בלאט 1 פון 3

אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 3:52 pm
דורך היסטאריקער
אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט גערעדט דערפון אז נאך יארן וואס התאחה"ר האט נישט געהאט קיין נשיא זינט די פטירה פון הב"מ זצ"ל איז לעצטענס אדמו"ר מהרז"ל געווארן געקרוינט אלס נשיא פון התאחדות הרבנים
כאטש עס איז נישט געווען א אפעציעלע מעלדונג מטעם התאחה"ר אבער ביים לעצטן *ריזיגן* פראטעסט (קעגן?) האבן אפאר דרשנים (רח"י האלבערשטאם פון מאנסי און אנדרע) דערמאנט אים מיט׳ן טיטול נשיא התאחדות הרבנים בפניו און קיינער האט נישט פאראכטן דעם טעות, נישט די הנהגה און נישט מהרז"ל אליין איז דאך שתיקה כהודאה.
מזל טוב נשיא, מיר זענן שוין נישט נשיאלאז, עס וועט צוריק זיין א הנהגה, יאריך ימים על ממלכתו

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 6:40 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
היסטאריקער האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט נאך נישט גערעדט דערפון אז נאך יארן וואס התאחה"ר האט נישט געהאט קיין נשיא זינט די פטירה פון הב"מ זצ"ל איז לעצטענס אדמו"ר מהרז"ל געווארן געקרוינט אלס נשיא פון התאחדות הרבנים
כאטש עס איז נישט געווען א אפעציעלע מעלדונג מטעם התאחה"ר אבער ביים לעצטן *ריזיגן* פראטעסט (קעגן?) האבן אפאר דרשנים (רח"י האלבערשטאם פון מאנסי און אנדרע) דערמאנט אים מיט׳ן טיטול נשיא התאחדות הרבנים בפניו און קיינער האט נישט פאראכטן דעם טעות, נישט די הנהגה און נישט מהרז"ל אליין איז דאך שתיקה כהודאה.
מזל טוב נשיא, מיר זענן שוין נישט נשיאלאז, עס וועט צוריק זיין א הנהגה, יאריך ימים על ממלכתו
ווי אזוי ווערט מען נשיא, דורך וואלן, איז בכלל געווען א צד שכנגד מיט א רוב, אדער פשוט ווי א מלך וואס גייט אריבער פון טאטען צו זוהן??

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 6:51 pm
דורך אונטער חכם
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען נשיא, דורך וואלן, איז בכלל געווען א צד שכנגד מיט א רוב, אדער פשוט ווי א מלך וואס גייט אריבער פון טאטען צו זוהן??




אויב ס'איז נישטא א פלניא גזלנא דרשה גענוג שנעל, (סארי איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווי שנעל).

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 6:56 pm
דורך קורקלענד
וואס באדייט די נשיאות? וואס איז זיין תפקיד? וואספארא אחריות טראגט די שטעלע? וואס איז די כח?

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 8:52 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: די זעלבע וואס די רעביסטווע. מ'דארף קענען שיין שמייכלען צו די (באהאלטענע) קעמערעס. און רוב מאל זיך איינהאלטן פון אויספלאצן מיט א געלעכטער בשעת'ן טיילן שיריים און אנדערע געלעגנהייטן ווען מ'דארף אנשטעללן אן ערנסטן פנים...!

דער הייליגער ריזשינער האט פאראויסגעזאגט א סאך זאכן וואס וועללן זיין בעיקבתא דמשיחא. איינס פון די זאכן וואס ער האט געזעהן ברוח קדשו. אז ס'וועט זיין א נשיא פון א רבנישע ארגאניזאציע וואס קען נישט לערנען....או. קעי. ער קען נאכזאגן שיינע תורות פון דברי יואל און
ברך משה. אפילו פון ייטב לב און ישמח משה אויך. (מ'האט איהם געקויפט איינס אויף אידיש...)

נשלח: דינסטאג יולי 30, 2019 8:54 pm
דורך berlbalaguleh
נ.ב.: ווער ס'וועט ווייזן מיין חידוש פאר מהר"א שליט"א וועטציך קויפן עולם הבא...!

איך מיין אז ער ליינט עס אליין דא אויף קאווע שטיבל...לאל...!

