בלאט 1 פון 1

די טלית האט נישט געארבייט

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 8:23 pm
דורך [NAMELESS]
נאך די באקאנטע דראמאטישע טלית דרשה ווען כ"ק אדמו"ר המהרי"י מסאטמאר שליט"א האט זיך איינגעוויקעלט אין א טלית'ל און געהאלטען איין קבלת שבת א הארצרייסענדע דרשה ביי די ארון קודש זאגענדיג אז די מצב פון די מוסדות אין סאטמאר בלומינגבורג טרעט אים צו די הארץ, האט מען אמת'דיג געהאפט אז עפעס וועט ווערן.

למעשה שטעלט זיך ארויס אז בעלאני מאקעראני, געלט ווערט געזאמעלט פאר וויכטיגערע צוועקן ווי די אייגענע מוסדות, סטעידיאמס ווערן אנגעפילט פאר שטותים והבלים און די אייגענע מלמדים לאזט מען אויסגיין פאר הונגער.

ניטאמאל סטרייקן איז יעצט די אויסוואל נאך וואס די פאריגע סטרייק האט געהאלפן א מכה בדופן.

יעצט זענען די ארעמע מלמדים אין בלומינגבורג וואס מ'איז שוין שולדיג 16 וואכן ארויסגעקומען מיט א הארצרייסענדע וויי געשריי צו עלטערן אז אנשטאטס צאלן שכר לימוד זאל מען געבן די געלט גלייך פאר זיי אז זיי זאלן פשוט קענען שטעלן ברויט אויפן טיש פאר זייערע הונגעריגע קינדער.

:evil: :evil:

נשלח: דינסטאג מאי 28, 2019 8:24 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 9:52 am
דורך איסר האטלקי
חתם סופר האט געשריבן:סטעידיאמס ווערן אנגעפילט פאר שטותים והבלים

:roll: :roll:

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 11:19 am
דורך טראכט א מוניט
איך מיין ס׳וואלט געווען א גוטע געדאנק צו מאכן אן עצרת רבתי דורך תלמידי הגר״ש אויערבאך ז״ל אין א גרויסע סטעידיעם אין צרפת צו אפראטעווען די מוסדות הקדושים אין בלומענבערג

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 12:03 pm
דורך berlbalaguleh
טראכט א מינוט: ס'איז א גוטע זאך. אבער ס'וועט קיינמאל נישט געשעהן. ווייל די תלמידי הגר"ש אויערבאך ז"ל זענען נאר נעמערס. און נישט געבערס...!

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 2:34 pm
דורך די אמת
און אנדערע נייעס גרייט מען זיך צי נאך א מעכטיגע קנאקעדוגע מסע המלכות ווען די פליגער גייט נאך אמאהל בעקען אין מגייט ספענדען א ביליאן דאלער פאר פראפיגאנדא און נאך א ביליאן דאלער צו לעקען דארט וואו מדארפ לעקען אין ווארעפען ביינדליך פאר די קיען און זאלן די אייגענע פייגערן

נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 11:13 pm
דורך קאצקע ציקער
די סאטמארע כינוסים דערמאנט מיך פון די בעלזא קאמפיינס יעדע דריטע וואך נאך איינס