בלאט 1 פון 1

חסידישע אידן האבען נישט קיין ווייטאמין די

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 12:08 pm
דורך קלאר
איך האב מיך לעצטנס געלזאט שטעכן ביים דאקטער צו זעהן מייין בלוט
דער דאקטער רופט מיך צירוק נאך אפאר טאג
אז מיין ווייטאמין 'די' איז זייער נידריג
ער איז מיר מסביר אז VD באקומט מען פין די זוהן
אין ביי אינז גייט מען אנגעטוהן מיט שמונה בגדים וואס האלט צירוק די זוהן פין באקען אויף אינזער קערפער די פאר מיניט וואס מיר גייען פין דערהיים ביז די קאר
אין רוב חסידישע מענער אין פרויען מאנגעלען גאר שטארק אין VD
ער זאגט אז VD איז גאר א קריטישע געברויך פאר'ן מענטש
אין דער עולם פארנאכלעסיגט עס זייער