בלאט 1 פון 1

פארוואס פייניגט מען אונזערע קינדער אין די ישיבות?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 12:03 am
דורך לבי ובשרי
א ידיד האט מיר געשריבן:

"כ'האב געשיקט דעם פאלגנדן בריוו פאר ... זיי האבן מיר אלע געענטפערט אז איך בין גערעכט, אבער זיי קענען ליידער גארנישט טון דערוועגן.

"ס'איז א שאד אז דער בריוו זאל פארפאלן גיין נאר צווישן עטליכע מענטשן, איז זיי אזוי גוט, און זיי עס מפרסם. אפשר וועט עס אנקומען צו איינעם וואס קען יא עפעס טון, און אפשר וועט עס אויפוועקן דעת הקהל, און צוביסלעך וועט מען עפעס אויפטון.


לכבוד הרב...שליט"א.

פאלגנד איז מיין פראגע צו אייך, וואס כ'וואלט זייער געוואלט לייענען אן ענטפער, ווייל עס עגבערט מיר און לאזט מיר נישט קיין מנוחה.

אין די טעג זענען אלע בחורי חמד אין קעמפ וואו זיי שטייגן און לערנען ב"ה פלייסיג. איך וויל פארשטיין, וואס איז פשט אז די רגע וואס די קינדער ווערן 13, רייסט מען פון זיי אוועק יעדע הנאה גשמי וואס יעדער נארמאלער יוגנטליכער אין דער וועלט דארף האבן ווי לופט צו אטעמען. יא, לערנען תורה איז די וויכטיגסטע זאך – דאס איז דאך דער תכלית וואו מיר ווילן צוקומען. אבער איז נישט אונזער ערשטער פריאריטעט אז דער בחור זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש אז ער זאל וואקסן לתפארת אלס א כלי וואס קען געזונטערהייט שטייגן בתורה ויר"ש? איז דא איין מענטש וואס קען אביסל דעם נפש פון א מענטש וואס קען זאגן מיט'ן פולסטן אחריות אז דאס איינשפארן א בחור אזויפיל שעות אין טאג אן געבן נארמאלע געשמאקע אקטיוויטעטן שאדט אים נישט ברוחניות ובגשמיות?

פארוואס זאל נישט זיין א פעסטער פראגראם פון הנאה וואס זאל לויפן אינאיינעם מיט די שעות הלימודים? פארוואס זאלן די בחורים נישט האבן א פראיעקט צו בויען עפעס, צוזאמענצושטעלן עפעס, מאכן א פלעי וכו' וכו' — קענען ליגן עטליכע שעה אין טאג אין עפעס אנדערש אויסער לימודים? און נישט סתם אבי יוצא צו זיין, נאר מיט'ן גאנצן אייפער און פלייסיגקייט מצד די ישיבה און די סטעף. (נישט סתם אז 'מ'לאזט' גיין שווימען א שעה, אדער אז 'מ'קען' גיין שפאצירן דריי-פערטל שעה.)

מיט דעם אויסרייד אז אויב ליגט א בחור אין עפעס אנדערש, וועט ער נישט קענען לערנען, זענען זיך די ראשי ישיבה מתיר ממש צו פייניגן די בחורים, אוועקנעמען זייער לופט צו אטעמען. און אייגנטליך, ווער האט אמאל חוקר געווען דעם ענין און באשטעטיגט אז ס'איז טאקע אזוי? מיידלעך לערנען פילע נושאים אין יהדות, באגלייט מיט שווערע לימודים פון לימודי חול, און קיינער זעט נישט אז זייערע עקסטרע-קוריקולער אקטיוויטעטן זאלן זיי שטערן. פארקערט, אזוי וואקסן זיי געזונט ברוחניות וגשמיות, און דווקא אזוי קענען זיי בעסער לערנען און שטייגן.

ווייל אמאל איז אפשר געווען א מעשה אז א אינגל איז געווען פאר'חלומ'ט ביים לערנען, און ער האט געזאגט אז ער טראכט פון דעם "אונטערן פלעי", האבן מיר אויף דעם געבויעט א גאנצע פילאזאפיע לויט וועלכער מ'רייסט קינדער און בחורים אוועק פון די פשוט'ע געברויכן וואס א קינד דארף האבן. ס'איז ליגנט אז א בחור וואס באקומט עטליכע שעה אין טאג געשמאקע אקטיוויטעטן וועט נישט קענען געהעריג לערנען. ס'איז א פרעכער שקר. מ'זעט דאס נישט אין דער ליטווישער וועלט וואו בחורים הארעווען אבער האבן אויך גשמיות'דיגע פראגראמען, מ'זעט דאס נישט – להבדיל – אין דער גויאישער וועלט וואו יוגנטליכע שטודירן שווערע סוגיות ווי דאקטאריי און קענען אויך צו דער זייט הנאה האבן ווי יעדער נפש דארף. מ'זעט דאס נישט ביי אונזערע טעכטער וואס נעמען שווערע טעסטס אויף כל מיני נושאים, בשעת זיי האבן אויך שעות פון אקטיוויטעטן.

