסטו נישט ענגליש, ווער בעט דיך עס צו לייענען? דאס וואס דו ווילסט איינפירן איז אנקעגן די פרינציפן פון דעמאקראטיע, זיי בעטן זיך למה נגרע, ווען דו גייסט אין א ענגליש פארום ווילסטו אויך זיי זאלן דיר לאזן שרייבן אין אידיש. און אויב לאזן זיי דיר רוב מאל נישט, ווילסטו דען זיין אזא שלעכטער ווי זיי? דו ווילסט דאך יא זיין דער דוגמא פון גוטהארציגקייט, אז אפילו די וואס קענען נישט גוט שרייבן אידיש זאלן זיך טרעפן א פלאץ דא.
מיט אזא גזירה וועסטו נאר אוועקשטופן ליינער, און שרייבער. טראכט'ס ענק איבער, ווער קען נישט היינט ענגליש?
ווען איינער גייט סתם ציטירן, נאכברענגען גרויסע שטיקער נייעס אין ענגליש אד"ג, וואלט איך געזאגט אז ביסט גערעכט, אבער סתם אזוי האלט איך, אז קיינער טאר נישט אננעמען אזא געדאנק, מיר אידיש רעדנדע זענען א מינדערהייט, און מיר ברויכן אלס סוף כל סוף צו קומען צו דעם "ענגלישן שפראך"..
אויב איז דא א מערהייט וועלכע ווילן מ'זאל אזוי איינפירן, וואלט איך געזאגט מ'זאל כאטש עפענען א עקסטערע פארום אין הויפט זייט פאר ענגליש רעדנדע אזוי ווי צימעס (און היידפארק פאר אידיש), אבער דאס איז זיכער נישט פוירסט טשויס. (אנטשולדיגט -ערשטע אויסוואהל )
איך האב נאך אסאך צוצולייגן אבער איצט איז נישט די צייט דערפאר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:43 am
דורך נפתלי
איבער ענגלישע תגובות יש סברא לכאן ולכאן
אבער ס'דא ניקס וואס קאפירן א גאנצע לאנגע ארטיקל אדער אפשאצונג אין ענגליש און שליידערן עס אריין אין קאווע שטיבל אן קיין פארווארט אדער הסבר וואס מ'גייט דא ליינען קוים וואס דער בעל התגובה ווייסט וואס דארט שטייט, דער עיקר ער האט געפענט אן אשכול מיט א לאנגע תגובה

דעמאקראטיע איז טאקע א וויכטיגע זאך אבער דא איז א אידישער פארום פראביר זיך צו האלטן צו די שפראך
אני לעצמי ליין איך נישט קיין ענגלישע תגובות וועס איז לענגער ווי איין צוויי שורות, איך ליין גראדע גאנץ פיין ענגליש, נאר איך בין דא צו ליינען און שרייבן אידיש,
און אויך ליינען א שמועס וואס איינער רעדט אידיש און איינער ענגליש מאכט זייער נערוועז

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:59 am
דורך קלאר
נפתלי האט געשריבן:איבער ענגלישע תגובות יש סברא לכאן ולכאן
אבער ס'דא ניקס וואס קאפירן א גאנצע לאנגע ארטיקל אדער אפשאצונג אין ענגליש און שליידערן עס אריין אין קאווע שטיבל אן קיין פארווארט אדער הסבר וואס מ'גייט דא ליינען קוים וואס דער בעל התגובה ווייסט וואס דארט שטייט, דער עיקר ער האט געפענט אן אשכול מיט א לאנגע תגובה

דעמאקראטיע איז טאקע א וויכטיגע זאך אבער דא איז א אידישער פארום פראביר זיך צו האלטן צו די שפראך
אני לעצמי ליין איך נישט קיין ענגלישע תגובות וועס איז לענגער ווי איין צוויי שורות, איך ליין גראדע גאנץ פיין ענגליש, נאר איך בין דא צו ליינען און שרייבן אידיש,
און אויך ליינען א שמועס וואס איינער רעדט אידיש און איינער ענגליש מאכט זייער נערוועז


ג''א מצטרף
איך לויז אויס געווענליך ענגליש תגובות
ווען איך בין אין די גיסטע פין ליינע ענגליש דארף איך נישט צוקימען צו קאווע שטובל
איך קום דא ווייל איך זיך א פלאץ על 'טהרת הקודש' ווי מען רעדט מיט די הייליגע מאמע לשון
נישט די מוחרם'דיגע לשון העמים אדער די 'טמא'נע שפראך' :ניין:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:52 pm
דורך געפילטע פיש
איי עגרי האנדערט פראצענט!

למען האמת, וואלט מיר אויך געווען גרינגער צו שרייבן אין ענגליש, פאר איך האב אנגעהויבן שרייבן דא האב איך קוים געקענט די היברו קיבאורד, מ'האט זיך געמיטשעט, און והיה ראשיתך מצער, אבער ואחריתך טייפט זיך שוין היינט אידיש פליסיג, טאקע נישט אזוי גרינג ווי ענגליש, אבער ס'דא מיט וואס צט גיין צום טיש.

