בלאט 1 פון 1

שבת הייליגער שבת???

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 2:40 pm
דורך פליקער
שבת הייליגער שבת???

היי וואך שבת קודש אין די הייליגע שטאט וויליאמסבורג איז פארגעקומען א מאסען דעמאנסטראציע דארט ווי אלע סאטמערע רבנים פינעם פראקציע סאטמער וואס פירט אן מיטן הייליגען שיטה הקדושה אז מען טאר נישט טראגן מיטן טמענעם עירוב, און די פראקציע וואס טראמפייטערט ארים מיטן דגל המסורה, פון וואס מען טאר זיך נישט א ריר טון אפילו א קיצי של יוד, ווער ווייגט זיך צי מאכן חלילה אן עירוב בשעת די רבי זכרונו לברכה האט נישט געמאכט, על כן שפילט מען זיך נישט ארים, און מען וועט פראטעסטירן קעגען אלע וואס טראגען יא.

אפגעזען פונעם פאקט אז עס איז פארהאן א רייע רבנים וואס זענען דייקו יא פארן עירוב, אבער היות ביי אינז איז פארהאן אינזער מסורה וועלן מיר זיך נישט בייגען נאר פיל ענדערש לייגען די אלע וואס זענען מתיר, און זיי פארשרייען מיט כל מיני שלאג ווערטער ווי מחללי' מות יומת, מיר וועלן זיי פארהאסן פאר אינזערע קינדער, מיר וועלן ווארענען אינזערע קינדער פון זיי און זייערע דורות, מיר וועלן זיי שעלטען, און זיי מאכן פאר גוים גמורים, ארויסלייגן כל מיני פראפעסיאנאלע צעטלען, ווי כאילו עס הערשט א שעת שמד, פלייצען אלע שילן כאילו די וואס טראגן זענען פאלנע מחללי שבתות.

דעם רבין'ס שטארקע דראנג פאר מסורה האט גאר שטארק אפגעקלינגען דעם חול המועד ווי דער רבי שליט''א האט ארויס געברענגט די געוואלדיגע עוולה פון די אינשי דלא מעלה האבן געוואלט אפרעכטן דעם חול המועד א מעמיד שאין רוח חכמים נוחה הימנו, ווייל זיי האבן געוואלט מאכן א שמחות יום טוב דורך זיך איינזאמלען און זינגען ווארימע ניגונים לכבוד יום טוב, אבער ווי דער רבי האט מסביר געווען האט מען זעלעכס נישט געזען אינדערהיים, על כן די מסורתיים קענען נישט מיט גיין מיט אזא מעמיד.

אבער ווי עס צייגט זיך ארויס זעען מיר אז די חברה פירן דעם רבין אין באדע צימער, און ווי שטוינענד איז מיר געווען צי זען ווי איך האב שוין היינט אנגעהויבן זעין בילדער פונעם פראטעסט. אנגעהויבן האט זיך עס מיט עטליכע אימשילדיגע קליפס וואס האט זיך געקענט דאכטעווען אז דאס איז גענימען געווערן דורך א פארבייגייענדער גוי אויף זיין שגץ בייק, און האט געזען א אינטערעסאנטער געזעמעל האט באשלאסן מפרסם זיין.

אבער די זין איז נאך נישט אינטערגעגאנגען און פארפעסיונאלע בילדער האבן אנגעהויבן פלייצען מיט שטוינעדיגע דיטעלן פון דעם רבין'ס זין און רב זלמן לייב פילופ, און פון אלע געהויבענע פראטעסטירער און פינעם גאנצן ציבור.

אויב איז דאס נישט געניג געווען האבן אלע אפיציעלע טוויטער פיד'ס אנגעהויהן פלייצען מיט די בילדער און אפיציעל צייגן פאר די וועלט אז יא מיר האבן דעם ריזן ציבור, מיר בעל בית'עווען דא אין שטאט, אן אלע אנדערע קראכען אוועק, און דאס זענען געווען ספעציעל געדינגענע פאטאגראפירער, נישט קיין צופאל'ס.

פרעג איך אייך אנשי המסורה ווי איז דאס דערהערט געווארן אז מען גייט ארים שרייען שבת קודש, א גאנצע מעמיד לכבוד השבת און דערביי טון אזאנץ וואס איז נאך קיינעם נישט איינגעפאלן, אפילו פאר די אפיציעלע עירוב טרעגער, צי דינגען פאטאגראפירער פאר אינזערע שמחות פרייטיג נאכט אדער ביי א שבת שבע ברכות, ווייל מיר האבן דאס נישט געזען, אבער איר חברה בלי שום בושה וכלימה שטאלצירט איר דערמיט וואס פאר א ריזן עולם איר האט געהאט און מחלל שבת געווען דערביי אויף א גאר נידריגען אופן.

