מיינע זיכרונות פון ..."עמוועי"...עליהם ה'שנאבל...!
נשלח: זונטאג יוני 16, 2019 1:31 pm
לאור פון דעם ארטיקל אין די ..."מאמענטאל"... אפטיילונג אין מאמענט פון די פארגאנגענע וואך, פ' נשא תשע"ט לפ"ק וואו דער שרייבער בלי שם ברענגט א רעפארט איבער די מולטי-לעוול מארקעטינג קאמפעני , קרי שווינדל, הנקרא ..."ACN"... וואס זייערע אגענטן נאר'ן אריין נאאיווע מענטשן. הויפטזעכליך כולל יונגעלייט אז מ'קען מאכן א גרינגן און שנעללן דאללער. דורך ווערן א מעמבער אין זייער קאמפעני. האביך מיך דערמאנט פון מיין עקספיריענס מיט די פארשטארבענע מולטי-לעוול קא. הנקרא ..."עמוועי"...!
ווען כ'בין געווען א נארוואס אנגעקומענער אימיגראנט קיין ניו יארק אין יאר 1972, למספ. האביך מיך דערוואוסט (כ'געדענק שוין נישט וויאזוי) פון א ריזיגע קאמפעני וועלכע זאגן צו אז מ'קען ווערן אן עושר. נישט סתם אן עושר נאר גאר א גרויסער גביר. שנעלל און גרינג...!
דער מענטש וועלכער איז געווען גרייט מיך אריינצונעמען אין די חבריא קדישא האט געהאט אן אפיס אין מאנהעטן. ביניך ארויף צו איהם אין אפיס. און ער האט מיר מסביר געווען אז נאך באצאללן א קליינע און נישטיגע מטבע פון פופציג דאללער וועלל איך ווערן א פולשטענדיגער מעמבער. און איך וועלל האבן א רעכט צו פארקויפן זייערע פראדוקטן. וועלכע זענען בדרך כלל געווען מיט א 25% טייערער פון די זעלבע פראדוקטן אויפ'ן מארקעט. אויך. וועלל איך האבן א רעכט אריינצוברענגען נייע מעמבערס. און פון די פארדינסטן פון די נייע מעמבערס וועלל איך באקומען א געוויסן פראצענט. און אויך נאכ'ן באצאללן א נישטיגע מטבע פון $10 דאללער וועלל איך באקומען דעם גאנצן קעטעלאג. און פאר נאך $3.00 וועל איך האבן א רעכט פאר א סובסקריפשאן צו זייער מעגעזין...
איך בין געווען א נאאיווער יונגערמאן. האביך מיך געשפירט זייער שטארק גליקליך אז איך האב ענדליך זוכה געווען צו זיין א מעמבער אין א מולטי ביליאן דאללאר קאמפעני. (לפי דבריהם השקריים). ארויסגייענדיג האביך מיך אפגעשטעלט פאר א מינוט איבערצוליינען זייער ..."פיין פרינט"... שטייט דארט א סאך שטותים און שקרים. כמעט אלעס פארקערט פון וואס דער סעילסמאן האט מיר געזאגט. איינס פון די הויפט נקודות וואס זיי שרייבן דארט מיט די קליינע אותיות איז געווען א דיסקלעימער וואו די קאמפעני שרייט ארויס מיט די שטערקסטע לשונות אז דאס וואס איך פארקויף זייערע פראדוקטן מיינט בשום אופן נישט אז איך בין א מעמבער אין זייער קאמפעני. אדער אז זיי האבן גאר עפעס א שייכות מיט מיר. אויך. אז א יעדער שטות און שמאנצע פון זייערע סופלייס. פון וואס ס'איז דא בשפע וועט מיך קאסטן טבין ותקילין. אפילו א פענסיל אדער פעיפער קליפ...!
ווען איך בין געגאנגען צו מיינ'ס א קרוב און פרובירט צו פארקויפן זייער וואש פוידער האט מען מיך אויסגעלאכט און געזאגט אז אין גראסערי באקומט מען א סאך א בעסער'ן און ביליגער'ן פאודער. אזוי איז געווען מיט אלע אנדערע זייערע פראדוקטן וואס כ'האב פרובירט צו פארקויפן.
האביך פרובירט דעם צווייטן חלק פון זייער סקיעם. אריינצוברענגען נאך ..."סעילסמען"... האט מען מיך אנגעקוקט ווי איך בין אראפגעקומען פון די לבנה. מ'האט מיך געפרעגט אויב איך בין אפשר געווען אין רוסלאנד אדער טשיינע מיין גאנץ לעבן. צי ווייס איך נישט אז די קאמפעני זענען די גרעסטע שווינדלערס...?!
שוין. האביך כאטש געוואלט א הנאה האבן פון ליינען זייער מעגעזין. און זעהן וויאזוי זייערע סעילסמענטשן (קאפלס) זענען געווארן רייך און גליקליך. אין איינס פון די פעידזשעס ברענגען זיי א סוקסעס סטארי פון א קאפל, קובאנער אימיגראנטן אין פלארידא וועלכע זענען אין א קורצע צייט געווארן גרויסע עשירים. אז זיי פארמאגן שוין 2 לוקסוריעזע אויטאס און א שיף. ס'איז נאר דא איין פראבלעים מיט די פיקטשער. אויף די טייערע קארס מערסעידעס און אאודי איז געווען אנגעשריבן אין ספאניש דער נאמען פון א קאר רענטל קאמפעני...!
ביז מיין ווייב האט מיך אנגעשריגן אז איך זאלל מיך ארויסלאזן פון די נארישע חלומות און גיין ארבעטן א געהעריגן דזשאב... האביך מיך ענדליך אויפגעוועקט פון די חלומות...!