בלאט 1 פון 2
קול מבשר עפפ
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2019 2:08 pm
דורך [NAMELESS]
אין די טעג קומט ארויס די נייע קול מבשר עפפ אויף וואס מ'ארבעט שוין אפּאר יאר. דערווייל איז נאר דא פאר אייפאון, ענדרויד קומט בקרוב.
https://apps.apple.com/us/app/yiddish24 ... 1156107549
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 12:55 am
דורך לבי ובשרי
עס איז מיר א ווינדער פארוואס זיי האבן געגעבן דעם עפפ א נעמען "יודיש24".
לענ"ד הרמה וואלט דאס ווען געדארפט בלייבן מיט זעלבן נעמען און ברענד פון "קול מבשר".
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 3:51 am
דורך קאצקע ציקער
לבי ובשרי האט געשריבן:עס איז מיר א ווינדער פארוואס זיי האבן געגעבן דעם עפפ א נעמען "יודיש24".
לענ"ד הרמה וואלט דאס ווען געדארפט בלייבן מיט זעלבן נעמען און ברענד פון "קול מבשר".
פארלאז דיך אויף זלמן ער ווייסט גיט וואס ער טוט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 1:21 pm
דורך לבי ובשרי
האבעך געהערט, ווייל די קאלמע חברה האבן מורא געהאט אז ס'וועט זיין היץ אויף זיי מיט'ן עפענען דעם עפפ.
דערפאר האבן זיי געמאכט כככככאילו א צווייטער עפנט דאס מיט די אינהאלט פון קאלמע
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:18 pm
דורך chosen people
עס איז שוין דא פאר
ענדרויד
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 7:22 pm
דורך איסר האטלקי
יעצט איז פונקט א גוטע צייט ארויסצוקומען דערמיט, אלע רבנים זענען אויף דאטשע אין קאנטרי אדער אין ניו העמפשיר, התאחדות איז פארמאכט ווייל זומער איז נישט קיין צייט פאר פראטעסטן, און יעדער איז טאקע שטיל...
נשלח: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:20 pm
דורך ביבער
פון די פערמישאנס זעה איך ער בעט פאון איידענטיטי. צווישן אנדערע קען דעס אויך זעהן וועלכע דזשימעיל אקאונטס זענען אויף דעם מאשין. דארף מען האפן אז טובי מאיר ניימאן ענד קא. לייגט נישט קיין הענט דערויף.
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 12:25 am
דורך [NAMELESS]
פארוואס זעה איך עס נישט אויפן פלעי סטאר?
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 12:30 am
דורך קאצקע ציקער
מאך זיכער האט געשריבן:פארוואס זעה איך עס נישט אויפן פלעי סטאר?
טוה דיר אן דיין גלעזער וועסט עס זעהן
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 12:47 am
דורך [NAMELESS]
אפשר לייגסטו ארויף א דירעקט דאונלאוד לינק?
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 12:55 am
דורך קאצקע ציקער
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 10:45 am
דורך [NAMELESS]
ניצענדיג די עפפ שוין פאר צוויי טעג האב איך זייער הנאה פון עס. אפאר הערות וואס קען אסאך צוגעבן:
1. נאטיפיקעישענ'ס. ס'זאל ארויפקומען נאטיפיקעישענ'ס ווען ס'איז דא א נייע בולעטין אדער ווען די נייעס ווערט אפדעיטעד, אדער א נייע אינטערוויו וכו'. מ'זאל קענען אנשטעלן וועלכע נאטיפיקעישענ'ס מ'וויל.
2. בוקמארקס. מ'זאל קענען האלטן די פלאץ ביי אסאך פלעצער אויף אמאל. און ס'זאל זיין א מעניא ווי מ'קען זען ווי מ'האלט ביי יעדע זאך וואס מ'האלטן אינמיטן הערן.
3. אפפליין. קענען דאונלאדען אין די עפפ עפעס וואס מ'וויל הערען שפעטער ווען מ'וועט נישט האבן קיין קאנעקשאן.
4. ביי די אינטערוויוס שרייב די נאמבער וואס ס'איז אויף די טעלעפאן. אויב איינער וויל עס קענען אויך טרעפן אויף די טעלעפאן.
5. סוירטש. קענען זוכן א באריכט אדער אנאליז אדער אינטערוויו דורך סוירטשן א ווארט פון דעם ענין.
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 11:15 am
דורך חד גדיא
חתם סופר האט געשריבן:5. סוירטש. קענען זוכן א באריכט אדער אנאליז אדער אינטערוויו דורך סוירטשן א ווארט פון דעם ענין.
ס'איז אויך יעצט דא א וועבסייט
https://www.yiddish24.com/אויף די וועבסייט קען מען סוירטשן
Re: קול מבשר עפפ
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 12:39 pm
דורך נעגעל וואסער
א געוואלדיגע עפפ.