על כן אויב פאר איינעם דאכט זיך נאך אז די גאנצע פראטעסט האט געהאט עפעס מיט שבת קודש וויל איך אייך זאגן לא מינהו ולא מקצתו, אלעס איז נאר צי ווייזן כוחי ועוצם ידי וזהו, גארנישט מיט שבת און גארנישט מיט מסורה, נאר נאך א רינגעלע פינעם לאנגען קייט פוו זיין משתלט על הציבור, אויסניצען דעם ניאיוון עולם מיט מאכן פראטעסטן אלעס כדי צי פראווען דעם פוינט אז איך פארמאג דעם גרעסטען בוטשער סטאר, און אויב וועט דאס נישט זיין אויף קיינע בילדער איז די גאנצע מעשה נישט ווערט.

איך רעד שוין נישט פונעם עצם רשעות פון נישט וועלן מזכה זיין דיין פת פאר א אנדערע איד נאר כדי אים צי ראטעווען פון חילול שבת, וויפיל רשעות קען א איד האבן אין זיך צי מאכן אזא סטעיטמענט, קיין שום געפיל פאר א צווייטען מיינונג וואס דיין מיינונג איז נאר א ספק מסורה.

עולם טייערע וועקט אייך אויף, הערט אויף זיך צי לאזן העצען פון די זעלבע חיות וואס פירן דעם עולם ביי די נאז ווען זיי קענען צוזאמען נעמען הינדערטער רבנים אויף צי פארקוואדערן א כולל שומרי חומות פישקע, און פאר יעדע שטות וואס פאלט זיי איין, און אפילו בשעת א מוחאה לכבוד השבת קענען זיי בשעת מעשה מחלל שבת זיין, און די פערדן קעפ כאפן נישט און זינגען לכבוד הקאמערע 'ווען איך וואלט געהאט כוח'. שעם אן יא.

Re: שבת הייליגער שבת???

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 4:33 pm
דורך טמיר
אי משום הא איז נישט אזא שטארקע טענה. ווער זאגט מען האט געדינגען? מען דארף נישט מער ווי מודיע זיין אז עס גייט זיין לעבעדיג און די פאטגראפירער קומען אליינס אומזינסט

נשלח: מאנטאג יוני 03, 2019 9:30 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער: דו האסט זייער ריכטיג געזאגט. און ס'איז אויכעט אמת. איך בין דיר אבער מייעץ אז דו זאלסט די וואך (און די נעקסטע פאר וואכן) גיין מיט דיין אלטן שטריימל און דעם געהלן טלית...! אויך זאלסטו זיין גרייט אז מ'וועט דיך באגיסן מיט תשעה קבין מים שאובין...!

די התאחדות הרע-בנים גרייט שוין צו די פאשקעוויללן מיט די קידוש לבנה אותיות וואו מ'רופט דעם עולם מ'זאלל דיך לייגן אין חרם, בדרכי נועם...! די סקווערער דרכי נועם. אויך זאלסטו טשעקן די פייער אינשורענס אויף דיין הויז. צי דו האסט באצאלט די פאליסי.

ס'איז דא נאך עייצעס. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...!

