שפאנען אינאיינעם

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

שפאנען אינאיינעם

שליחה דורך ספרא דמרא »


צו מיין טייערע פריינט...

שטעל זיך פאר דו געפינסט זיך אין א וועלט, די הימלען זענען קלאר און העל בלוי
אין א פעלד מיט א וואסערפאל וואס קוועלט, די וואלקענעס אויבן שוועבן פאמעליך אזוי
ווארעם אן קיין שפור פון קעלט, די קיען זיי פאשען און עסן געמיטליך שטרוי
וואס פאר א ווערד האט בכלל געלט, קעגן ווען אין די רואיגקייט מען אנערקענט מיט צוטרוי

יא דו זיצט אליין אויף דער ערד צווישן די גראזן, אבער אין שויס פון די נאטור
די ווינטן אויף דיר איידל זיי בלאזן, און מאכן דיינע געדאנקען ווי קריסטאל קלאר
אלס איז פאר דיר אין די מאמענטן צוגעלאזן, דו ביסט מיט דיין פערזענליכקייט קלאר
זעסט פון דער ווייט אין די וואסער א שיפל מיט מאטראזן, הלואי דא בלייבן א גאנץ יאר

יעדער היינט איז נישט באשטאנען, ווייל דו זיצט אליין מיט דיר
נישטא דער יענער מיט וועם זיך צו טענה'ן, ווייל דו אין זיך זעלבסט כאפסט א שפאציר
עס רינט טייכן פון זארגלאזיגקייט ווי קראנען, א דיאלאג מיט זיך פארפיר
קיין ארומיגע איז יעצט נישט פארהאנען, אלעס יעצט פאר זיך קאנטראליר

נו פארוואס איז עס נישט ביי מיר אזוי פונקט, פארוואס קען עס נישט ביי מיר פארקומען
און צוליב וועלכע אורזאך צו מיר אלס ווינקט, די אלע מחשבות מיט וואס איך בין פארנומען
אז דער צווייטער מיין בלוט ער טרונקט, און וואס דער און יענער טוען אויף מיר ברומען
ביי מיר אין פיין דאס זעלבסטזיכערקייט זיך טונקט, און די רעכענונגען טוען קיינמאל שטימען

עס מוז זיין א סיבה דערצו איך דענק, און איך וויל דעם רעטעניש שטארק לעזן
שטענדיג צו א פארווארפענע פלאץ איך בענק, פון מיינע פראבלעמען וואס שטערן מיין וועזן
עס ברענגט אויף מיר די ווייטאג פילע קרענק, מרה שחורה טיפע דעפרעסיע זענען מיינע שפעזן
אביסל פון דיין רואיגקייט מיר שענק, אפשר וועט עס דערשטילן מיינע געפילן וואס אין טרויער גלעזן


וואלסטו מיר פון דיין שלוה געגעבן, עס זאל זיין אן איבערווייז אז דו ביסט מיר געטריי
צו בארואיגן מיין שטורעמיש און ביטער לעבן, ווען די וועלט אין מיין פנים אייביג גיבט א שפיי
דו ווייסט דאך יא אז מיין גאנצע שטרעבן, איז נאר זיצן אין די שאטן פון מנוחה סיי ווי סיי
און אינטערן פארטוך פון שטילקייט מיין צוקונפט וועבן, בעפאר מיין לעבן גייט פארביי

ענדיג נישט אצינד ליינען מיין געדיכט, מיט א קרעכץ פון מיטלייד און גיין ווייטער אין וועג
ווייל ווען ביי דיר שיינט האב איך א טונקעלער שיכט, דעריבער ענטפער וואס איך פרעג
ביי דיר איז גוט אבער א בראך אויף מיין געזיכט, פארוואס גארנישט אויף די וועלט איך מעג
העלף ביי מיר אויפצושיינען די ליכט, אז עס זאל זיין נאר בעסער די קומענדיגע טעג

לויט ווי איך האב דיר ביז אהער ערקלערט, קענסטו א קלארער בילד ארויסנעמען
כאטש פון מיר קיין סך האסטו נישט געהערט, אבער א לעזונג לאמיר געפינען פאר מיינע פראבלעמען
פארוואס עס איז ביי מיר אזוי שלעכט באשערט, צו פרעגן הויעך ווייסטו טוה איך זיך שעמען
פארוואס נאר מיינע אויגן נאס און שטארק פארטרערט, די בייזע וואלן טוען מיר פארשוועמען

טוה מיר צוליב און נעם מיר מיט, אויף דיין וועג וואס איז גלייך אויסגעטרעטן
לאמיר נעמען א חלק אין וואס עס איז דיר גוט, איך ווייס אז עס איז שווער וואס איך האב געבעטן
אבער אינאיינעם מיר קענען נעמען שריט, און מיינע טרערן ענדליך פארגלעטן
צוזאמען וועלן מיר שפאנען און אפווישן מיין פארגאסן בלוט, עס וועט זיין גוט איך קען וועטן

ווייל אינאיינעם איז אלס בעסער...
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
פארשפארט