איך האב יעצט געטראפען א באשרייבונג אויף א פאסירונג דאהי אין נ.י. אום יוהכ"פ תרנ"ט, ווען א קאוועשטיבעל האט מחליט געווען אז זיי בלייבען אפען יוכ"פ פאר אידען און גוים.
פרומע אידען זענען געגאנגען מוחה זיין, און עס האט זיך געגאסען קאווע מיט טיי אומעטום, און עס איז געווען פרייליך.
דא קען מען ליינען די ניו יארק טיימס ארטיקל
דא קען מען ליינען וועגען די אלגעמיינע ערשיינונג פון יוכ"פ סעודות
די ראיאטן פון יוכ"פ תרנ"ט
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
די ראיאטן פון יוכ"פ תרנ"ט
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: ווייל אט דאס איז געווען די תוצאה פון די אנטי רעליגיעזע העצערייען פונ'ם פארווערטס און זיינע פארגענגער. ווייל די פרישע אימיגראנטן קיין אמריקע האבן דאך נישט געקענט רעדן און ליינען ענגליש. און די (פרייע) צייטונגען אויף אידיש זענען געווען זייערע וועגווייזער.
איך בין נישט זיכער אויב דער פארווערטס האט שוין עקזיסטירט אין יענע צייט. אבער ס'זענען געוון אנדערע צייטונגען אויף אידיש פון די סאציאליסטן און קאמוניסטן וועלכע האבן שטענדיג געהעצט קעגן רעליגיע בכלל. און בפרט אקעגן די אידישע רעליגיע. אין די רעדאקציע זענען געזיצן אפיקורסים און להכעיס'ניקעס וועלכע האבן געהאסט רעליגיע.
נאר איין קליינעם משל. אין פארווערטס איז געווען אן אפטיילונג וועלכע האט געהייסן..."א בינטל בריעף...! איז דארט געווען א בריעף פון א פרוי א נייע אימיגראנט קיין אמעריקע. שרייבט זי דארט אז ס'האט פאסירט ביי איהר א טראגעדיע. זי האט געצינדן שבת ליכט און זי איז ארויסגעגאנגען פון איהר אפארטמענט. א ליכט איז אראפגעפאללן און ס'האט פאראורזאכט א שריפה. און איהר דירה איז פארברענט געווארן. פרעגט זי אן עצה וויאזוי צו פארזיכערן אז די שבת ליכט זאללן נישט אראפפאללן. אויך בעט זי הילף.
דער רעדאקטאר דער רשע ענטפערט איהר צוערשט מיט געבן א פסק. זאגנדיג אז זי איז אליינס שולדיג. ווייל זי האלט נאכאלס אזעלכע אלט מאדישע מנהגים ווי צינדן לעכט אום שבת...! ער ראט איהר אז זי זאלל זיך אפאלאזן פון די אלטע פארשימלטע מנהגים (כלשונו הרשע)...!
איז נישט קיין וואונדער אז דער המון עם איז נאכגעגאנגען נאך זייערע עצות הרשע...!