בלאט 1 פון 5

הרב אברהם שור ארויס אין אטאקע קעגן הרב י"י יעקבסאהן

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 10:58 pm
דורך [NAMELESS]
דער באקאנטע רעדנער הרב אברהם שור איז ארויס אין א פייערדיגע אטאקע קעגן הרב יוסף יצחק יעקבסאהן, זאגענדיג אז ער רעדט כפירה און מינות און רעדט קעגן כל הקודש לנו. ער זאגט אז מ'טאר אים חלילה נישט אויסהערן.

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 10:59 pm
דורך [NAMELESS]
די רעקארדינג

נשלח: מיטוואך יוני 26, 2019 11:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב ער מיינט עס 'אמת'דיג האב איך פשוט רחמנות אויף איהם, ער עסט זיך סתם די געזונט על לא דבר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 1:10 am
דורך [NAMELESS]
סתם ולא פירש. על מה בדיוק יצא הקצף?? אלץ חב"ד (המשך המלחמה הקרה שניהל אביו של ר' אברהם עם אחיו ר' יעקב? - זכר כולם לברכה.)? אלץ זון פונעם עורך האלגעמיינער? אלץ פארשעי? אדער גאר האט זיך הרב YY ווירקליך פארעדט עפעס לעצטענס?

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:54 am
דורך וואלווי
.

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:34 am
דורך [NAMELESS]
רעספאנס

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 10:23 am
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב ער מיינט עס 'אמת'דיג האב איך פשוט רחמנות אויף איהם, ער עסט זיך סתם די געזונט על לא דבר.

נישט נאר דאס. נאר ער איז אויך פון די יושבי חושך. אדער ווילל ער געפעללן פאר זיי...!

זיין געזונט אינטרעסירט מיך גאנץ ווייניג. אז ער איז א שוטה איז ער זיך אליינס שולדיג...!

Re: הרב אברהם שור ארויס אין אטאקע קעגן הרב י"י יעקבסאהן

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 2:59 pm
דורך חסיד פון ליטא
When two generations collide...

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 3:57 pm
דורך קאצקע ציקער
הרב שור כאפט נישט אז א שטעקן האט צוויי זייטן און רביי yy קען פונקט אזוי האלטן א דרשה קעגן הרב שור

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 4:27 pm
דורך חיים יואל
חתם סופר האט געשריבן:רעספאנס

זייער שיין און קלוג געענפערט

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 5:50 pm
דורך לך לך
דער שרייט הויעך... אוטש
עפעס באדערט איהם

Re: הרב אברהם שור ארויס אין אטאקע קעגן הרב י"י יעקבסאהן

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:13 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אפשר זענען זיין שיך צו קליין. דאס מאכט געפערליכע יסורים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: הרב אברהם שור ארויס אין אטאקע קעגן הרב י"י יעקבסאהן

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 7:45 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קאצקע ציקער האט געשריבן:הרב שור כאפט נישט אז א שטעקן האט צוויי זייטן און רביי yy קען פונקט אזוי האלטן א דרשה קעגן הרב שור
נע, ער ווייסט מן הסתם יא אז YY איז מער מענטש פון עם און ער גייט עם נישט צוריק אטאקירן, און טאקע וועגן דעם האט דער רב שור גענומען די חוצפה צו אטאקירן.
ער וואלט מן הסתם קיינמאל נישט אטאקירט א גרויסע חסידישע פארטייאישע רבי ווי למשל באבוב אדער סאטמער וכדומה פשוט ווייל ער ווייסט אויך ווי ער קען אריין רייסן אן צוריק כאפן. ווי זוי זאגט די וועלט, יעדע שמויגר פאר זיך טויג ער

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 7:55 pm
דורך הוגה
ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.

Re: הרב אברהם שור ארויס אין אטאקע קעגן הרב י"י יעקבסאהן

נשלח: דאנערשטאג יוני 27, 2019 9:19 pm
דורך גראף
הוגה האט געשריבן:ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.
ברענגסט א ראיה דער מהר''ש מבאבוב זצ''ל. טאקע עם וואס האט נישט גענטפערט און נישט געלאזט די חסידים ענטפערען האט ער זיך אן געטשעפעט...

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 3:59 am
דורך יין שרף
הוגה האט געשריבן:ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.

אדאתית להכא איז פשוט די מעשה, Rabbi YY האט מיט אפאר יאר צוריק ביים תשעה באב שיעור עפעס אוועקגעמאכט די גור'ע תקנות, ממילא..