וואס מיר באדערט די מערסטע איז נישט די "לשונות העמים" נאר די [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ענגליש וואס די עולם נוצט דא, נישט קיין פאנקטועישען, נישט קיין גראמאטיק, און ס'ברענגט אראפ די סטאנדארד פון די פלאץ דא, (חוץ מזה וואס די אינהאלט פון די תגובות איז עפ"ר נישט ווער ווייסט וואס... "וד"ל").

דעריבער האלט איך אז דאס שרייבען דא אין אזא [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] ענגליש (אדער אידיש) אן קיין שום עפארט זיך צו פארבעסערען איז א זילזול בכבוד המקום והציבור און גייט אנטקעגען די תקנות המקום.
Admin האט געשריבן:פאר יעדנ'ס טובה:
יעדער וואס טרעט אריין אין די פארומס דארף זיך היטן נישט צו טאן דאס מינדעסטע וואס אנבאלאנגט דערגיין א צווייטנ'ס אידענטיטעט; מען זאל שרייבן אידישליך; נישט נוצן קיין וואולגארע אויסדרוקן; נישט שרייבן קעגן פריוואטע מענטשן; יעדער מענטש וועלכער פאררופט זיך אלץ א רב אדער אדמו"ר זאל באקומען די צוגאבע "הרב" אדער "אדמו"ר" פאר זיין נאמען; פרובירן מינימיזירן אפענע גראמאטישע גרייזן אויף וויפיל מעגליך;

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:27 am
דורך טעלעפאן
מיך וואלט אויך גרינגער געווען צו שרייבן ענגליש! ס׳איז דאך אבער א אידישער פארום

נו פארדעם האב איך מייעץ געווען צו נעמען וואוטס.

אדער קען זיין - אויב ס׳איז דא א מעגליכקייט - צו מאכן דעם ענגלישן פאנט דא אויף ״קאווע שטיבל״ אביסל געשמאקער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 9:24 am
דורך דבילה
'ך שטיי מיט געפילטע, די שפראך איז מיר קיין נפק"מ, די עיקר אז די גראממאר זאל נישט זיין פארקאקט! פון די אנדערע זייט, איינער וואס ברענגט זיך בעסערע ארויס אין ענגליש איז מיר א לכתחלה צו לעזן זיין ענגליש, כאטש האבן מיר נאך מענטשן צו פארברענגן מיט.

וואוטס געזונטערהייט, אבער נאכדעם למען תקנת הענין זאל מען שאפן א וועד וואס 'עט נעמען יעדענ'ס פרטיות'דיגע לעבנסשטייגער אין באטראכט, און פסק'ענען אן ערלויבעניש צו שרייבן אין ענגליש... 'שטייטזיך נאר ווען ס'פעלט אויס. אשפג

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:57 pm
דורך qwerty
וואס איז אבער אזוי דער גרויסער נ"מ אז מען שרייבט ענגלישע ווערטער מיט אידישע אויתיות האט עס דאך אזא טעם ווי להבדיל ווען א גוי רעדט אידיש.

איך קאטשע זיך פין געלעכטער ווען איך זע עס אין וויבאלד אז עס איז בא מיר א מילתא דבדיחותא טי איך אויך אזוי וויל סיי עס איז פאן אין סיי עז איז א ענין "מנהג המקום" :lol:

עס איז דאך נישט אידיש !

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:59 pm
דורך שמואל הלוי
qwerty האט געשריבן:וואס איז אבער אזיי דער גרייסער נ"מ אז מען שרייבט ענגלישע ווערטער מיט אידישע אויתיות

וואס מיינט אזיי? און וואס מיינט גרייסער? איז דאס ענגלישע ווערטער געשריבן אין אידיש?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:02 pm
דורך יידל
שמואל הלוי האט געשריבן:
qwerty האט געשריבן:וואס איז אבער אזיי דער גרייסער נ"מ אז מען שרייבט ענגלישע ווערטער מיט אידישע אויתיות

וואס מיינט אזיי? און וואס מיינט גרייסער? איז דאס ענגלישע ווערטער געשריבן אין אידיש?

אזוי און גרויסער געזאגט לויט די ליטווישע הברה.

הברה

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:48 pm
דורך qwerty
יידל האט געשריבן:אזוי און גרויסער געזאגט לויט די ליטווישע הברה.


דאס איז שוין נישט קיין נ"מ ווייל די הברה איז אלעמאל אנדערש בי יעדען וואס רעדט אידיש.

אין עס ווענדט זיך צי ער קען א פולישען אידיש אדער א אינגארישען אידיש אדער א ריסישען אידיש אדער א דייטשישען אידיש ועוד ועוד - אבער עס איז אלעס בלויז א רייינער עכטער אידיש.

