בלאט 1 פון 2
אהרן ווידער - אנטיסעמיט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 8:19 pm
דורך אישתישבי
https://twitter.com/AronWieder/status/1 ... 49383?s=19מר ווידער שרייט אויף מיכאל האלל אז ער איז א אנטיסעמיט, ווייל ער האט א פעיסבוק בלאט ווי ער שרייבט זאכן וואס זענען אנטיסעמיטיש.
מה נאמר מה נדבר, איך ווייס נישט וויפיל אידן ווילען דער הנהגה, אבער מר ווידער האלט זיכער אז זיינע חרדים ווילען דאס, ווען נישט טוט ער דאס נישט. וואס איז פשט אז אונז אידן זענען עפעס אזוי זיכער מיט זיך צו קענען שרייען אויף גוים זלזולים.
זענען אונז טאקע אזוי פארזיכערט דא אין דער אמעריקא אז אונז זענען שוין אמעריקאנער אידן מיט רעכטען? ווי איז די גלות מענטאליטעט?
אונז ווייסן דאך יא דער אמת וואס גייט פאר אין די מוסדות, נישט אויסגערעדט זאל זיין. טאמער שטעלט מען זיך מיט די גוים אויף א ברייטער אופן, מי יודע וואס און וויאזוי זיי וועלען נאך צוריק שיסן.
אפשר בין איך א פחדן, אפשר טרייב איך איבער, אבער עס זעהט אויס ווי אונז אידן רעדען זיך איין, אז ווייל אונדז האבן אפאר ערוועלטע פאליטישענס זענען אונז פארזיכערט אז עס וועט אונז גארנישט געשעהן. זאל דער אייבערשטער האלטען זיין רעכטער האנט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 9:30 pm
דורך calculator
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 4:12 am
דורך [NAMELESS]
אישתישבי האט געשריבן:https://twitter.com/AronWieder/status/1165035547166949383?s=19
מר ווידער שרייט אויף מיכאל האלל אז ער איז א אנטיסעמיט, ווייל ער האט א פעיסבוק בלאט ווי ער שרייבט זאכן וואס זענען אנטיסעמיטיש.
מה נאמר מה נדבר, איך ווייס נישט וויפיל אידן ווילען דער הנהגה, אבער מר ווידער האלט זיכער אז זיינע חרדים ווילען דאס, ווען נישט טוט ער דאס נישט. וואס איז פשט אז אונז אידן זענען עפעס אזוי זיכער מיט זיך צו קענען שרייען אויף גוים זלזולים.
זענען אונז טאקע אזוי פארזיכערט דא אין דער אמעריקא אז אונז זענען שוין אמעריקאנער אידן מיט רעכטען? ווי איז די גלות מענטאליטעט?
אונז ווייסן דאך יא דער אמת וואס גייט פאר אין די מוסדות, נישט אויסגערעדט זאל זיין. טאמער שטעלט מען זיך מיט די גוים אויף א ברייטער אופן, מי יודע וואס און וויאזוי זיי וועלען נאך צוריק שיסן.
אפשר בין איך א פחדן, אפשר טרייב איך איבער, אבער עס זעהט אויס ווי אונז אידן רעדען זיך איין, אז ווייל אונדז האבן אפאר ערוועלטע פאליטישענס זענען אונז פארזיכערט אז עס וועט אונז גארנישט געשעהן. זאל דער אייבערשטער האלטען זיין רעכטער האנט.
