נעכטן נאכט שפאצירט אריבער נעבן מיר א שחור. זאגעך פאר מיין חבר: דער ניגער וכו' וכו'.
מיין חבר, היפש א ברייטער און אויפגעקלערטער יונגערמאן איז געווארן אויפגעשוידערט הערנדיג דאס ווארט. ער האט נישט געקענט גלייבן אז תשע"ט הערט ער איינעם זאגן דעם ווארט.
ער האט מיר אריינגעגעבן א פארציע כמו שכתוב, און ער איז נאך ווייט פון פארטיג. נאך היינט איז ער געווען פארנומען איבער דעם מאסיוון שטרויכלונג.
כ'פרעג אים וואס דער פראבלעם איז, און ער קוקט מיר אן מיט פייגל אויגן ווי פון די לבנה אראפגעפלויגן. ער זאגט אז איבריג יעדעס ווארט צו ערקלערן די הארבקייט און חומר הענין פון דעם ווארט.
לויט מיין ארימער וויסן ווייס איך, אז בסך הכל איז דאס ווארט פארבינדן מיט דעם וואס די אפרא-אמעריקאנער האבן געליטן אלס קנעכט, און די ווייסע האבן אויך געניצט דעם טערמין ניגער צו פונאנדערשיידן דעם שווארצן קנעכט פון דעם ווייסן, און זיי דערמיט פארסטעמפלט אלס נידריגע ברואים.
אלזא, אויב אבער לעבן מיר אין א וועלט וואס יעדן טאג טייטלען אויף אונז די פארבייגייענדע שחורים מיט'ן מיטעלסטן, און דאס ביי זיי א נארמאלער ערשיינונג. אויב אזוי, טא פארוואס איז אזוי הארב ווען כ'באניץ זיך מיט דעם ווארט.
און נאכאמאל, די רעדע איז נישט פון דאס אין פנים זאגן פאר א שחור. די רעדע איז איבער דאס באניץ פון דעם ווארט בעצם.
וואס איז דער פראבלעם פון זאגן די ווארט: ניגער.
דער אשכול פארמאגט 27 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן