פייגלעך עגזיסטירן נישט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

פייגלעך עגזיסטירן נישט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז דא א באוועגונג אין אמעריקא וואס גלויבט אז אין די י' יארען האט דער רעגירונג אויסגעהרג'ט אלע פייגלעך אין אמעריקא, און געמאכט סינטעטישע פייגלעך, וואס זיי האלטען אין איין כאפען בילדער פון אלס וואס טוט זיך אין דער וועלט.

זיי האבען געלייגט א ריזיגע בילבארד אין מעמפיס
birdsarentreal.png


און זיי זוכען צו פארשפרייטען זייער מיינונג אומעטום. זיי האבען ב"ה א וועבסייט, ווי מ'קען אלסדינג ליינען.

[center]Recent surveys have revealed that 99.5% of the general public still believe in "Birds." I know, I was shocked too. That said, it is our DUTY as Bird Truthers to remove the blinders from their eyes and welcome them into the light of the truth. Together, we can shift society's perception of what flies above us.[/center]

עס איז טאקע א שאנדע אז 95% גלויבען נאך אין פייגלעך, און זיי האבען אסאך ארבעט צו לייגן דערין. דער וואס וויל צולייגען א פלייצע, און גיין א טי-שוירט אדער הענגן צעטליך איבעראל אז פייגלעך עגזיסטירן נישט, למצוה רבה ייחשב צו פארשפרייטן די אמת.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך ווייס נישט צו פייגלעך עקזעסטירן צי נישט אבער ״צואה״ פון פייגלעך עקזעסטירט שוין איינמאל... הערשט יעצט האט א מנין פייגלעך זיך אויסגעמייכנט אויף מיין גאנצע windshield...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פון זייער וועבזייט

Recent surveys have revealed that 99.5% of the general public still believe in "Birds." I know, I was shocked too it is our DUTY as Bird Truthers to remove the blinders from their eyes and welcome them into the light of the truth. Together, we can shift society's perception of what flies above us



נישט צוגלייבן ווי משוגע מענטשען קענען זיין!

ממש נישט צום גלייבן!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב זאגסטו דיין מיינונג נאכן אדורכטון די נושא הער איך, אבער טאמער שרייסטו אז זיי זענען משוגע בלויז וויבאלד דו קענסט נישט קולט זיין די נושא דאן זענט איר אין א קעסטל... חלילה נישט פערזענליך, אבער אביסל אריינקלערן שאדט נישט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פייגלעך עגזיסטירן נישט

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שבת אחים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו פייגלעך עקזעסטירן צי נישט אבער ״צואה״ פון פייגלעך עקזעסטירט שוין איינמאל... הערשט יעצט האט א מנין פייגלעך זיך אויסגעמייכנט אויף מיין גאנצע windshield...
טאמער די חברה זענען גערעכט, און אלע פייגלעך זענען דראונס, מעג מען אננעמען אז ווען דיין ווינדשילד ווערט אנגעמייכענט, איז עס א מעסעדזש פון איינער וואס טוט עס במכוון. עס איז נישט קיין צופאל, איינער וויל דיר טשעפן

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

אה יעצט כאפ איך שוין....
נישט לאנג צוריק האט א פייגל זיך געדרייט אין מיין פארטש פאר א שטיק צייט, אין עס האט עפעס גאר מיסטערעז אריין געשיינט, עס האט אויסגעזעהן פין עס בליצט א גאנצע צייט, אין מען האט נישט געקענט פארשטיין וואס עס גייט פאר..