קאווע שטיבל איז עדות וויפיל איך האב שוין געווייטאגט אויף די נושא, די אינצידענט גייט בעקפייערן עס איז זיכער, לאמיר האפן אז עס וועט נישט נאכפאלגן קיין ערנסטע קאנסעקווענצן.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 28, 2019 6:12 pm
דורך דאכצעכמער
עס איז מיר זייער אינטרעסאנט ווייל אהרן ווידער איז בכלל א פארקערטער מענטש ער פלעגט אלעמאל ציטערן און זיך בעטן דיי אנדערע אידישע פאליטיקאנטן זיך צו האלטן גוט מיט די גוים און זיי נישט ארונטעררייסן אפילו מיט עד דעי און די אנדערע, ער פלעגט זיך רייסן מיט שמעון ראלניצקי ער פלעגט אים אלעמאל פארהאלטן פארוואס ער רעדט מיט גרויסהאלטעריי קעגן די נישט אידישע פאליטיקאנטן
איך ווייס נישט וואס עס איז געשען מיט אים אפשר דארף מען רעדן צו אים שיינערהייט ער איז דאך א ווארימע מענטש מיט הארץ
און למען האמת אשתשבי די ביסט נישט איבערגעטריבן און ביסט נישט קיין פחדן און אז יא אשריך ואשרי חלקך מיר זענען אין גלות און מיר דארפן אכטונג געבן אז אונזערע פאנטרעגערס זאלן אכטונג געבן ווי אזוי זיי רעפערזענטירן אונז פאר די וועלט
איך בין אים דן לכף זכות אז ער האט זיך פארלוירן אבער מיט דעם אלעם איז עס נישט קיין תירוץ הלואי זאל ער איבערבעטן
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:36 am
דורך ביבער
א שרעקליך אנטיסעמיטיש ווידיאו פון די אפיציעלע ראקלענד רעפובליקען פארטי איז ארויף אויף סאשעל מידיע, און יא אונזער אהרן ווידער איז דער הויפט מחותן כמובן.
https://m.facebook.com/story.php?story_ ... 8973890472
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 12:52 am
דורך [NAMELESS]
לרגע הזה קיוונו, און פון דא זאלן אלע עסקנים און דעוועלאפערס נעמען א מוסר אז עפעס ברויך געטון ווערן צו פארמיידן די שעדליכע אנטיסעמיטיזם.
אהרן ווידער שעים אן יא!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:03 am
דורך ארי נוהם
מאך זיכער האט געשריבן:לרגע הזה קיוונו, און פון דא זאלן אלע עסקנים און דעוועלאפערס נעמען א מוסר אז עפעס ברויך געטון ווערן צו פארמיידן די שעדליכע אנטיסעמיטיזם.
אהרן ווידער שעים אן יא!
איך זאג אויך אז "לרגע הזה קיוונו", אבער כ'קום צו א פארקערטע הנחה ווי מאך זיכער.
לדעתי איז די קליפ פון ראקלענד רעפובליקען פארטי טאקע אנטיסעמיטיש, אבער קען מער דינען אונזערע אינטערעסן ווי זייערע. אויב אהרן ווידער און די אנדערע ארטיגע עסקנים האבן שכל, זאלן זיי פארשפרייטן דעם קליפ וויפיל עס איז נאר מעגליך, און מאכן א "חוב קדוש" סטיל הצבעה לבחירות ווי אין ישראל.
היסטאריע ווייזט, אז ווען חרדישע אידן שפירן זיך באדראעט און אז אנדערע צודריקן זיי, דאן קומען זיי ארויס אין די מאסן.
דער קליפ ווייזט אז "עוד מעט" און די אידן זענען די רוב און נעמען איבער די זאך. ס'איז אמת, און ס'איז וויכטיג אז די חרדים אין מאנסי זאלן דאס גוט געדענקן ביום ההצבעות, אז די רגע זיי זענען די רוב קענען אלע זייערע שונאים קראכן.
איך רעד נישט אריין אינעם ויכוח צו גערעכט צי נישט, איך רעד נאר פון א אפעקטיווע שטאנדפונקט.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:25 am
דורך אישתישבי
רעד דיך נישט איין, אפילו ווען מען האט רוב גייען זיי נאך נישט קראכען אזוי שנעל. אט וועגן דער איינגערעדטער גאות רעדט מען. מאכן די גוים פיינט האבן מער איז נישט קיין גוטע זאך קיינמאל. מען איז קיינמאל נישט זיכער.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 1:31 am
דורך גראף
דאס איז ענדליך צו די ווייסע אמעריקאנער וואס רעגן זיך אז אט אט איז אמעריקא מער ברוין ווי ווייס. א חלק איז טאקע נאן-אייראפעישע אימיגראנטן אבער א גרויסע חלק איז זייער אייגענע שולד. אסאך פון די ווייסע האבן נישט חתונה און ווען יא זענען באלד פערציג יאר אלט אדער עלטער. און קינדער האט מען נישט גלייך נאר נאך יארן פעמילי פלענינג. און דעמאלסט איז נאר צוויי קינדער (מיט א הונט). איז אוודאי שרומפט איין די ווייסע באפעלקערונג.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 2:39 am
דורך [NAMELESS]
ארי נוהם האט געשריבן:מאך זיכער האט געשריבן:לרגע הזה קיוונו, און פון דא זאלן אלע עסקנים און דעוועלאפערס נעמען א מוסר אז עפעס ברויך געטון ווערן צו פארמיידן די שעדליכע אנטיסעמיטיזם.
אהרן ווידער שעים אן יא!
איך זאג אויך אז "לרגע הזה קיוונו", אבער כ'קום צו א פארקערטע הנחה ווי מאך זיכער.
לדעתי איז די קליפ פון ראקלענד רעפובליקען פארטי טאקע אנטיסעמיטיש, אבער קען מער דינען אונזערע אינטערעסן ווי זייערע. אויב אהרן ווידער און די אנדערע ארטיגע עסקנים האבן שכל, זאלן זיי פארשפרייטן דעם קליפ וויפיל עס איז נאר מעגליך, און מאכן א "חוב קדוש" סטיל הצבעה לבחירות ווי אין ישראל.
היסטאריע ווייזט, אז ווען חרדישע אידן שפירן זיך באדראעט און אז אנדערע צודריקן זיי, דאן קומען זיי ארויס אין די מאסן.
דער קליפ ווייזט אז "עוד מעט" און די אידן זענען די רוב און נעמען איבער די זאך. ס'איז אמת, און ס'איז וויכטיג אז די חרדים אין מאנסי זאלן דאס גוט געדענקן ביום ההצבעות, אז די רגע זיי זענען די רוב קענען אלע זייערע שונאים קראכן.
איך רעד נישט אריין אינעם ויכוח צו גערעכט צי נישט, איך רעד נאר פון א אפעקטיווע שטאנדפונקט.
דו רעדסט פון די טעכנישע שטאנדפונקט, דער עיקר וואס מען דארף וויסן איז וואס עס איז דער גורם פון די ווידעא און דאס איז די גאוה פון די עסקנים וואס רייצן זיך מיט די שכנים וועלכע זענען אגב באים בטענה...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 4:23 am
דורך מי יקום
ווידער איז א לעבעדיגע עקזעמפּעל פון אונזערע פירות און אונזערע ״אומציוויליזירטע צוריקגעשטאנענע פארדארבענע חינוך״ ער מיט זיין ״גרויס טפשות״ טוט באשטעטיגן אז דער היינטיגער חרדישער חינוך דארף א גרויסער תיקון! נייס דזשאַב..!
איך קען אים פערזענליך פאר יאהרן לאנג. אָך און וויי אז ער איז היינט די פאַרטרעטער פון די ״חרדישע אידן״ אהרן בנציון איז א פשוטע אומערצויגענע שוטה משוטה! א פשוטע ״חדר יונגל״ וואס האט ניטאמאל די קעפּעסעטי צוטראכטן גראד! א ליידיגע קאפּ... א בור ריק... לא קרא ולא שנה... קען ניטאמאל אפלערנען א בלאט גמרא אליינס, קען נישט קיין אידיש און נישט קיין ענגליש, קען ניטאמאל אפליינען א פשוטע וויקיפידיע בלאט!
ער איז אונזער ווארטזגער??? דער חכם מחוכם???
דער שוואַנץ יונה כהן וואס איז באוואוסט אלץ ״ אַ שטאקעדיגע נער״ איז שוין צעהן מאל א גרעסערער חכם ווי דער חדר-יונגל! דער ווידער דארף מען וואס שנעלער צוריקשיקן קיין בעלזא און צוריקלייגן וואו ער באלאנגט-אין כתה ב׳...
יונה כהן גייט שוין דאכצעך אין כתה ד׳...
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 5:21 am
דורך יין שרף
מי יקום האט געשריבן:ווידער איז א לעבעדיגע עקזעמפּעל פון אונזערע פירות און אונזערע ״אומציוויליזירטע צוריקגעשטאנענע פארדארבענע חינוך״ ער מיט זיין ״גרויס טפשות״ טוט באשטעטיגן אז דער היינטיגער חרדישער חינוך דארף א גרויסער תיקון! נייס דזשאַב..!
