בלאט 1 פון 2

וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 4:57 pm
דורך חקרן
איך זוך אפצוטון עפעס א גראבע עבירה, אבער נישט סתם, א פעסטע עבירה וואס זאל זיין אזאנס און אזעלכעס... די שאלה איז נאר וואס?

איך האב עטליכע קנאקעדיגע ראיונות, אבער אויב איינער קען צולייגן צו די רשימה און ברענגען עפעס א קנאקעדיגע המצאה, תבוא עליו ברכת טוב.

עסן גיד-הנשה
עסן הערינג אן די קיכל
נישט שרייבן בס"ד
נישט וויינען ביי א לויה
אנטאן די לינקע שיך פאר די רעכטע
עסן ווייניגער ווי א כזית ביי די מצה
חתונה האבן דווקא אום ספירה
געבן דווקא מער פון א חומש פאר צדקה
זאגן שנים מקרא אן די תרגום
נישט פארן קיין טריפס אום חול-המועד
הארעווען אום ניטל אין א געזונט שטיקל קצות
גיין אנגעטאן די ציצית אן די שטרייפן
נישט באצאלן ביים גיין אין מקוה
זינגען התקוה
נישט בעטן פאר א שידוך ביים גיין צו עמוקה
ווען איך זעה אן עמלקי, אים נישט צו הרג'ענען
נישט געבן חנוכה געלט פאר די קינדער
מאכן א ברכה ביי ורחץ
נעמען אן אתרוג פול מיט פינטלעך
עסן אין סוכה שמיני עצרת
טובל'ען אין מקוה, אנכאפנדיג א שרץ
טשערן ביי המנ'ס נאמען...
נישט לאכן ביים פורים שפיל
טרינקען די אנדערע ביר ביי א שלום-זכר (נישט וואס עס איז נהוג צו טרינקען)
נוצן די קלענערע העלפט פאר אפיקומן
טרינקען דווקא ג' כוסות צום סדר
עסן מרור אן חרוסת
עסן דווקא די שוואנץ ראש-השנה
טאנצן דווקא אן עבירה טאנץ, ביי א חתונה

איינער האט אפשר נאך גוטע רעיונות פאר א פעסטע עבירה?

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:07 pm
דורך קאך_לעפל
איך האב ממש לעצטענס געטאן א שרעקליכע זאך.

כ'האב געאטעמט אינמיטן זאגן די י''ג שבחים ביי ישתבח, כ'מיין ס'איז געווען ביי תהלה. כ'האב מיך מתבנון געווען פארוואס ס'איז געשען, האב איך מיר דערמאנט אז כ'האב בטעות געקושט די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר. די רעזולטאטן זענען געווען שרעקליך... כ'האב יענע נאכט געגעסן פיצא... אזוי ווייט האב איך מיך דערקייקלט רח''ל.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 5:56 pm
דורך יין שרף
דעס איז סתם אמעראצעס נישט קיין עבירה... די משנ"ב ברענגט פונעם יעב"ץ און זוהר אז די ט"ו שבחים דארף נישט זיין בנשימה אחת. קושן די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר איז נישט געפערליך, אויב קוקט מען נאך אין די מקור אין די כוונות פארוואס מען האלט בכלל די ציצית ביי ברוך שאמר.

אבער א פיצא?? פארדעם וועט מען שוין מוזן ברענען!!
#עד_שאומר_לו_לך_עבוד_ע"ז

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 6:16 pm
דורך הוגה
גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 6:59 pm
דורך ליפא

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:05 pm
דורך הקטן
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.

אין בגידין בנותן טעם, איך מיין אז די טענדערלוין איז פעט און פין די חלק אחריים

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 7:06 pm
דורך קול דודי
viewtopic.php?p=53075#p53075

איך מיין אז די לינקס דארט ארבעטן שוין נישט. [tag]קטלא קניא[/tag]

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 8:56 pm
דורך גדליה
יכה יוסי את יוסי

Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 9:30 pm
דורך גראף
טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יולי 25, 2019 10:11 pm
דורך אישתישבי
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.


זייער פיין.
אבער ווי אזוי ווייסט די?

Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 12:24 am
דורך דער גאלדענער אדלער
כ'בין מיך נישט געגאנגן געזעגענן מיט א קוויטל פאר די ימים נוראים פון מיין רבין שליט"א וואס כ'האב ליידער נישט, נאר געגאנגן הערן פעסטער רב'ס סליחות מיט וויי וויי'ס מוסר דרשות.
אנגעהויבן האט זיך עס דעם ערשטן טאג פון יאר ווען כ'בין אויפגעשטאנן לאנג נאכן עלות, און צו תקיעת שופר איז מיין רביצין נישט געקומען אין שול אפגעבינדן מיט איר שלאף טיכל. און פון דארט און ווייטער איז שוין געווען עבירה גוררת עבירה אזש אז כפרות שלאגן איז שוין געווען מיט גרינע וואשינגטאן ביללס און געמאכט די נענועים מיט א ארץ ישראל'דיגע שמיטה אתרוג און פאר די זעקסטע הקפה ניגון געזינגן ופרצת און צום באגלייטן מוצאי יו"ט בין איך שוין ליידער נישט געגאנגן, און אזוי האט זיך ס'נייע יאר אנגעהויבן און פון דארט ביזן נישט זיך באווייזן ביי כ"א כסליו איז שוין א קליינע וועג.

נשלח: פרייטאג יולי 26, 2019 11:43 am
דורך כלבאשבוע
כבר קדמוך דר. דרייזיך

https://www.youtube.com/watch?v=h1-f9p4kmbg

נשלח: מוצ"ש יולי 27, 2019 9:47 pm
דורך וואלווי
שעטנז !!

