בלאט 1 פון 2
שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 2:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 2:59 pm
דורך לבי ובשרי
[tag]רביה''ק זי''ע[/tag]. אמנון לוי האט זיך שוין ערוואבן א רעפוטאציע אלס העיטער און קריטיקירער. דאס אלעס
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 3:49 pm
דורך קרעקער
כמיין אז סאיז א גרעסערע חידוש אז דזשאו לעווין איז נתגלה געווארען ווער ער איז
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 5:01 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די שטאטוטען פון קאוועשטיבעל לאזען נישט עפענען אן אשכול אויף אזא אופן, מיט נאר א לינק. מ׳דארף מסביר זיין, ובפרט פאר די וואס האבען פילטערס
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 5:18 pm
דורך אישתישבי
דאס אז מען ניצט גויטעס צו האבן קינדער מאכט נישט קיין סענס.
דאס אז היימישע מיידלעך זענען געצווינגן צו לאזן אנדערע אדאפטירן זייערע אומגעוואונטשענע קינדער, מאכט אביסל סענס.
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 5:49 pm
דורך איך אויך
אלטע אלטע נייעס. שוין יארן וואס מען שיקט די אלע איזרעלי שוואנגערדיגע מיידלעך מכלומפרשט קיין מאנטשעסטער אדער געיטסהעד סעמ און למעשה געשעהט וואס עס געשעהט.
פון די אנדערע זייט, קוקען עס אסאך אן פאזיטיוו. די מיידל מיט איר משפחה ווערן נישט פארשעמט, זי קען געווענליך נאך אלץ טוהן א לייטיש שידוך און א קינדערלאזע היימישע קאפל איז ענדליך זוכה צו א אידיש קינד.
ווי אייביג ביי אזעלכע סענסעטיווע געשעפטן סמוי מן העין וועלן שוין זיין פיפיגע ייודעלעך וואס מאכן שיין געלט פונעם תעשיה.
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: מיטוואך יולי 10, 2019 6:48 pm
דורך אונטער חכם
אין מיינע אויגן וואלט עס נישט געווען אזא פראבלעם, דאס נעמען געלט אין אזעלכע קעיסעס כאטש עס איז אומלעגאל, אבער ווען מען זעהט אז עס איז טאקע געשען פונקט דאס פארוואס עס איז אומלעגאל, אז מען האט צוגענומען א קינד פון א מיידל וואס שרייט חי וקיים אז זי האט קיינמאל נישט מסכים געווען דערצו, זעהט מען אז עס איז יא אן ערנסטער פראבלעם, דאס אריינמישן געלט אין אזעלכע פעלער.
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:23 am
דורך moneyminded
קרעקער האט געשריבן:כמיין אז סאיז א גרעסערע חידוש אז דזשאו לעווין איז נתגלה געווארען ווער ער איז
זיי מסביר ווער איז ער?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 2:27 am
דורך איך אויך
בעל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויפן טיש.
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 5:05 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס קען גאר זיין אז די מעשה איז גאנץ אויפגעבלאזען. עס קאסט דאך געלט פאר א מיידעל צו קומען קיין אמעריקא, ביי איינעם איינצושטיין, דאקטוירים ועוד. דאס מיינט נישט אז איינער מאכט דארט געלט פון פארקויפען קינדער. און עס איז אויך נישט אזוי שווער אז נאכ׳ן אוועק געבן א קינד כדת וכדין, וועט די מיידעל חרטה האבען. דאס מיינט נישט אז עפעס אומלעגאל האט פאסירט.
און די סתירות דארט זענען בולט. אז מ׳גיבט דוקא א קייסער שניט אז די מיידעל זאל זיין מטושטש, און אויך אז די שטייגער ביי זיי איז אז מ׳האט א קינד מיט א הייבאם אינדערהיים, נישט אין שפיטאל, ממילא קען מען מאכען שטיק.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:42 am
דורך אישתישבי
איך אויך האט געשריבן:בעל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויפן טיש.
כאילו עס איז אמאהל געוועהן א סוד.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 8:45 am
דורך אישתישבי
דער עולם פארשטייט נישט.
עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 9:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער עולם פארשטייט נישט
וואס מ׳טוט איז, מ׳גייט צו אבארשען קליניקס און ווען מ׳טרעפט איינעם וואס מ׳קען איהר איבעררעדן, איז מען מסדר אן אדאפשען. ווי ליגט א פראבלעם?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:18 am
דורך moneyminded
איך אויך האט געשריבן:בעל [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אויפן טיש.
ווייס איך , וואס האט מען יעצט אויפגעדעקט
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:20 am
דורך moneyminded
אישתישבי האט געשריבן:דער עולם פארשטייט נישט.
עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
האלטסט טאקע עס מאכט זיך אפט היימישע פרעגנענט מיידלעך? און בכלל איז די קינד א כשר קינד ?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:38 am
דורך הדסים
moneyminded האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:דער עולם פארשטייט נישט.
עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
האלטסט טאקע עס מאכט זיך אפט היימישע פרעגנענט מיידלעך? און בכלל איז די קינד א כשר קינד ?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
ניין די קינד איז נישט כשר, ס'איז טריפה...
מ'רעדט דא דווקא נישט פון אן אשת איש, ווייל אויב יא וואלט דאך נישט געווען קיין פראבלעם.
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:40 am
דורך אספקלריה
moneyminded האט געשריבן:אישתישבי האט געשריבן:דער עולם פארשטייט נישט.
עס ברענגט ארויס דער צוריקגעשטאנענקייט פין אונזער געזעלשאפט פון חרדים, אז א מיידל וואס שוואנגערט, מוז אויפגעבן איר קינד צוליב בושה פין איר, אדער בושה פין משפחהַ. ווען א מיידל זאל זאגן, ניין, איך ווייל האלטן דאס קינד, ווייסט עטץ אליין אז קען האניג וועט זי נישט לעקען פין איר פאמיליע. צו מען וועט זי גענצליך אפשניידן צו נישט.
האלטסט טאקע עס מאכט זיך אפט היימישע פרעגנענט מיידלעך? און בכלל איז די קינד א כשר קינד ?
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
סמאכטזיך מער ביי אונז ווייל מלערנט נישט די מיידלעך אז מברויך נעמען בורט קאנטראל אויב וויל מען ארומהענגען מיט יונגען.
דער קינד איז זיכער א כשר קינד, קען זיין ער ווערט אנגערופען א פגום אויב דאס מיידעל האט נישט געמקווה׳עט אבער אוודאי איז ער א כשר קינד.
וחוץ מזה איז גונב איש ומכרו וועט אוכט אנגיין ביי א אומכשר קינד.
Re: שוידערליך שוידערליך!!!
נשלח: דאנערשטאג יולי 11, 2019 11:47 am
דורך moneyminded
די ווייסט פאר א פאקט אז עס מאכט זיך? אז די זאגסט אז עס מאכט זיך מער ביי אונז
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 3:43 pm
דורך בענבען
ס'מאכט זיך זיכער די שאלה איז נאר וואס טוט מען אין אמעריקא מיט אזעלעכע קעיסיס?
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 4:09 pm
דורך קידוש
איך גלייב שווער אז עס פאסירט אזאלכע מעשיות אין אמעריקא,
ווען יא וואלסטו שוין געהערט דערפון אין נישט געדארפט צוקומען צו א לינק פון "פארלוירענע מש**"
עס איז זייער גרינג צו באקען מעשיות און ארויפווארפען א נאסע ליילעך אז "אלע" חרדים זענען גאר צוריקגעשטאנען
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:01 pm
דורך קהל'ס נער
זייער מאדנע, אז איינער איז געניג אויפגעקלערט צי מזווג זיין זיווגים אבער ווייסט נישט פון קיין ב.ק.
לכאורה איז די מעשה געזויגן פון.....
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:04 pm
דורך בענבען
ס'איז ליידער דא מיידליך אין אונזערע היימישע קרייזן וואס ווען זיי קענען זיך נישט איינהאלטען פארגעסן זיי צו נעמען מיטלען וואס זאל צוריקהאלטען און זיי ווערן שוואנגעדיג.... ביודעי ובמכירי קאמינא (איך זאג נישט אז ס'געשעהט יעדן טאג אבער איך האב שוין מיטגעהאלטען מער ווי איין אזא מעשה) איך ווייס אז ס'דא וואס מ'פלעג שיקען קיין פלארידא
נשלח: דינסטאג יאנואר 25, 2022 5:08 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי האט געשריבן:[tag]רביה''ק זי''ע[/tag]. אמנון לוי האט זיך שוין ערוואבן א רעפוטאציע אלס העיטער און קריטיקירער. דאס אלעס
לי יצוייר אז ער איז נישט קיין גוטער פריינט פאר די חרדי קאמיוניטי. אבער ער זאגט דאך עפעס. מ'קען זיך נישט פארשטאפן די אויערן (סימבאליש גערעדט) צו הערן וואס ער פארציילט.
די דאזיגע פרשה האט א סאך עלעמענטן פון די פרשה פון די ..."ילדי תימן"...! דארט האט מען געבלעימט די ציונים. און זיי זענען טאקע געווען שולדיג. נאר זייער .."פעסיליטעיטאר"..האט געוואוינט דאהי אין ניו יארק. און ער איז געווען פאררעכנט אלס אנגעזעהענער, בעל בת'ישער מענטש. פארשטייצעך אז ער האט געמאכט א סאך געלט. אפשר די מערסטע, פון די גאנצע רינג...!