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 1:07 am
דורך קורקלענד
ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען ווערן אזוי קאנפיוזד. ס'איז א ריזיגע חילוק ציווישן אזעלכע נידעריקער פארשוינען וואס האבן די העזה צו נעמען אזא הייליגע תקנה וואס שלמה המלך האט מתקן געווען און עס אויסניצן פאר אייגענע באקוועמליכקייט און אינטערעסע אונטער די שלייער פון 'עונג שבת' און הלכה ווען אלס וואס זיי טוהן אפ איז פראסטע חילול שבת. מצד שני שטייען אזעלכע וואס מיינען בכלל נישט זייער אייגענע קאמפארט און אינטערעסע נאר זיי זוכן סך הכל די טובת הכלל והקב''ה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט אויף די גרויסע פארשוועכעניש, און האבן ארגאניזירט מיט מסירות נפש על טהרות הקודש א אויסגעהאלטענע דעמאנסטראציע צו קענען אויסשרייען דאס וויי געשריי פון חילול שבת אז די פארשוועכענישן זאלן קומען צו א סוף. דאס אויפנעמען פראפעסיאנאלע פאטאגראפער איז בכלל נישט קיין פראבלעם, גוים מעגן געהעריג טראגן די קאמערעס אויף שבת פונקט זיי פלעגן טוהן אויף ראדני, וויבאלד ס'איז דא א עירוב, און חוץ מזה מעג מען מחלל זיין שבת אויפ'ן תנאי אז ס'וועט ראטעווען די שבת אין די לאנג ראן.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 4:08 am
דורך berlbalaguleh
קורקלענד:ליינענדיג דיין תגובה האביך נאכאמאל געבליקט צי ס'איז נישט די שמייכל אפטיילונג. דו רופסט אן די מענטשן וועלכע זענען נהנה פון דעם כשר'ן עירוב אין וויליאמסבורג אלס מחללי שבת. אויב מ'שטיפט א איד וועלכער גייט ל"ע אין א ווהילטשעיר כדי ער זאלל קענען גיין אין ביהמ"ד, אדער א מאמע וועלכע גייט ארויס שבת נאכמיטאג מיט א קערידזש כדי צו כאפן א ביסל פרישע לופט א מחלל שבת...! איך בין נישט זיכער אז דו מיינסט עס ערנסט...! מ'קען ענדערש אנרופן אט די וועלכע זענען אקעיגן עירוב פאר א יעדן פרייז, אלס קרוב לדעת הצדוקים (ניין. נישט צדיקים) וועלכע זענען נישט מודה בעירוב. זיי דארפן דאמאלס נישט עסן טשאלנט אויכעט. און זיי מעגן אויכעט רייכערן ציגארעטלעך אויף די גאס. און זיי טארן נישט האבן קיין סטיעם אדער א לייט ברענען אין זייער הויז אום שבת קודש...!

Re: שבת הייליגער שבת???

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:03 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קורקלענד האט געשריבן:ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען ווערן אזוי קאנפיוזד. ס'איז א ריזיגע חילוק ציווישן אזעלכע נידעריקער פארשוינען וואס האבן די העזה צו נעמען אזא הייליגע תקנה וואס שלמה המלך האט מתקן געווען און עס אויסניצן פאר אייגענע באקוועמליכקייט און אינטערעסע אונטער די שלייער פון 'עונג שבת' און הלכה ווען אלס וואס זיי טוהן אפ איז פראסטע חילול שבת. מצד שני שטייען אזעלכע וואס מיינען בכלל נישט זייער אייגענע קאמפארט און אינטערעסע נאר זיי זוכן סך הכל די טובת הכלל והקב''ה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט אויף די גרויסע פארשוועכעניש, און האבן ארגאניזירט מיט מסירות נפש על טהרות הקודש א אויסגעהאלטענע דעמאנסטראציע צו קענען אויסשרייען דאס וויי געשריי פון חילול שבת אז די פארשוועכענישן זאלן קומען צו א סוף. דאס אויפנעמען פראפעסיאנאלע פאטאגראפער איז בכלל נישט קיין פראבלעם, גוים מעגן געהעריג טראגן די קאמערעס אויף שבת פונקט זיי פלעגן טוהן אויף ראדני, וויבאלד ס'איז דא א עירוב, און חוץ מזה מעג מען מחלל זיין שבת אויפ'ן תנאי אז ס'וועט ראטעווען די שבת אין די לאנג ראן.
כ'האף אז דו ביזט נאר סארקאסטיש

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:13 am

נישט צי גלייבן ווי דער עום האט פארלוירן טאטש מיט הומאר, און מען פרעגט איבער צי דא הערשט סארקאזם.

Re: שבת הייליגער שבת???

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 11:42 am
דורך אונטער חכם
גראדע ווייס איך ווער עס האט גערופן איינע פון די פאטאגראפערס, ער האט גארנישט צו טון מיט די עסקנים און מיטן פראטעסט, עס זענען אבער געווען נאך פאטאגראפערס.

