בלאט 1 פון 1

ווי ווייט דארף מען גיין פארן פארטיי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2012 5:33 pm
דורך outspoken
אלץ א סעילסמאן קומט מיר אויס צו רעדן מיט אידן פון אלע סארטען, אזוי ווי איך קוק אויס ווי א סאטמארע פרעגט מען מיר שאלות וועגן די שיטה, ציונות. וואס איך שטאלציר זיך מיט מיינע ענטפערס און הסברים, וואס כאטש איך טויש נישט יענעם, גיי איך מיט א גאנג וואס האט עכ''פ א הסבר אפילו פאר פרעמדע.


ווידער ווען מ'פרעגט קשיות וועגן די חילול השם וועגן לויפען אין קארט (אויך אנשטיקען אלע פאלעטישענס מיט די טונופות)אד''ג, פלעג איך ענטפערן אז מיין פארטיי טוט ווי די תורה נאר די צווייטע זענען די שקצים, וואס די רעאקציע אויף זייער פנים איז, ווי מפרעגט א דריטע וועלט לאנדסמאן פארוואס שלאגט עטס ענק ארום א גאנצען לעבען און מאכט'ס אלעס חרוב אז ענק מיט ענקערע קינדער שטארבן פון הונגער? וועט ער ענטפערען אז זיין שבט זענען ערשט קלאסיגע נארמאלע מענטשען נאר שולדיג זענען די אנדערע שבט...

איז עס מענטשלעך און נארמאל צו ענטפערן, אז מיין סאטמאר באשטייט פון א מהלך אין אידישקייט, נישט אין קיין מענטש, און ווען צווי ברודערס שלאגען זיך ווי אומערצויגענע בריאים האט דאס נישט מיר, און איך דארף דאס נישט פארענטפערען (אפילו איינער פון זיי איז מיין רבי און פארטיי הויפט.)

כ'האב עס געשריבען אלץ סאטמארע אבער די שאלה איז אויך אויף מענטשען פון אנדערע חסידות און פארטיי ווי מ'שלאגט זיך שלא ע''פ תורה און נארמאלקייט.