איך פלעג זיין הוקט צו קול מבשר יארן צוריק, אבער שוין מסתמא א צען יאר וואס איך הער דאס נישט צוליב די ים פון עדווערטייזמענעס וואס איז דא דערויף וואס קריכן מיר אויף די געהירן. אויפן עפפ איז דערווייל נישטא קיין עדס, און מען קען לייכט טרעפן וואס מען זוכט, גיימער צוריק אריין טאנצן דערין. גאר אסאך האט זיך געטוישט זייט לעצטע מאל וואס איך האב דאס געהארכט.
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 1:35 pm
דורך לבי ובשרי
אינעם עפפ האבן זיי געשריבן אז יעצט, נאך אין אנהויב האבן זיי נאר קאלמע נייעס און בהמשך ימים וועלן זיי זעלבסט אפדעיטן עקסקלוסיווע נייעסלעך.
סאמטינג פישי
נשלח: פרייטאג יולי 19, 2019 1:37 pm
דורך קאצקע ציקער
לבי ובשרי האט געשריבן:האבעך געהערט, ווייל די קאלמע חברה האבן מורא געהאט אז ס'וועט זיין היץ אויף זיי מיט'ן עפענען דעם עפפ.
דערפאר האבן זיי געמאכט כככככאילו א צווייטער עפנט דאס מיט די אינהאלט פון קאלמע
אינטערסאנט ער שרייבט אז די עפפ האט גארנישט מיט קול מבשר ער זאגט אז עדווענטשילי גייט ער אפילו האבן אייגענע זאכן
לבי האקט ____
נשלח: זונטאג יולי 21, 2019 10:48 am
דורך איסר האטלקי
חתם סופר האט געשריבן:ניצענדיג די עפפ שוין פאר צוויי טעג האב איך זייער הנאה פון עס. אפאר הערות וואס קען אסאך צוגעבן:
1. נאטיפיקעישענ'ס. ס'זאל ארויפקומען נאטיפיקעישענ'ס ווען ס'איז דא א נייע בולעטין אדער ווען די נייעס ווערט אפדעיטעד, אדער א נייע אינטערוויו וכו'. מ'זאל קענען אנשטעלן וועלכע נאטיפיקעישענ'ס מ'וויל.
2. בוקמארקס. מ'זאל קענען האלטן די פלאץ ביי אסאך פלעצער אויף אמאל. און ס'זאל זיין א מעניא ווי מ'קען זען ווי מ'האלט ביי יעדע זאך וואס מ'האלטן אינמיטן הערן.
3. אפפליין. קענען דאונלאדען אין די עפפ עפעס וואס מ'וויל הערען שפעטער ווען מ'וועט נישט האבן קיין קאנעקשאן.
4. ביי די אינטערוויוס שרייב די נאמבער וואס ס'איז אויף די טעלעפאן. אויב איינער וויל עס קענען אויך טרעפן אויף די טעלעפאן.
5. סוירטש. קענען זוכן א באריכט אדער אנאליז אדער אינטערוויו דורך סוירטשן א ווארט פון דעם ענין.
בולעטין נאטיפיקאציס איז דא פון די ערשטע מינוט. גיי צו סעטינגס.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 1:14 pm
דורך טאמבל סאס
גאש, כ'האב יעצט דיסקאווערד די עפפ. קיהל. פארוואס אבער לאזט נישט [tag]יונה כהן[/tag] הערן זיינע אנאליזן פון בעפאר צוויי חדשים? אזוי שנעל טשעינדזשד ער זיין מיינד?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 05, 2021 11:34 am
דורך טאמבל סאס
ווייסט איינער אויב און וואו אויף קול מבשר מען קען הערן יונה כהן'ס עקענאמישע אנאליזן פונעם ערשטן נומער?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 06, 2021 12:49 am
דורך תרמב
יעצט איז ער אין איטאליע, ער שמייסט ארום ווענעציע מיט א גאנדאלע און ער באזוכט אלטע שולן....
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:57 am
דורך קא משמע לן
עס איז געוועהן א שמוציגע אינטערוויו אויף קול מבשר און נאך געציילטע מינוטן האט מען פארמעקט אכציג פראצענט.
פון וועלעכע נושא האט מען גערעדט? עסן. פוי גרויל
ברוך השם אז די צד הקודש האט מצליח געוועהן אראפ צו נעמען די מיסיאנערישע שמועס רח"ל.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 2:59 am
דורך צוזאמגעדרייט
אז דו ברענגסט א נייעס, ביטע קום מיט דיטעילס, שכוח.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 01, 2022 9:23 am
דורך [NAMELESS]
מן הסתם רעדט ער פון יאסי בראך'ס אינטערוויא עטליכע וואכן צוריק. די סיבה פארוואס מען האט געמעקט איז לכאורה ווייל ער האט אינטערגעריסן די עסן קאמפעניס אז זיי ריקן אריין אלטע הארטע עסן אונטער פענסי נאמען און פארקויפן פאר טייער געלד, נאך א סטראשע פאר קול מבשר האט מען דאס געמוזט אראפנעמען.