אכן נודע הדבר!!! ס'קומט פין די דראונ'ס בדמות פין די פייגלעך, אין דאס האט אריין געבליצט.... אויב אזוי וויל איך זייער שטארק האבן די פיקטשערט פין מיר אינדערהיים, איך וואלט מיר זייער געפרייט צו האבן דאס.. ווי קען מען זיך ווענדען?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אאיך קלער יעצט (עס איז זונטיג אינדערפרי, און מ'האט אסאך ארבעט אויסצופאקן דער שבת....) אז די מעשה איז א שטיקל כפירה, ווייל אלע גלגולים גלויבונגן זענען באזירט אז די פייגלעך זענען עכט. אז א פייגעל וויל בשום אופן נישט אפלאזען דער ביהמ"ד (באקאנט, אין געיטסהעד ישיבה איז אמאל געווען אזא מעשה, ווי א פייגעל האט זיך געדרייט אין ביהמ"ד און האט בשום פנים ואופן נישט געוואלט ארויס גיין. האט א בחור זיך אנגערופען, "אפשר א גלגול", און הרב לייב לאפיאן האט געזאגט, "אפשר א פייגעל"), איז עס ווייל די רעגירונג וויל פון זיי כאפען בילדער, און נישט צוליעב אלטע עבירות פון פינף הונדרעט יאר צוריק.

מ'דארף שוין אסר'ן יענער וועבסייט. אפשר קען איינער ארום גיין זאמלען חתימות פאר דער וויכטיגע צוועק?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'מיין אז די קעץ זענען אויך באהאלטענע אגענטן, כ'האב געהערט א לעגנדע איבער א מיסטריעז קעצל וואס האט אריינגעבלאנזשעט יוה"ק ביינאכט אין פשעווארסקער שול אין אנטווערפן און צוגעלאפן מיט אן אימפעט צום שטול פון ר' לייבוש...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו פייגלעך עקזעסטירן צי נישט אבער ״צואה״ פון פייגלעך עקזעסטירט שוין איינמאל... הערשט יעצט האט א מנין פייגלעך זיך אויסגעמייכנט אויף מיין גאנצע windshield...

שבת אחים: ס'קען זיין אז די רעגירונג דארף מאכן א ריקאלל. און פאררעכטן עפעס א ליעק אין דעם סיסטעם פון די פייגלעך...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאך זיכער האט געשריבן:אויב זאגסטו דיין מיינונג נאכן אדורכטון די נושא הער איך, אבער טאמער שרייסטו אז זיי זענען משוגע בלויז וויבאלד דו קענסט נישט קולט זיין די נושא דאן זענט איר אין א קעסטל... חלילה נישט פערזענליך, אבער אביסל אריינקלערן שאדט נישט.


זיכער אזוי. ערענסט גערעדט א מענטש דארף קענען אננעמען אז אלעס איז מעגליך.

ס׳קען אויך מעגליך זיין אז אונז עקזעסטירן בכלל נישט און אלעס איז א חלום. אזוי האט דאך געטראכט די גרויסע פראנצויזישע פילאסאפער René Descartes. ער האט איינגעזעהן אז אסאך זאכן וואס ער האט געגעלייבט אמאל האט זיך ארויסגעוויזן אז ס׳איז נישט אמת. האט ער שוין נישט געוואוסט וואס איז יא אמת און וואס נישט. האט ער עס צוגעגליכן צו א קעסטעל פון עפעל וואס אפאר האט ער זיכער געוואוסט אז סאיז פארדארבן אבער האט נישט געוואוסט וועלכע זענען יא די גיטע און וועלכע זענען די שלעכטע. און די איינציגסטע וועג צו וויסן איז נאר דורך ארויסנעמען יעדע עפעל באזונדער און קוקן וועלכע זענען די פארשימלטע און וועלכע זענען גוט.

אזוי אויך דארף ער יעצט נעמען יעדע זאך וואס ער האט געגעלייבט ביז איצט און עס גוט עקזעמינירן צי סאיז טאקע אמת. ער האט אזוי לאנג איבער געטראכט אלעס און אויף גארנישט האט ער נישט געקענט זאגן קלאר און דייטליך אז סאיז טאקע אמת. אפשר עקזעסטיר איך בכלל נישט נאר אלעס איז א חלום וכו׳ וכו׳

אבער איין זאך איז ער געוועהן זיכער אז ער ״טראכט יעצט״ דאס איז זיכער אז ער איז ״א זאך וואס טראכט״ ממילא מוז זיין אז ער עקזעסטירט. און מיט דעם איז ער אויפגעקומען מיט די באוואוסטע מימרא “I think therefore I am” און דורך דעם האט ער צוריקגעבויט מעהר און מעהר זאכן אויף וואס ער קען זיך פארלאזן אז סאיז טאקע אמת...