פריקען שעטנז. טריי עס, כ'זאג דיר ס'גוט.

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 12:43 am
דורך berlbalaguleh
יין שרף האט געשריבן:דעס איז סתם אמעראצעס נישט קיין עבירה... די משנ"ב ברענגט פונעם יעב"ץ און זוהר אז די ט"ו שבחים דארף נישט זיין בנשימה אחת. קושן די אונטערשטע ציצית ביי ברוך שאמר איז נישט געפערליך, אויב קוקט מען נאך אין די מקור אין די כוונות פארוואס מען האלט בכלל די ציצית ביי ברוך שאמר.

אבער א פיצא?? פארדעם וועט מען שוין מוזן ברענען!!
#עד_שאומר_לו_לך_עבוד_ע"ז

יין שרף: כ'עלל דיר אויסזאגן דעם אמת. ביי א טייל פון די גראבע עבירות האביך פשוט מורא פאר די עונשים וואס מ'קען ח"ו באקומען. כ'האב לעצטנס געהערט אז אנקל סעם האט אריינגעלייגט א איד אין דזשעיל. ווען כ'האב געפרעגט זיין אייניקל. (דער יונגל האט עס מיר אליינס פארציילט.)פארוואס. האט ער מיר געזאגט אז זיין זיידע האטציך נישט געוואלט וואשן צו א בילקע מיט הערינג ביי שלוש סעודות...כ'האב מורא אנצוהייבן...!

איך קען א איד וואס מ'האט איהם איינגעזעצט. (שוין לעצטנס באפרייט געווארן, ב"ה.). ווייל ער האט פארגעסן צו קושן די אונטערשטע ציצית ביי קריאת שמע. פאר נאך אנדערע זאכן אויך. טעקס פראוד. דינגען א גוי זאלל עמיצן בארויבן. און שיסן...מצוה גוררת מצווה. ועבירה גוררת עבירה...!

נשלח: זונטאג יולי 28, 2019 12:48 am
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:כ'בין מיך נישט געגאנגן געזעגענן מיט א קוויטל פאר די ימים נוראים פון מיין רבין שליט"א וואס כ'האב ליידער נישט, נאר געגאנגן הערן פעסטער רב'ס סליחות מיט וויי וויי'ס מוסר דרשות.
אנגעהויבן האט זיך עס דעם ערשטן טאג פון יאר ווען כ'בין אויפגעשטאנן לאנג נאכן עלות, און צו תקיעת שופר איז מיין רביצין נישט געקומען אין שול אפגעבינדן מיט איר שלאף טיכל. און פון דארט און ווייטער איז שוין געווען עבירה גוררת עבירה אזש אז כפרות שלאגן איז שוין געווען מיט גרינע וואשינגטאן ביללס און געמאכט די נענועים מיט א ארץ ישראל'דיגע שמיטה אתרוג און פאר די זעקסטע הקפה ניגון געזינגן ופרצת און צום באגלייטן מוצאי יו"ט בין איך שוין ליידער נישט געגאנגן, און אזוי האט זיך ס'נייע יאר אנגעהויבן און פון דארט ביזן נישט זיך באווייזן ביי כ"א כסליו איז שוין א קליינע וועג.

דער גאלדענער אדלער: ווען דו רעדסט פון עלות. מיינסטו אוודאי עלות החמה...!

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 11:29 am
דורך אישתישבי
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.


מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 11:33 am
דורך קאך_לעפל
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.


מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.


זייט נישט ברויגז! איר זענט א שאנדע פאר די מענשטהייט.

א גוטן טאג אייך!

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 11:41 am
דורך calculator
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.


מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.


די גמרא איז דן צי יש בגידין בנותן טעם צי אין בגידין בנותן טעם, וואלט די מ"ד וואס האלט יש בגידין בנותן טעם געקענט ברענגן א ראיה פון נירבאטור פלייש.

Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 12:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
calculator האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.


מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.


די גמרא איז דן צי יש בגידין בנותן טעם צי אין בגידין בנותן טעם, וואלט די מ"ד וואס האלט יש בגידין בנותן טעם געקענט ברענגן א ראיה פון נירבאטור פלייש.
אבער ער האט נאר געגעסן סאלאמאן'ס

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 3:58 pm
דורך וואלווי
גראף האט געשריבן:טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


דאס איז buy one get one free.

ס'נאך דא ווערים און די נעגל וואסער וואסער אויך....

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 4:01 pm
דורך אישתישבי
calculator האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:גיד הנשה קען טרעפן אין עני קאסקאו. כ'מיין אז עס הייסט טענדערלוין.


מען ברויך נישט קריכען ביז קאסקא, קויף עני שטיקעל פלייש מיט נירבאטור הכשר, און דו קענסט פילען א טעם חלב און גיד הנשה.


די גמרא איז דן צי יש בגידין בנותן טעם צי אין בגידין בנותן טעם, וואלט די מ"ד וואס האלט יש בגידין בנותן טעם געקענט ברענגן א ראיה פון נירבאטור פלייש.


זייער שיין, און מיט דעם איז פארענטפערט דער באקאנטער סתירת הרמב"ם.

Re: וואו קען מען טון א גראבע עבירה?!?!

נשלח: מאנטאג יולי 29, 2019 4:34 pm
דורך גראף
וואלווי האט געשריבן:
גראף האט געשריבן:טרונקן נעגל וואסער.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk


דאס איז buy one get one free.

ס'נאך דא ווערים און די נעגל וואסער וואסער אויך....
כ'האב פארגעסן צו שרייבן און אן א שהכל..

Sent from my SM-G950U using Tapatalk