איך קען אים פערזענליך פאר יאהרן לאנג. אָך און וויי אז ער איז היינט די פאַרטרעטער פון די ״חרדישע אידן״ אהרן בנציון איז א פשוטע אומערצויגענע שוטה משוטה! א פשוטע ״חדר יונגל״ וואס האט ניטאמאל די קעפּעסעטי צוטראכטן גראד! א ליידיגע קאפּ... א בור ריק... לא קרא ולא שנה... קען ניטאמאל אפלערנען א בלאט גמרא אליינס, קען נישט קיין אידיש און נישט קיין ענגליש, קען ניטאמאל אפליינען א פשוטע וויקיפידיע בלאט!
ער איז אונזער ווארטזגער??? דער חכם מחוכם???
דער שוואַנץ יונה כהן וואס איז באוואוסט אלץ ״ אַ שטאקעדיגע נער״ איז שוין צעהן מאל א גרעסערער חכם ווי דער חדר-יונגל! דער ווידער דארף מען וואס שנעלער צוריקשיקן קיין בעלזא און צוריקלייגן וואו ער באלאנגט-אין כתה ב׳...
יונה כהן גייט שוין דאכצעך אין כתה ד׳...
אויב דו שרייבסט אז דו קענסט אים יארן לאנג, און דערנאך שרייבסטו דיין לאנגע רענט, ביזטו א פשטו'ן שקרן. בכגון ער קען שיין אפלערנען א בלאט גמרא, (ער לענט פאר א שיעור יעדע ליל שישי און מעליץ ביהמ"ד), ער קען א גוטע אלטע אידיש, היסטערי פון WW2, ער פלעגט דאך געבן tours דארט אין Europe.
פון דיין שפראך דא זעהט אויס אז דו קענסט דיר פארמעסטן מיט אים לשיטתך..
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:02 am
דורך מי יקום
יין שרף האט געשריבן:מי יקום האט געשריבן:ווידער איז א לעבעדיגע עקזעמפּעל פון אונזערע פירות און אונזערע ״אומציוויליזירטע צוריקגעשטאנענע פארדארבענע חינוך״ ער מיט זיין ״גרויס טפשות״ טוט באשטעטיגן אז דער היינטיגער חרדישער חינוך דארף א גרויסער תיקון! נייס דזשאַב..!
איך קען אים פערזענליך פאר יאהרן לאנג. אָך און וויי אז ער איז היינט די פאַרטרעטער פון די ״חרדישע אידן״ אהרן בנציון איז א פשוטע אומערצויגענע שוטה משוטה! א פשוטע ״חדר יונגל״ וואס האט ניטאמאל די קעפּעסעטי צוטראכטן גראד! א ליידיגע קאפּ... א בור ריק... לא קרא ולא שנה... קען ניטאמאל אפלערנען א בלאט גמרא אליינס, קען נישט קיין אידיש און נישט קיין ענגליש, קען ניטאמאל אפליינען א פשוטע וויקיפידיע בלאט!
ער איז אונזער ווארטזגער??? דער חכם מחוכם???
דער שוואַנץ יונה כהן וואס איז באוואוסט אלץ ״ אַ שטאקעדיגע נער״ איז שוין צעהן מאל א גרעסערער חכם ווי דער חדר-יונגל! דער ווידער דארף מען וואס שנעלער צוריקשיקן קיין בעלזא און צוריקלייגן וואו ער באלאנגט-אין כתה ב׳...
יונה כהן גייט שוין דאכצעך אין כתה ד׳...
אויב דו שרייבסט אז דו קענסט אים יארן לאנג, און דערנאך שרייבסטו דיין לאנגע רענט, ביזטו א פשטו'ן שקרן. בכגון ער קען שיין אפלערנען א בלאט גמרא, (ער לענט פאר א שיעור יעדע ליל שישי און מעליץ ביהמ"ד), ער קען א גוטע אלטע אידיש, היסטערי פון WW2, ער פלעגט דאך געבן tours דארט אין Europe.
פון דיין שפראך דא זעהט אויס אז דו קענסט דיר פארמעסטן מיט אים לשיטתך..
