בלאט 1 פון 1

אוט אף טאטש התאחדות הרבנים אסר'ט אלע סארט מוזיק איווענטס!!!

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
די אוט אף טאטש רבנים פון התאחדות הרבנים האבן גע'אסרט אלע סארט מוזיק איווענטס!!!

צו וועם רעדן זיין??

פאר וועם קעיטערן זיי??

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 1:08 pm
דורך היכי דמי
עס איז ארויסגעקומען א טאג נאכדעם וואס עס איז פארשפרייט געווארן אז העסק גרייט זיך צו מאכן א היימישע קאנצערט פאר חסידישע אידן, א בלויז מענער אווענט. עס וועלן זינגען דארט, ליפא שמעלצער בערי וועבער און מאטי שטיינמעץ, אזוי אויך וועט זיין א קאמעדי שאו פון לאנגזאם און פעלדמאן.

Re: אוט אף טאטש התאחדות הרבנים אסר'ט אלע סארט מוזיק איווענטס

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 1:46 pm
דורך נעגעל וואסער
איך זע אז די עיקר פראבלעם שטייט דארט אז מען וועט נישט קענען מבחין זיין בין כינוס לקאנצערט! דאס איז די גאנצע פוינט.
זיי ווילן האלטן די אידעלעך ביזי מיט זייערע ענטערטעינמענט וואס די רבנים האבן ליב, ווי איידער קאנצערטן וואס די המון עם גלייכט...

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 2:25 pm
דורך מודה בטפל
א ערליכע איד מיט פארשטאנד דארף נישט אזעלכע בריוון. אבער נעבעך זענען דא א סך וואס זען נישט די פראסטקייט פון די אלע סארט חינגערייען דארף מען זיי מעורר זיין.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 2:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לעולם אין גוזרין גזירה על הצבור, אלא אם כן רוב הצבור יכולין לעמוד בה. הרי שגזרו בית דין גזירה, ודימו שרוב הקהל יכולין לעמוד בה, ואחר שגזרוה פקפקו העם בה ולא פשטה ברוב הקהל, הרי זו בטלה ואינן רשאין לכוף את העם ללכת בה. (רמב"ם הלכות ממרים ב,ו)

אויף די ערשטע איסור האבן זיי שוין עובר געווען, לאמיר זען צו זיי וועלן זיך קענען גובר זיין אויף זייער יצר הרע און כאטש נישט עובר זיין אויף די צווייטע איסור.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 2:41 pm
דורך מודה בטפל
רוב ציבור איז אויף די ערליכע זייט. זיי האבן נאר נישט סאציאלע מידיע ממילא זעסטו נאר די פראסטע ליידאקן

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 2:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כ'האב גרויס נייעס פאר דיר, רוב פרומע אידן האבן יא סאציאלע מידיע. ס'נישט בעסער פון טבילת עזרא וואס איז בטל געווארן צוליב דעם זעלבן טעם.

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 3:11 pm
דורך מודה בטפל
התאחדות רעדט נישט צו פרומע אידן, ס'איז נישט א פרומע ארגאניזאציע

Re: אוט אף טאטש התאחדות הרבנים אסר'ט אלע סארט מוזיק איווענטס

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 5:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב שוין ערגעץ געשריבען אין שטיבל, די תכלית פון די צעטליך איז נישט לאסור איסור. זיי ווילען מאכען א ליניע אז זיי זענען בעסער ווי אנדערע. קודם מאכט מען אזא צעטיל, און יעצט בין איך בעסער ווי יענעם ווייל איך פאלג. אמאל האבען פשוט׳ע אידען קוים געהאט א בארד, און זיכער נישט קיין שטריימעל. דעמאלס איז מען געווען בעסער ווי יענעם מיט די שטריימעל. גיי אריין אין פאפא צו סקווער אין שנת תש"כ און קוק ווי מ׳האט זיך געקענט אן עצה געבען אן א בארד. נאר די נארישע חברה זענען נאכגעגאנגען, האט מען זיך גענומען מאכען ׳חומרות׳ מעניינים שונים. יעדער מוז עסען האנד מצות, יעדער מוז גייען טעגליך אין מקוה ועוד ועוד. מ׳מיינט נישט דיר, מ׳מיינט בלויז זיך צו האלטען בעסער ווי דיר. פאל נישט אריין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 07, 2019 6:15 pm
דורך יין שרף
היכי דמי האט געשריבן:עס איז ארויסגעקומען א טאג נאכדעם וואס עס איז פארשפרייט געווארן אז העסק גרייט זיך צו מאכן א היימישע קאנצערט פאר חסידישע אידן, א בלויז מענער אווענט. עס וועלן זינגען דארט, ליפא שמעלצער בערי וועבער און מאטי שטיינמעץ, אזוי אויך וועט זיין א קאמעדי שאו פון לאנגזאם און פעלדמאן.
די איינציגסטע עצה פאר העס"ק איז צו געבן פרעסן אויך.. און עס איז שוין א דינע"ר פאר די מוסדות.. פארשטייט זיך אויך א שיינע אויבן אן פאר די רבנים און עס איז כשר! שוין נישט קיין קאנסערט, נאר א מסיבה לטובת מוסדות הק' העס"ק..

נשלח: דינסטאג יוני 11, 2019 5:46 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב שוין ערגעץ געשריבען אין שטיבל, די תכלית פון די צעטליך איז נישט לאסור איסור. זיי ווילען מאכען א ליניע אז זיי זענען בעסער ווי אנדערע. קודם מאכט מען אזא צעטיל, און יעצט בין איך בעסער ווי יענעם ווייל איך פאלג. אמאל האבען פשוט׳ע אידען קוים געהאט א בארד, און זיכער נישט קיין שטריימעל. דעמאלס איז מען געווען בעסער ווי יענעם מיט די שטריימעל. גיי אריין אין פאפא צו סקווער אין שנת תש"כ און קוק ווי מ׳האט זיך געקענט אן עצה געבען אן א בארד. נאר די נארישע חברה זענען נאכגעגאנגען, האט מען זיך גענומען מאכען ׳חומרות׳ מעניינים שונים. יעדער מוז עסען האנד מצות, יעדער מוז גייען טעגליך אין מקוה ועוד ועוד. מ׳מיינט נישט דיר, מ׳מיינט בלויז זיך צו האלטען בעסער ווי דיר. פאל נישט אריין

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: לגבי די בארד (דער פאקט אז רוב מענטשן אין ביהמ"ד אין יענע צייטן האבן נישט געהאט קיין בארד) ווייס איך נישט. דאס איז מסתמא געווען שיריים פן די צייטן ווען זיי זענען געווען אונטער די הערשאפט פון די נאציס, ימ"ש. אבער לגבי דעם מנהג פון גיין א יעדן טאג אין מקוה. זעהט אויס אז דו האסט נישט געלערנט ספרי חסידות (א הוה אמינא אז יא?) איבער די גרויסקייט און חשיבות פון גיין א יעדן טאג אין מקוה...! אפשר וועסטו נאך אמאל אנקומען צו דעם...!

איך קען דיר אפשר שוין פארקויפן דעם גאנצן סעט...?! די ר"ת תפילין. די גארטל און דעם טייערן ($5,000) דאלאר'דיגן שטריימל...!

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 2:07 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:

נישט פארגעסן ר"ת גאטשעס.

נשלח: מיטוואך יוני 12, 2019 5:09 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דאס ווייסט קיינער נישט. נאר אין מקוה...!