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 9:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קורקלענד האט געשריבן:וואס באדייט די נשיאות? וואס איז זיין תפקיד? וואספארא אחריות טראגט די שטעלע? וואס איז די כח?
נאכ׳ן מסביר זיין וואס איז התאחדות הרבנים (און אין וועךכע שפראך ערשיינט די ווארט ׳התאחדות׳), וועט מען קלערן וואס מיינט דער נישא דערפון. איך קלער אז עס האט עפעס מיט two piece knits, איך ווייס נאר נישט וואס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 9:55 am
דורך קורקלענד
עפעס האבן זיי געהאט מיט די 'טאָ פּיס פּאָנדילאו'......

Re: אדמו"ר מהרז"ל געווארן נשיא פון התאחדות הרבנים

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 10:06 am
דורך דער גאלדענער אדלער
קורקלענד האט געשריבן:עפעס האבן זיי געהאט מיט די 'טאָ פּיס פּאָנדילאו'......
אויך מיט שמאלע געפאסטע קליידער

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 10:37 am
דורך היסטאריקער
אונטער חכם האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:ווי אזוי ווערט מען נשיא, דורך וואלן, איז בכלל געווען א צד שכנגד מיט א רוב, אדער פשוט ווי א מלך וואס גייט אריבער פון טאטען צו זוהן??


נישט געווען גארנישט, סתם דרשנים האבן אים געגעבן אזא טיטול, אזוי ווי עס שטערט נישט קיינעם האט מען נישט מוחה געווען
פון זיין טאטןהאט ער עס נישט באקומען ווייל ער האט צוויי עלטערע ברידערס


אויב ס'איז נישטא א פלניא גזלנא דרשה גענוג שנעל, (סארי איך געדענק שוין נישט פונקטליך ווי שנעל).

די פלניא גזלנא דרשה איז געווען ע" פ הוראת הדומ"צ שליט"א
היינט קיקט ער נישט אפילו אהין

""

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 11:14 am
דורך calculator
מזל טוב ר' זלמן לייב, מזל טוב
דיעראייבערשטער זאל דיר געבן אריכות ימים ושנים טובים!

ממש נישט צום גלויבן, אפילו משה רבינו'ס הנהגה איז נישט געווען אויף אזא פארנעם, אויסער די הנהגה אויף 10'דליגער קהילות, מוסדות, קעמפ'ס, כשרות, סידור קדושין, איבער די גארער וועלט, נשיא כולל שומרי החומות, חינוך הטהור און א"י, גענעראל פון די מלחמה מיט מדינת ישראל, פארנעמט ער נאך אן הנהגה אויף אלע רבנים פון אמעריקא און קאנאדא. ממש אין בדומה לו.
איך האלט אז מען וועט אים אנטראגען די רבנות אויף עדה החרדית נאך ר' יצחק טוביה'ס 120 וועט ער עס אויך אנעמען.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 11:47 am
דורך לך לך
די נשיאות איז אויך גילטיג אויף די 'וקנאדא' חלק? אויב יא זענען אונזערע ברודער אין מאנטריאל געהאלפן געווארן נאך אפאר שווערע יאר נישט האבן קיין נשיא
חסדי ה' כי לא תמנו

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 1:43 pm
דורך לך לך
דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 1:46 pm
דורך איסר האטלקי
און ווידעראמאל, איינער האט גע'דמיונ'ט און ס'איז געווארן א פאקט...

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:05 pm
דורך שושן פורים
לך לך האט געשריבן:דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

דין שומרי החומות לחוד ודין בוני החומות לחוד ודוק

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:29 pm
דורך calculator
איסר האטלקי האט געשריבן:און ווידעראמאל, איינער האט גע'דמיונ'ט און ס'איז געווארן א פאקט...


זאלי

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:31 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לך לך האט געשריבן:דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

די גאר וויכטיגע אשכול רעדט פון התאחדות הרבנים. דארט רעדט מען פון שומרי החומות. וואס דארף זיין די קשיא?

