בלאט 1 פון 1
עצות קעגן שוויצן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:23 am
דורך שמואל הלוי
איך לייד לעצטענס זייער אסאך פון זיעה, בעיקר אינמיטן די רוקן, דארט ווי ס'איז שווער צוצוקומען זיך געהעריג אפצוזייפן, און אזוי אויך די גאנצע בטן שוויצט מיר געפערליך, וואס קען מען טון דערצו?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:02 pm
דורך דעינעש
כ'וואלט דיר זייער געוואלט העלפן הרב שמואל הלוי שליט"א, אבער וויאזוי..?
אפשר אז די פארציילסט מער איבער דיין אויסשטעל אין דיין סדר היום, וויפיעל, פאר ווי א לאנגע צייט אין א צי ביזטו אויף'ן זון\שאאטן (צל), מיט עיר קאנדישן\אן, וכו' וכו;
אה...! אפשר ווייל צופיל קאווע, און עס איז היפש הייס און טעמפראטור די וואסער, קען עס אפשר אויך גורם זיין א פאקטאר צו שוויצן,
אבער אפשר איז עס נישט דיין שולד, קען זיין עס איז א גענעטישע זאך צו טרינקען אסאך קאווע, אדער צו שוויצן דערפון, עיין אשכול ערך ווייסע האר

.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:29 pm
דורך gehlungen
שמואל הלוי האט געשריבן:איך לייד לעצטענס זייער אסאך פון זיעה, בעיקר אינמיטן די רוקן, דארט ווי ס'איז שווער צוצוקומען זיך געהעריג אפצוזייפן, און אזוי אויך די גאנצע בטן שוויצט מיר געפערליך, וואס קען מען טון דערצו?
Try taking a shower with LUKE warm water
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 2:08 pm
דורך שמואל הלוי
יעדן צופרי גייט אריין אין מיר א דורכשניטליכע צוויי גלעזלעך, אבער איך טרינק נישט קיין סאך קאווע דורכן טאג (אינמיטן טאג איז מיר גענוג די קאווע פון דא אין שטיבל

)
וזאת להבהיר אז איך זיץ רוב טאג מיט פיינע עירי"ן קדישי"ן (סענטראל) אנגעשטעלט צו די מיטעלע זעכציגער, אזש ס'איז פיין קיל דא, אבער פונדעסטוועגן שוויץ איך שטארק אינעם מיטעלסטן חלק פון קערפער דהיינו די בטן און די שדרה.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:30 pm
דורך real jew
Store purchased antiperspirants should work, if it doesn’t help talk to your doctor there are medical solutions available.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 9:58 pm
דורך געפילטע פיש
טוה אויס די רעשזוואלקע.
Re: עצות קעגן שוויצן
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:08 pm
דורך איחוד פעלד
און וואס גייט דיך אהן?
שוויצען איז זייער געזונט.
פראביר איין טאג נישט קיין שום קארבס עסען. עס מאכט א שטיקעל נפק"מ ביי מיר.
Sent from my SPH-D700 Using ForumTouch for Android
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 11:16 pm
דורך דבילה
קענסט פרובירן עסן אביסל קנאבל... מיט א פעניצל 'שטייטזיך! און אביסעלע ציבעלעס דערנאך צו ניטראליזירן די ריח הפה. די זיעה 'עט זיכער ווייניגער ווערן, אבער דאס ביסל וואס בלייבט איבער 'עט שמעקן מער ווי דאס גאנצע אוצר וואס עקזיסטירט יעצט. דעריבער דארפסטו מאכן א שטארקן חשבון הנפש וואס שטערט דיר פון די זיעה. איז עס די כמות אדער אפשר די איכות... ודי בזה.
אבער ערענסט גערעדט, כאפ א בליק
דא. אלגעמיין טרעף איך די סעילס רענקס אין אמעזאן צו זיין די בעסטע אינדיקאציע אויף וואס ארבעט גוט. אויף זיכער צו מאכן לעז די הערות והארות פון די קונדן ענד יור אל סעט!
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:06 pm
דורך sunbar
gehlungen האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:איך לייד לעצטענס זייער אסאך פון זיעה, בעיקר אינמיטן די רוקן, דארט ווי ס'איז שווער צוצוקומען זיך געהעריג אפצוזייפן, און אזוי אויך די גאנצע בטן שוויצט מיר געפערליך, וואס קען מען טון דערצו?
Try taking a shower with LUKE warm water
וואס איז דאס luke?
נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:10 pm
דורך גאלד
לאלעך
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 1:26 am
דורך סאשי פיש
איך נוץ dial gold bar soap זיך אפצוזייפען עס העלפט א מחיה
עס איז א דיארערנט זייף
צען עצות קעגן שוויצן
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 6:58 am
דורך איציק
א. אויב איר זענט איבערוואג, זעהט צו פארלירן אפאר פונט (קילא). איך האב אמאל געזעהן א חשבון אז אפאר פונט מאכט אויס אפאר גראד היץ!
דאך וועט איר זעהן פעשע מענטשן וואס ליידן פון קעלט פונקט ווי, און אפשר נאכמער פון מאגערע און עס איז נישט קיין סתירה. פארהאן אסאך סיבות דערצו:
1. דער מאגערער מענטש האט בעסערע בלוט צירקולאציע, ממילא רעאגירט זיין קערפער בעסער צו די קעלט.
2. עס האט מיט'ן טבע פון דער מענטש. פארהאן א קאלטער און פארהאן א ווארעמער. אנדערע זאגן אז דאס האט מיט'ן קערפער טייפ (סארט, מין. פארהאן מענטשן וואס האבן אין זיך מער פון דעם יסוד "אש".)
3. עס ווענדט זיך פון וואנעט אויפ'ן כדור הארץ דו און דיינע עלטערן שטאמען. (נישט קיין וויץ. סטאלין ימ"ש האט געברענגט סאלדאטן פון סיביר קעמפן קעגן די דייטשן. ביי די סיביר'ער איז דער מאסקווער ווינטער געווען א שיינער זומערדיגער וועטער, בשעת די דייטשן זענען פארפרוירן געווארן אין זייערע בונקערס)
ועוד ועוד.
ב. פת שחרית איז אויך א סגולה, כמובא בגמ'.
ג. טוט אן סאנדאלן, אדער אנדערע שיך וואס 'אטעמען'. דאס איז משפיע אויפ'ן גאנצן קערפער.
ד. דאס זעלבע מיט די זאקן. עס טאר נישט זיין פון nylon (ניילון) אדער פאליעסטער, נאר cotton. (כותנה)
ה. פארהאן היינט צו קויפן 100% קאטען העמדער ( cotton - כותנה) וואס ווערן נישט גאר צוקנייטשט. אויב דער העמד איז גענוג דיק, און איר טראגט ממילא דעם טלית קטן אויפ'ן העמד, קענט איר פטור ווערן פון דעם אונטער העמד.
ו. א העמד מיט קורצע ערמעל קען אויך צוניץ קומען.
ז. זיץ נישט מיט'ן רעקל א גאנצע טאג, אוודאי נישט קיין פארמאכטע רעקל. ס'נישט קיין מצוה צו דערשטיקן דעם קערפער. איך וויל אייך חלילה נישט קאליע מאכן, אבער מאקסימום קענט איר ווערן א ליטווישע "גדול." זיי לערנען א גאנצע טאג אן דעם רעקל...
ח. גיי אין די קאלטע מקוה.
ט. נאכ'ן שאויער, שווענקט אייך אפ מיט קאלטע וואסער אזוי ווי דער רמב"ם שרייבט אין מדע, הלכות דעות פרק ד'.
י. מאכט א שאויער יעדן טאג. אפילו צוויי מאל א טאג. עס מוז נישט דויערן 10 מינוט, אפילו נישט קיין 5 מינוט. שווענקט אייך אפ דעם קערפער און שוין.
ביטע לאזט אייך הערן אויב די עצות האבן געהאלפן.
נשלח: דינסטאג מאי 28, 2013 11:35 pm
דורך מזלטוב
רעד צום דאקטער. עס קען זיין א טויש פון הארמאנען, א חוסר און מינעראלן אדער זיין א סימפטאם צו א מחלה. בכל אופן צייגט עס אויף עפעס.
נשלח: מיטוואך מאי 29, 2013 12:01 am
דורך daysinn
שמואל הלוי האט געשריבן:איך לייד לעצטענס זייער אסאך פון זיעה, בעיקר אינמיטן די רוקן, דארט ווי ס'איז שווער צוצוקומען זיך געהעריג אפצוזייפן, און אזוי אויך די גאנצע בטן שוויצט מיר געפערליך, וואס קען מען טון דערצו?
שמעתי אז עס אסאך שוויצן קען האבן מיט די בלאט פרעשער
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2013 1:14 pm
דורך קאמענטירער
זאלציגע עסן מאכט אז מעו זאל שטארק שוויצען (בדוק ומנוסה)
נשלח: זונטאג יוני 16, 2013 1:17 am
דורך איחוד פעלד
נעה
אז די ווילסט נישט שוויצען, זיץ אין א ער קאנדישען רום, און ריר דיך נישט פין ארט.