בלאט 1 פון 1

מקיים זיין די וכל העם רואים את הקולות

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היי יאר וועט מען קענען מקיים זיין די וכל העם רואים את הקולות כפשוטו ממש. א קאמפאני פארקויפט א נייעם סארט טשיז קעיק וואס קען צוהעלפען.בילד

נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2019 11:47 pm
דורך לבי ובשרי
עד כדי כך...

לאמיר זיי שנעל קאנטאקטירן.

פראגע איז נאר פון וואו ליטוואק באקומט אזאנע מעלדונגען

נשלח: פרייטאג מאי 31, 2019 1:15 am
דורך וואלווי
לבי ובשרי האט געשריבן:עד כדי כך...

לאמיר זיי שנעל קאנטאקטירן.

פראגע איז נאר פון וואו ליטוואק באקומט אזאנע מעלדונגען


אז מ'עסט דעם טשיזקעיק באקומט מען מעלדונגען שאין האוזן יכול לשמוע...

Re: מקיים זיין די וכל העם רואים את הקולות

נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 3:12 am
דורך moneyminded
וואס איז די חילוק פון thc און cbd?

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

Re: מקיים זיין די וכל העם רואים את הקולות

נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 1:07 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טוט׳ס אונז א טובה, פראביר איינער און שרייב דא א מאמר תחת השפעתה. נאך דעם פראביר די אנדערע און שרייב אונז א מאמר. דערנאך, ניכטערעהייט, שרייב א דריטען.

וירא הציבור ויווכח

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 02, 2019 2:02 pm
דורך קורקלענד
ס'איז צום ערווארטן אז מ'זאל טרעפן עפעס א חסידיש ספר אדער א שטיקל זוהר וואו ס'איז משמע אז ס'איז א גרויסע ענין מהדר צו זיין אויף ספּייקד מילכיגס. אויך זאל עס זיין א גרויסע סגולה משפיע צו זיין שמחת יו''ט אויף א גאנץ יאר.

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 12:52 am
דורך וואלווי
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז צום ערווארטן אז מ'זאל טרעפן עפעס א חסידיש ספר אדער א שטיקל זוהר וואו ס'איז משמע אז ס'איז א גרויסע ענין מהדר צו זיין אויף ספּייקד מילכיגס. אויך זאל עס זיין א גרויסע סגולה משפיע צו זיין שמחת יו''ט אויף א גאנץ יאר.


בני יששכר חודש סיון מאמר ז' חלב ודבש:

מ'עסט דאך מילכיגס שבועות ווייל נאך קבלת התורה האט מען געדארפט צוברעכן די פליישיגע געשיר, קומט אויס אז די גאנצע מילכיגס איז דאך נאר בשעת הדחק, על זכר זה מישט מען מיט CBD ווייל ס'איז ראשי תיבות:
C'holov B'shas D'chak

אמת, ס'שטייט נישט אין בני יששכר, אבער ס'וואלט געקענט שטיין...

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 1:30 am
דורך קורקלענד
בני יששכר ווייסעך נישט, אבער אין זאב יטרוף איז עס זיכער יא געשטאנען.