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:42 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]כ'ווייס נישט אויב ס'איז אמת אז מהרז''ל איז דעקלערט געווארן אלס נשיא פון די מעכטיגע סאכדעס הרבנים דארה''ב וקאנאדא, אויב יא, איז קלאר אז מ'דארף דער רבי זלמענען שוין אומפוטשען!!! מ'דארף זאפארט אראפברענגן פון וואשינגטאן קיין וויליאמפעסט די דריי אנגעזענע זקנים ר' זלמן נאדלער, ר' אליהו קאממינקס, און הרב הצדיק ר' אדם שיף. ווי אויך די פיר פערדן-טרייבער פון די אַפּאָקאַליפּסיע, די אנטיסמיטקע אילהאן אמאר שר''י, אלעקסאנדריע אָקאַסיאָ-קאָרטעז, ראשידא טאליב, און איאנא פרעסלי, אז זיי זאלן מיט זייער מעכטיקייט אומפוטשען דעם רבי זלמנען. פארוואס? צוליב ראסזים. ס'איז דייטליך אז רבי זלמן שליסט בלויז אויס מעקסיקא פון זיין מעכטיגע סאכדעס נשיאות, צוליב פינסטערע ראסזים, דערפאר מוז ער זאפארט אומפוטש ווערן...[/justify]

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 2:53 pm
דורך לך לך
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
לך לך האט געשריבן:דא שטייט נאר חבר נשיאות..
איינער קען אויסקלארן די סמאטאכע בבקשה

די גאר וויכטיגע אשכול רעדט פון התאחדות הרבנים. דארט רעדט מען פון שומרי החומות. וואס דארף זיין די קשיא?
טעות

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 4:32 pm
דורך איסר האטלקי
calculator האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:און ווידעראמאל, איינער האט גע'דמיונ'ט און ס'איז געווארן א פאקט...


זאלי

א ראיה אז ס'איז אמת אדער שקר?!

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז דא א ווערטל: פארוואס הייסט אן עם הארץ א גראבער יונג? ווייל ער קען נישט קיין דין. נישט ח"ו מהרז"ל שליט"א. ער קען גאנץ קיצור שולחן ערוך אויף אידיש טייטש. דעם גרויסן שו"ע האט מען נאכנישט איבערגעזעצט אויף אידיש. ווען די ערשטע באנד וועט ארויסקומען האט ער א דין קדימה...!

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 8:17 pm
דורך calculator
באלד שטייט @לאקש אויף פון זיין טיפע שלאף און זיך נעמען שפייען אויף יעדן, ביזט אן ארוני, שטאפסט דיך אן מיט די בלאט א.ד.ג.

נשלח: מיטוואך יולי 31, 2019 8:22 pm
דורך גדליה
ביי א מיטינג צווישען די חברי הרבנים אינערהאלב סאכדעס איז מען געקומען צו א פה אחת אפשטיצונג אז די פאסיגסטע קאנדידאט איז טאקע דער סאטמערע רבי רבי זלמן לייב טייטלבוים שליט״א
הרב טייטעלבוים איז שוין א וואונדער אין די עולם התורה לאנגע יארן
אלץ יונגערמאן האט א קהילה אין ב״פ עצי חיים סיגוט אים אויפגענומען אלץ רב
נאכדעם איז ער געווען א לאנגיעריגע ישיבה קטנה מגי״ש
נאכדעם האט מען עם אויפגענומען אויף די חשובע פאזיציע פון סאטמאר ירושלימע רב און דערמיט פארנומען א שטעלע אייניג צו הגה״ק רבי משה אריה
יא אין גאנטץ סאטמאר האט מען געזוכט א ממלא מקום פאר רבי משה ארי׳ און מ׳האט נישט געפינען א בעסערע קאנדידאט ווי רב טייטלבוים
איטליכע יאר שפעטער האט דער דעמאלטסטדיגע סאטמערע רבי געזוכט איינעם אז ער זאל אים ארויסהעלפן פירן די קהילה אין וויליאמסבורג
וועם האט ער געקליבן? יא! איר האט צוגעטראפן. דער רבי האט אויסגעקליבען פון גאנץ סאטמאר דעם זעלבן רב טייטלבוים
און ווען די סאטמערע רבי איז אוועק, א רבי פון צענדליגע טויזענטע חסידים, וועם האט מען אפירגעזוכט?
ווידער רב טייטלבוים. עים האט מען ממנה געווען אלטץ רבי פון די ריזיגע סאטמער קהילה. פון אלע סאטמערע אידן אין די גאנצע וועלט, אלע רבנים דיינים ראשי ישיבה איז ער געווען דער מובחר צו ערזעצן די הויכראנגיקע שטעלע.
פרעג איך אייך, איז ער דען נישט ראוי צו דינען אלץ נשיא פון וואטעווער דקאנאדא?