קיין שקרן בין איך נישט! איך בין געוועהן זיין שכן אויף צוועלפטע עווניא. איך האב יאהרן לאנג געדאווענט צוזאמען מיט אים און זיינע ברודער אין בייטשער שול. זיין גאנצע משפחה קען איך גוט. איך קען אים נאך פון יאהרן צוריק.
ער קען פאר לערנען א שיעור ליל שישי ביז מארגן- ער קען נאכאלץ נישט אפלערנען א בלאט גמרא אליינס!
ער איז אונזער פארטרעטער???
איך בעט דיך!
ביג דיעל. לאמיר זאגן אז ער קען אביסלע היסטאריע פון די שואה! מוראדיג! דאס מיינט אז ער איז א חכם פונקטליך?
איך DOUBLE DOWN אלעס וואס כהאב געזאגט!
אהרן בנציון ווידער איז א שוטה משוטה קען נישט קיין לערנען קיין נישט גארנישט!!! אגב וואס לערנט ער פאר אין מעליצער שול??? אל״ף בי״ת???
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:52 am
דורך אישתישבי
איך מוז אריין האקן, אז עס מאכט נישט אויס צו ער קען יא גמרא אדער נישט, צו היסטאריע אדער נישט, צו ער קען יא אידיש אדער ענגליש, די אלע זאכן זענען נישט רעלעוואנט צו זיין התנהגות מיט די גוים אין ראקלענד.
כלומר, עס מאכט אפילו נישט אויס טאמער די גוים זענען טאקע אנטיסעמיטען אדער נישט, נומער איינס, א איד רעדט נישט אזוי צו גוים ווייל אונז זענען אין גלות, און טאמער האלט ער אז אונז זענען נישט אין גלות, זאל ער רעדן מיט דרך ארץ ווי א גוי.
ווען דער שיקסע שרייבט אז אונז אידן האבן קינדער אויף ראטעס וואס מאכט נישט סאסטעינעביל, איז זי כשר גערעכט, אונז האבן טאקע אסאך קינדער, און עס איז נישט מעגליך אויסצוהאלטן די גאנצע משפחה אליין פאר אכציג פראצענט מענטשן. און אפילו אויב עס איז א רעליגעזע זאך צו האבן אסאך קינדער, ווערט עס נישט אנטיסעמיטיש צו זאגן, ווילסט האבן צוואנציג קינדער? געזונטערהייט, אבער איך גוי וויל נישט באצאלן דערפאר.
און דא קומט אריין דער טפשות פין ווידער (בעסער געזאגט, די טפשות פין אונז וואס לאזן אים רעדן אזוי). איינשטאט פין גארנישט זאגן און רעאגירן ווען דער גוי רעדט דברים של טעם, פויקט ער עס אויס, אזוי אז די גאנצע וועלט זאל זעהן דער דברים של טעם וואס דער גוי זאגט, און דער גוי אין ברוקלין צו אין לעיקוואד צו אין לונדען אפילו, וועט אויך באלט אנהייבן פארפירן הלמאי ער דארף באצאלן פאר די אידן מיט צוואנציג קינדער.
דער ווידער טוט אונז נישט קיין טובה מיט זיינע קאנפראנטאציעס, אויב געט ער א גוטע שיעור אין מעליץ, זאל ער געבן א שיעור יעדער נאכט, און נישט מאכן נאך פראבלעמען פאר אונז.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 8:52 am
דורך מי יקום
סאיז דא אסאך קלוגע חרדישע אידן וואס פייטן קעגן נארמאלע עדיוקאציע. אויף הרב אלי׳ ברונדי פון פלעטבוש וואלט איך עס קיינמאל נישט געשריבן. ווייל ער איז שוין יא א שטיקל חכם אבער אהרן בנציון ווידער זאלט איר מיר אלע אנטשולדיגן איז א שטאקעדיגע טיפוש מרחם אמו. ער איז נישט פאסיג צוזיין אונזער פארטרעטער! ער האט זיך אנגעטוהן גרויסע שיך וואס איז נישט זיין סייז!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2019 10:41 am
דורך הדסים
די עולם איז דא אזוי בייז אויף ווידער, עז איף אונז האבן נאך אן אפשען. אפשר יוסי געשטעטנער...?
