בלאט 1 פון 1
הרבנית הצדקנית מסאטמאר ע"ה
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 12:24 am
דורך לכבוד שבת קודש
יעצט אז ס'קומט צו גיין דער יום טוב שבועות, און טויזנטע אידן וועלן זוכה זיין צו עסן פון דעם "רביצין טשיז קעיק", איז דאך נישט מער ווי ריכטיג מעלה צו זיין זכרונה לפני תושבי המקום, זיך דורכשמועסן איבער איר פערזענליכקייט און ארויסברענגען אירע טאהטן עלי אדמות.
וויל איך בעטן אז מען זאל ווידמען אפאר מינוט מחשבה און עס ברענגען לידי מעשה, דאס אויסצושמועסן דא, ווער עס איז געווען די חשוב'ע פרוי, וואס האט זוכה געווען צו זיין מחברתו הטהורה פון רבינו הקדוש זיע"א.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2019 1:27 pm
דורך calculator
אז מען רעד שוין פונעם באקאנטען טשיז קעיק וואס אידישע קינדער זענען זיך מתנהג צו עסן זכר פונעם שתי הלחם, דארף מען מעורר זיין אזוי ווי די דורות פאלן און איז עס קומען ארויף מתחכמים אויף אונזערע פריערדיגע רבי'ס און רביצונ'ס זיי מיינען אז זיי פארשטייען בעסער, עד כדי כך אז זענען דא א זעלכע וואס אויפן crumbs פונעם שטיז קעיק לייגן זיי צו טשאקלאדא צושניטן מיט א peeler, וואס מיר האבן דאס נישט געזעהן און געהערט ביי אונזערע רבי'ס נבג"מ, עס איז א חרפה און א בושה, מען דארף איבער געבן פאר אונזערע קינדער, וואס מען האט נישט געזעהן ביי די פריערדיגע איז מען נישט משנה, איך געדענק נאך ביים טאטען זי"ע מיט וואספארא שמחה עס איז געווען שבועות נאכמיטאג נאכן אפרעכטן די עבודת היום, ווען די מאמע איז אריין געקומען אין דערלאנגט דעם טשיז קעיק, מיט וואספארא שמחה און שמייכל מען האט געזעהן אויף דעם איד, וואס הגם א גאנץ יאר פלעגט ער נישט בעטן נאך פון די מאכלים, אבער דא פון גרויס אהבה צו א מנהג ישראל האט ער יא פארלאנגט פונעם מאמען נאכאמאל אנצופילן דעם טעלער, דארף מען זעהן נאכצוגיין מיט אלעס וואס די רבי און די רביצין האבן אונז געלערנט, מען קען נאכקוקן אין "אשת חיל קוקבאק" וואס שטייט מיט א פונקטליכקייט ווי אזוי מען מאכט דאס, אין נאכדעם זאל מען דורכגיין אין זמירות דברי יואל צו זעהן פונקטליך ווען און וויאזוי מען עסט דאס. יא, אפילו מען קען יוצא זיין די מנהג פון עסן מיליכיגס מיט אנדערע מאכלי חלב, אבער נאכאלטץ זאל מען עס טוען ווי אזוי מיר האבן געזעהן ביי די פריערדיגע.
א פרייליכן יום טוב
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:30 pm
דורך דולה ומשקה
דער אשכול האט זיך באופן פלא גאר שנעל פארקירוועט און אראפ פון די רעסלען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 8:39 pm
דורך calculator
דולה ומשקה האט געשריבן:דער אשכול האט זיך באופן פלא גאר שנעל פארקירוועט און אראפ פון די רעסלען.
יא יא, אז דער פותח האט עס געעפנט אויף א נארישע אופן, געשעהנט דאס.
דיין תגובה איז נאך די 3'טע תגובה, קענסט עס נאך צוריק דרייען, און אנהייבן צו דערציילן פון די גרויסע גמילות חסדים וואס זי האט געטוען.
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 1:24 am
דורך וואלווי
דולה ומשקה האט געשריבן:דער אשכול האט זיך באופן פלא גאר שנעל פארקירוועט און אראפ פון די רעסלען.
ס'איז דאך, סוף מעשה במחשבה תחילה...
פריי דיך מ'האט נאר צוקייט די טשיזקעיק, באלד וועט אויף די רעלסן פאר'ן נאך גרעסערע פעקלעך...
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 6:24 am
דורך איסר האטלקי
איינער זעט בכלל רעלסן דא?
נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 6:27 pm
דורך שמעקעדיג
מען האט גערעדט פון רעסלען, נישט רעלסן.
Re: הרבנית הצדקנית מסאטמאר ע"ה
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2019 12:52 pm
דורך יהודי פשוט
היינט די יארצייט!
ת.נ.צ.ב.ה.
נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 4:51 pm
דורך calculator
calculator האט געשריבן:אז מען רעד שוין פונעם באקאנטען טשיז קעיק וואס אידישע קינדער זענען זיך מתנהג צו עסן זכר פונעם שתי הלחם, דארף מען מעורר זיין אזוי ווי די דורות פאלן און איז עס קומען ארויף מתחכמים אויף אונזערע פריערדיגע רבי'ס און רביצונ'ס זיי מיינען אז זיי פארשטייען בעסער, עד כדי כך אז זענען דא א זעלכע וואס אויפן crumbs פונעם שטיז קעיק לייגן זיי צו טשאקלאדא צושניטן מיט א peeler, וואס מיר האבן דאס נישט געזעהן און געהערט ביי אונזערע רבי'ס נבג"מ, עס איז א חרפה און א בושה, מען דארף איבער געבן פאר אונזערע קינדער, וואס מען האט נישט געזעהן ביי די פריערדיגע איז מען נישט משנה, איך געדענק נאך ביים טאטען זי"ע מיט וואספארא שמחה עס איז געווען שבועות נאכמיטאג נאכן אפרעכטן די עבודת היום, ווען די מאמע איז אריין געקומען אין דערלאנגט דעם טשיז קעיק, מיט וואספארא שמחה און שמייכל מען האט געזעהן אויף דעם איד, וואס הגם א גאנץ יאר פלעגט ער נישט בעטן נאך פון די מאכלים, אבער דא פון גרויס אהבה צו א מנהג ישראל האט ער יא פארלאנגט פונעם מאמען נאכאמאל אנצופילן דעם טעלער, דארף מען זעהן נאכצוגיין מיט אלעס וואס די רבי און די רביצין האבן אונז געלערנט, מען קען נאכקוקן אין "אשת חיל קוקבאק" וואס שטייט מיט א פונקטליכקייט ווי אזוי מען מאכט דאס, אין נאכדעם זאל מען דורכגיין אין זמירות דברי יואל צו זעהן פונקטליך ווען און וויאזוי מען עסט דאס. יא, אפילו מען קען יוצא זיין די מנהג פון עסן מיליכיגס מיט אנדערע מאכלי חלב, אבער נאכאלטץ זאל מען עס טוען ווי אזוי מיר האבן געזעהן ביי די פריערדיגע.
א פרייליכן יום טוב
יעצט ווען מען קען נישט באקומען קיין קרים טשיז אין די געשעפטן, שטעלט זיך ארויס די וויכטיגקייט פון גיין בדרכי אבות און יוצא זיין סעודת חלב מיט די טשיז קעיק וואס אינזערע באבי'ת האבן יוצא געווען, ווייל כידוע האט די רביצין אנשטאט "קרים טשיז" געניצט "פארמער טשיז".