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 5:00 am
דורך קאצקע ציקער
יין שרף האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:ער בארעדט יא גרויסע רביס. ער שרעקט זיך נישט פאר קיינעם. ער האט אין תש"ס באהאקט דער מהר"ש מ'באבוב ביים באקאנטע מאלעסטעישאן פרשה אין באבוב. ער האט בארעדט א יעדע רבי וואס האט נישט מחנך געווען זיינע בחורים כשיטת רבו הבית ישראל.

אדאתית להכא איז פשוט די מעשה, Rabbi YY האט מיט אפאר יאר צוריק ביים תשעה באב שיעור עפעס אוועקגעמאכט די גור'ע תקנות, ממילא..

וואס האט ער זיך יעצט דערמאנט?

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 11:34 am
דורך שבת אחים
דער ר׳ אברהם שור דארף ארויסגיין אויף א דעיט מיט דעם יהודא לעווין... :lol: ס׳איז א פאסיגע שידוך ממש מן השמים.
ענבי הגפן בענבי הגפן...

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 11:44 am
דורך שבת אחים
יעדע היימישע שמויגער וואס האלט נישט פון יענעמס דרך שרייט אז יענער איז א כופר און רעדט כפירה! אוואדי אז מ׳נעמט נישט אן די דרך פונעם בית ישראל פון גור איז מען קלאר אן אפיקורס ווייל אזוי שטייט בפירוש געשריבן אין די תורה...

פונקט ווי אין סאטמאר איז א בעלזער און א חבדסקר א אפיקורס... ווייל יעדער וואס האלט נישט פון מיין דרך אדער מיין רביס דרך איז אויטמאטיש אן אפיקורס...

און ווער סאיז נישט קיין ציוני אדער קעגן מדינת ישראל׳ס פאליסיס איז אויטמאטיש א אנטיסמיט און א זעלבסט האסער.... במשנתו של רבי בערל בעלאגעלה...

לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער פאליסמאן וואס געט א טיקעט פאר א היימישע איד איז א אנטיסמיט!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 2:24 pm
דורך הקטן
שבת אחים האט געשריבן:לאמיר נישט פארגעסן אז יעדער פאליסמאן וואס געט א טיקעט פאר א היימישע איד איז א אנטיסמיט!

און א יעדע חסיד א רעסיסט
און ווער ס'האלט זיין געי איז א מחלה, איז א ביגעט און א האמא-פאב

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 3:33 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים: איך האב דיר נאר געגעבן א לייק ווייל דו האסט מיך געמאכט קוילערן פאר געלעכטער...! און לפי משנתך. א יעדער אזוי-גערופענער סאציאל-דעמאקראט איז א פיינער מענטש. און אן אוהב ישראל. נאר דעם זעלבן סאציאל-דעמאקראט'ס הארץ צוגייט נעבעך פאר רחמנות אויף די נעבעכ'דיגע פאלעסטינער פרויען און קינדער וועלכע וואוינען שוין 70 יאר אין פליטים לאגער'ן און הונגער'ן נעבעך אונטער. אזוי ווי דער ליבעראלער סאציאל-דעמאקראטישער, און גוי'אישער ניו יארק טיימס ווילל לערנען פשט. אבער ער/זי האט נישט קיין רחמנות אויף די אומ'שולדיגע, ציווילע באפעלקערונג אין ארץ ישראל. וועלכע ווערן טעגליך געשטאכן, געשאסן און באמבארדירט דורך די אומשולדיגע פאלעסטינער אנגעהעריגע...!

נשלח: פרייטאג יוני 28, 2019 5:29 pm
דורך לעיקוואד
כ'ווייס נישט פונקטליך על מה יצא קצפו של הרב שור. אבער הרב יעקבסאהן רעדט דאך אפען קעגן דער א"ג סיסטעם און אנדערע עוולות וואס ער זעהט אין דער חרידשער געזעהלשאפט, אסאך מאל אויף א נוסח וואס דערמאנט ממש די שונאים מבחוץ, הגם עס איז זיכער נישט זיין כוונה. ממילא אוודאי קען מען פארויסזאגען אז א מער טראדיציאנלער רב זאל האקן אויף עם, אויב איז עס נישט געשעהן ביז יעצט איז עס נאר ווייל נישט גענוג הערן עם אויס..

נשלח: זונטאג יוני 30, 2019 9:52 am
דורך [NAMELESS]
הרב שארר איז נאך א תמימות'דיגער רב וואס איז יעצט געפאלן צו די איינזייטיגע ראדיקאלן וואס זענען פארנומען מושב'ן בעניני טוהר המחנה.

מיין פערזענליכע מיינונג אויף דזשעיקאבסאן איז נישט וויכטיג און דעריבער האב איך נישט געזאגט, אבער זאל הרב שארר און די 'עסקנים' אויך אייננעמען א שטילשווייגעניש און נעמען שריט אויף וויכטיגערע עניני הכלל.