אונז (חסידים) האבן נישט קיין איין נארמאלע מענטש אונז צו פארטרעטן אין די מידיע. ווען אונז וואלטן געהאט א נארמאלע פערזאן, וואלטן קינדערישע מענטשן נישט געקענט ווערן אזוי גרויס.
איך וויל נישט זיין אונזער פארטרעטער, דו יא? שוין, אלעס איז פארשטענדליך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 8:43 am
דורך אישתישבי
מען דארף נישט קיין פארטרעטער, מען דארף גארנישט זאגן, עס איז בעסער אז מען זאגט גארנישט, און אזוי ווערט די זאך פארגעסן, קיינער האלט נישט אַ מלחמה מיט א שטעקען וואס רעדט נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 10:55 am
דורך הדסים
אישתישבי האט געשריבן:מען דארף נישט קיין פארטרעטער, מען דארף גארנישט זאגן, עס איז בעסער אז מען זאגט גארנישט, און אזוי ווערט די זאך פארגעסן, קיינער האלט נישט אַ מלחמה מיט א שטעקען וואס רעדט נישט.
די מהלך איז גוט געווען אין רוסלאנד.
היינטיגע טעג, אויב האסטו נישט קייו גוטע פארטרעטער, ווערסט פארגעשטעלט פאר די וועלט זייער שלעכט. און דאס פאסירט מיט אונז א גאנצע צייט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 2:05 pm
דורך אישתישבי
די אלע פראבלעמען הייבן זיך נאר אהן ווען א ווידער איז דארט. נעם אים אוועק און אלעס איז אקעי.
ווען מען קאנפראנטירט מיט אנטיסעמיטיזים ווערען זיי נישט אויס אנטיסעמיט, זיי לערנען זיך נאר אויס עס צו טוהן אויף א קלוגערע וועג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 4:22 pm
דורך calculator
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:05 pm
דורך [NAMELESS]
מען דארף דעם וואנזיניגן מסרס זיין און פארטיליגן, אנשטאט פארשטיין און כאפן דעם רמז אז ער איז 'נישט' וועלקאמד צו די מיטינג און אז ער איז שוין בארימט אלס א קאטאסטראפע אנדרייער און משוגענער, קומט ער און ווישט אן פרישע סומעטאכעס.
און באלד גייט מען וויינען מיט צעקנייטשטע געזיכטער און טרערן פון שווייס 'שנאת ישראל', איך שעם זיך שוין, איך האב אים שוין פיינט אלס איד, וואס פאדערט מען פונעם גוי?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:14 pm
דורך גדליה
גראדע איך פארשטיי מר. ווידער.
אין יעדע קופקע אין פאליש האט ער געווינען די דעבאטע מיט'ן שרייען העכער.
אין מקוה האט יעדער גע'חלש'ט צו געניסען פון זיין חכמה, און ווען איינער האט זיך געוואגט צו זאגען אנדערש האט מען באקומען איבער'ן קאפ.
אזוי אויך ווען ער האט געשריבען אנליין בלאג פאוסטס האט יעדער געקוואלען פון זיין שארפע ווערטער.
און יעצט גייט ער ווייטער מיט די מהלך, און ער געווינט אלע שונאי ישראל מיט זיין שארפע שפראך.
ב"ה די חסידישע יודן פארשטייען אז מיט זיין גרויס חכמה פיהרט ער דאס ניו יארקער יודנטום מיט א געוואלדיגע פארשטענדליכקייט, און מיר זענען אלע שטאלץ מיט אים.
כ'קען זאגען בפה מלא: מר. ווידער איז א אויסגעצייכענטע פראדוקט פין אונזער גאנצע סיסטעם. ער שטעלט מיט זיך פאר די גאנצע מעשה, פון אנהויב ביז'ן סוף.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:17 pm
דורך [NAMELESS]
וזרח השמש ובא השמש!
יעצט ווען משה דוד נידערמאן האלט פארן אונטערגיין דורך די שווארצע גוזרי חינוך נעמט כלל ישראל אויף מיט ברייטע ארעמעס דעם נייעם עסקן לכל דבר שבקדושה הרב ווידער וואס וועט נעמען די זאך צו א נעקסטער שטאפל און ווייטער אנהאלטן אונזער פרעסטיזש און שטיין אויף אונזערע רעכטן לעיני הגוים און מאכן א גראבע קידוש השם.
פוי!