זכותו יגן עליכם.

למעשה צוריק צו די פייגלעך-לייקענער. ס׳איז נישטא קיין גרעסערע געלעכטער ווי דעם...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רבי שבת אחים, דער מאך זיכער קומט דא חוזק מאכען פון די אנטי-וואקסערס, ער האט עס גאר גוט געשריבען. אז מ'קען נישט זאגען אז עפעס איז טפשות, ביז ווילאנג מ'האט עס ערנסט געפארשט. אזוי זענען זיי גלייך פטור פון די טענה פון טפשות, ווייל דו נעמסט עס דאך ערנסט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבי שבת אחים, דער מאך זיכער קומט דא חוזק מאכען פון די אנטי-וואקסערס, ער האט עס גאר גוט געשריבען. אז מ'קען נישט זאגען אז עפעס איז טפשות, ביז ווילאנג מ'האט עס ערנסט געפארשט. אזוי זענען זיי גלייך פטור פון די טענה פון טפשות, ווייל דו נעמסט עס דאך ערנסט.


אוואדי מאכט ער חוזק. אבער סאיז דא היבש אמת אין די חוזק אויך.

די אנטי וועקסער׳ס טענות דארף מען אויך אויסהערן און עקזעמינירן. און מ׳האט עס טאקע געטוהן און ס׳האט זיך קלאר ארויסגעשטעלט אז זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן בכלל... די זעלבע איז מיט די פייגלעך. מ׳דארף יעדעם אויסהערן, און זעהן צי סאיז יש דברים בגוי.

פון אסאך טעאריעס האט די גאנצע וועלט אמאל געלאכט און אפגעחוזקט. און למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די אלע וואס האבן געלאכט אז די וועלט דרייט זיך ארום די זון, און אז די וועלט איז רינדעכיג, אז די יוניווערס האט מעהר פלאנעטס ווי ברעקלעך זאמד אויף אונזער פלאנעט, אז מקען ארויפלייגן א מיליאן אטאמס אויף א שפיץ פון א נידל, אז אין איין גלעזל וואסער איז דא מעהר אטאמס וויפל טראפן וואסער סאיז דא אין די גאנצע וועלט וכו׳ וכו׳

מקען קיינמאל גארנישט וויסן אויף זיכער אפילו ס׳קוקט אויס מוראדיג ווילד, פרעמד און אוממעגליך פאר אונזערע אויגן... אונז האבן זיך שוין אפגעבריהט פון דעם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פייגלעך דר' יונתן בן עוזיאל?

אבי געהאקט, ס'געווען פלעסטישע פייגלעך וואס זענען צולאזט געווארן פון די היץ פון די זין...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: פייגלעך עגזיסטירן נישט

שליחה דורך אונטער חכם »

שבת אחים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו פייגלעך עקזעסטירן צי נישט אבער ״צואה״ פון פייגלעך עקזעסטירט שוין איינמאל... הערשט יעצט האט א מנין פייגלעך זיך אויסגעמייכנט אויף מיין גאנצע windshield...
דאס האבן די קאפיטאליסטן געשיקט, עס איז א מעסעדזש אז דו זאלסט אויפהערן מיט דיין סאציאליסטישע פראפאגאנדע דא אויף קאווע שטיבל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אהן אריין קלערן אין די נושא, איז עס לכאורה ב"ש.

אבער וואס האלט דער עולם בנוגע סעלפאון שפיאנאזש. טוט אויסער גאווערמענט צו פרעמעדע גאווערמענט, צו די סעלפאון סערוויס, צו די מייצר פין די סעלפאון זיך אונטערהערען אונזערע דעפרעכען אפילו ווען מען רעדט נישט אויף די סעלפאון?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

נאכ'ן באזוכן דעם סייט האביך שוין געהאט פייגלעך אין קאפ אז זיי עקזיסטירן טאקע נישט, אבער נישט לאנג דערנאך האט מיר איינע פון דיע מכבד געוועהן מיט מפטיר יונה אויפן ווינשיעלד להוציא מליבי...
לא באתי לנצח (שולי)
פארשפארט