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 1:30 pm
דורך calculator
קורקלענד האט געשריבן:

בשעת'ן ליינען דיין תגובה האב איך נישט געוויסט צו די מיינסט עס ערנסט אדער נישט, ביז איך האב מחליט געווען אז אזא איינער וואס זאל דאס מיינען ערנסט וועט נישט צו רירן צו די טמא'נע טריפה'נע, נבילה'דיגע, חלב'דיגע, אינטערנעט

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 2:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
calculator האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:

בשעת'ן ליינען דיין תגובה האב איך נישט געוויסט צו די מיינסט עס ערנסט אדער נישט, ביז איך האב מחליט געווען אז אזא איינער וואס זאל דאס מיינען ערנסט וועט נישט צו רירן צו די טמא'נע טריפה'נע, נבילה'דיגע, חלב'דיגע, אינטערנעט

פון דא איז שווער דיין טהעזע, ומצוה (עבירה) ליישב

פאו'ס געזעץ

נשלח: דינסטאג יוני 04, 2019 5:25 pm
דורך לולב הגזול
קורקלענד האט געשריבן:ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען ווערן אזוי קאנפיוזד. ס'איז א ריזיגע חילוק ציווישן אזעלכע נידעריקער פארשוינען וואס האבן די העזה צו נעמען אזא הייליגע תקנה וואס שלמה המלך האט מתקן געווען און עס אויסניצן פאר אייגענע באקוועמליכקייט און אינטערעסע אונטער די שלייער פון 'עונג שבת' און הלכה ווען אלס וואס זיי טוהן אפ איז פראסטע חילול שבת. מצד שני שטייען אזעלכע וואס מיינען בכלל נישט זייער אייגענע קאמפארט און אינטערעסע נאר זיי זוכן סך הכל די טובת הכלל והקב''ה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט אויף די גרויסע פארשוועכעניש, און האבן ארגאניזירט מיט מסירות נפש על טהרות הקודש א אויסגעהאלטענע דעמאנסטראציע צו קענען אויסשרייען דאס וויי געשריי פון חילול שבת אז די פארשוועכענישן זאלן קומען צו א סוף. דאס אויפנעמען פראפעסיאנאלע פאטאגראפער איז בכלל נישט קיין פראבלעם, גוים מעגן געהעריג טראגן די קאמערעס אויף שבת פונקט זיי פלעגן טוהן אויף ראדני, וויבאלד ס'איז דא א עירוב, און חוץ מזה מעג מען מחלל זיין שבת אויפ'ן תנאי אז ס'וועט ראטעווען די שבת אין די לאנג ראן.

https://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%A4%D7 ... 7%A2%D7%A5

Without a winking smiley or other blatant display of humor, it is utterly impossible to parody a Creationist in such a way that someone won't mistake for the" "genuine article.

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 2:24 am
דורך וואלווי
פליקער האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ממש נישט צום פארשטיין וויאזוי מענטשן קענען ווערן אזוי קאנפיוזד. ס'איז א ריזיגע חילוק ציווישן אזעלכע נידעריקער פארשוינען וואס האבן די העזה צו נעמען אזא הייליגע תקנה וואס שלמה המלך האט מתקן געווען און עס אויסניצן פאר אייגענע באקוועמליכקייט און אינטערעסע אונטער די שלייער פון 'עונג שבת' און הלכה ווען אלס וואס זיי טוהן אפ איז פראסטע חילול שבת. מצד שני שטייען אזעלכע וואס מיינען בכלל נישט זייער אייגענע קאמפארט און אינטערעסע נאר זיי זוכן סך הכל די טובת הכלל והקב''ה צו ברענגען אויפמערקזאמקייט אויף די גרויסע פארשוועכעניש, און האבן ארגאניזירט מיט מסירות נפש על טהרות הקודש א אויסגעהאלטענע דעמאנסטראציע צו קענען אויסשרייען דאס וויי געשריי פון חילול שבת אז די פארשוועכענישן זאלן קומען צו א סוף. דאס אויפנעמען פראפעסיאנאלע פאטאגראפער איז בכלל נישט קיין פראבלעם, גוים מעגן געהעריג טראגן די קאמערעס אויף שבת פונקט זיי פלעגן טוהן אויף ראדני, וויבאלד ס'איז דא א עירוב, און חוץ מזה מעג מען מחלל זיין שבת אויפ'ן תנאי אז ס'וועט ראטעווען די שבת אין די לאנג ראן.

נישט צי גלייבן ווי דער עום האט פארלוירן טאטש מיט הומאר, און מען פרעגט איבער צי דא הערשט סארקאזם.

Sarcasm is an honest skill...

Volvie-

נשלח: מיטוואך יוני 05, 2019 2:06 pm
דורך שושן פורים

פאגעדעבאוטיט, עס איז תש-19, דער עולם באקומט מער סיפוק פון ווערן אפענדירט ווי פון ענדזשויען א שיין שטיקל סארקאזם.