משא"כ אז עיינער זאגט "פליז עפענט מיר דע ווינדע" איז געמאכט א כוכא ואיטלולא פין אידיש אין עס ווייזט אז ער קען די שפראך בכלל נישט.

דענסטמאלט איז עס באמת נישט אידיש נאר ווי אנדער ריפן עס "ינגליש" וואס באמת איז עס די גוישע שפראך געמישט מיט אידיש.

ע"ד ווי די וואס האבען גענימען לשון קודש אין פין דעם געמאכט א נייע שפראך וואס זיי ריפען עברית - וואס איז באמת לה"ק געמישט מיט איינגלישע אין אנדערע פארדרייטע לה"ק'דיקע ווערטער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:53 pm
דורך יידל
דאס גאנצע אידישע שפראך קומט דאך פון זשארגאן, איז וואס דרייט איר א קאפ?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:11 pm
דורך qwerty
יידל האט געשריבן:דאס גאנצע אידישע שפראך קומט דאך פון זשארגאן, איז וואס דרייט איר א קאפ?


איז דערפאר שוין מער נישט דא קיין אונטעשייד, צווישען אידיש מיט איינגליש?

אין איינגליש מיט אידישע אותיות איז לעולם איז עס שוין געווארען אידיש?

האסט אמאל געהערט אז דער דברי יואל צי אן אנדער א רבי (נישט קיין אינטערשייד פין וועלכע חסידות), זאל ריידען אזא סארט אידיש ? ? ? :lol:

אוואדע איז עס קיין מאל נישט געווען, אויף אזא גרויסען פארנעם, בלויז געציילטע איינציגע ווערטער אין זייער זעלטען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:42 pm
דורך qwerty
http://www.yidvelt.com/index.php?option ... 7%90%D7%9F

זשארגאן
זשארגאן - דאס באדייט אן אייגנארטיגער אויסשפראך פון א געוויסע סעקטע אדער גרופע, וועלכע נוצן די ארטיגע לאנד'ס שפראך נאר עטוואס פארדרייט.
א גוטער ביישפיל פאר זשארגאן איז די שפראך וואס די שווארצע אמעריקאנער רעדן צווישן זיך, וועלכעס איז אייגנטליך די ענגלישע שפראך נאר מיט געוויסע ענדערונגען אין גראמאטיק און קלאנג.

אידיש איז הונדערטער יארן באטראכט געווארן אלס זשארגאן, ביז זי האט זיך אנגעהויבן אנטוויקלען אלס שפראך פאר זיך.

דער איבערגאנג פון זשארגאן צו שפראך ווערט פאררעכנט דאן ווען דער זשארגאן הייבט אן ארייננעמען ווערטער פון אנדערע שפראכן אנדערש ווי די ארגינעלע מוטער שפראך, און די נייע ווערטער באקומען א זעלבסטשטענדיגן אויסלייג, גראמאטיק, און באדייט. א שטייגער ווי די לשון הקודש'דיגע, פוילישע, און רוסישע ווערטער אין אידיש.

ע"כ לשונו
-----------

משא"כ ווי אסאך מענטשען ניצען דא א ריינעם אייגנליש מיט א אידישע הברה (ע"ד ווי א גרינער וואלט גערעדט איינגלש) איז עס נישט קיין "זשארגאן " נאר היילע ריינע עם'הארץ'עס וואס קען פשוט נישט א עכטען געהעריגן אידיש.

עד"מ אז מען זאל פרעגען בא איינעם וואס קען נישט קיין אידיש:

ווי זאגט מען WINDOW אויף אידיש אין ער זאגט עס ווי א גרינער "ווינדע".

איז דער איינגליש, מיט ציבארכענע ציינער, שוין געווארען אידיש? :lol:

אין עד"ז קען מען מאכען דעם זעלבען פאלען שפיל מיד די גאנצע ענגלישע שפראך מיט יעדען ווארט ממש אין דענסטמאלט איז אין לדבר סויף.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 12:03 am
דורך געפילטע פיש
טא, אייב מייג מען אריין נעמען לשון הקודש, פוילש, רוסיש, פארוואס'זשע זאל מען ניט מעגן אריין בראכן ענגלישע ווערטער?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 8:26 pm
דורך באשטעטיגט
[left]I do not have a yidish keyboard I would like if someone could give me a link were I could download thank you[/left]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 9:01 pm
דורך לעיקוואד
באשטעטיגט האט געשריבן:[left]I do not have a yidish keyboard I would like if someone could give me a link were I could download thank you[/left]

דו מיינסט צו זאגען דיין קאמפיוטער פארשטייט נישט קיין יידוש [דאס דארף מען קענען פארעכטן אויפן קומפיוטער ביי languages אדער דו וייסט נישט וועלכע קנעפלעך צו קלעפן ביי יידוש [אויף דעם קען מען קויפען סטיקערס]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 06, 2012 9:22 pm
דורך באשטעטיגט
ישר כח , איך האב נישט געוויסט אז יעדע קאמפיוטער האט יודוש.