און כ'בין שוין מיד פון די וואס נעמען נישט די נושא ערנסט, נאר וועלן אייביג פארטיידיגן דעם סטאטוסקווא מיט מאמרי חז"ל וואס זענען נישט נוגע צום ענין, ווי אז די תורה ווערט נאר נקנה במיעוט תענוג, וכו'. אט די מאמרי חז"ל זענען הוראות פאר עבודת ה', פאר איינער וואס באשליסט אז ער וויל שטייגן בתורה ויראת שמים, און גיט דערפאר אוועק זיין לעבן. כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה ובתורה אתה עמל – דאס איז נישט וואס א בחור'ל דארף טון אין ישיבה. אין ישיבה דארפן מיר זיכער מאכן אז דער בחור איז געזונט ברוחניות ובגשמיות, אזוי אז ווען ער ווערט ערוואקסן, און איז מחליט אז ער וויל שטייגן מיט מיעוט תענוג, זאל ער זיין א כלי הראוי לקבל. און מיר ווייסן זייער גוט אז ווייניגער פון 1 פראצענט ערוואקסענע נעמען אויף זיך די עבודת ה' פון מיעוט תענוג – איז ווי קענען מיר זאגן אז דאס איז די גאנצע פילאזאפיע אויף וואס מיר בויען אונזער חינוך פאר בחורימ'לעך?

דאס האט גארנישט צוטון מיט מצויינים, בינונים און חלשים. דער בחור מיט גאר גוטע כשרונות, פונקט ווי דער שוואכער, דארף זיין נפש זיך אויסגעבן אויף א נארמאלן לכתחילה'דיגן אופן, נישט סתם מיט עפעס א פארעווע פויזע.

וויל איך פארשטיין, וואס איז דער היתר אויף וואס מיר טוען מיט אונזערע בחורים? איז דאס אויסגעהאלטן עפ"י יהדות? עפ"י תורת הנפש? עפ"י מענטשליכקייט? איז דאס וואס מיר דארפן טון אז אונזערע בחורים זאלן בע"ה שטייגן בתורה ויראת שמים? איז דאס קראנט באשטעטיגט געווארן צו זיין דער איינציגסטער וועג וויאזוי בחורים קענען שטייגן?

דער אויסרייד אז "אייביג האט מען אזוי געטון" איז אויך א פוילער און לייכטזיניגער תירוץ. יעדער דור איז אנדערש, און מחנכים דארפן אייביג זען וואס איז גוט יעצט, און פאר אונזערע היינטיגע קינדער. וואס איז געווען אמאל וועט מען לאזן פאר היסטאריקער מסביר צו זיין. און כ'בין בכלל נישט זיכער אז אזוי איז געווען אמאל, ווייל אמאל איז דער טעגליכער סדר הלימודים געלאפן היבש קורצער ווי היינט.

אבער אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז דאס וואס מיר טוען מיט אונזערע בחורים האט א 'מסורה', האבן מיר דען נישט גענוג געטוישט פון דעם אמאל פאר אלע יארגענג, פאר קינדער, פאר ערוואקסענע, פאר מיידלעך און פאר אינגלעך? איז דען אמאל געווען אזא פארגעשריטענער און פראפעסיאנעלער סדר הלימודים ווי די קינדער האבן היינט אין חדר? האט מען דען אמאל זיך אזויפיל גערעכנט מיט דעם נפש פון א קינד אין חדר? האבן אונזערע זיידעס געהאט לוקסוריעזע מסיבות סיומי מסכתות אין פרעכטיגע האטעלן? זענען די אמאליגע מיידלעך געגאנגען אין שולע?

צומאל איז עס אן ענין וואס דער היינטיגער דור פארלאנגט עפעס אנדערש ווי דאס וואס דער עבר האט פארלאנגט, און אמאל איז עס א התעוררות וואס דער אויבערשטער שיקט צו אז מיר טוען טאקע בעסער ווי אמאל, ווי די היינטיגע מצות וואס זענען פיל בעסער פון די אמאליגע, און אזוי אויך פילע הידורים צו וועלכע מיר זענען היינט זוכה אין יעדן תחום. אזוי צי אזוי, דארפן מיר קוקן אויף אונזערע קינדער היינט, און אויף אן אמת, מיט אן ערנסטקייט, זיך באטראכטן צי וואס מיר טוען איז ריכטיג, און פארבעסערן.

עס איז צייט אז מיר זאלן איינזען אז וואס מיר טוען היינט בשנת תשע"ט מיט אונזערע קינדער צווישן די יארגענג פון 13 ביז די 18 איז א פארברעכן, און מיר דארפן זיך רעכנען מיט די יסודות'דיגע נפשיות'דיגע צרכים וואס 99 פראצענט בחורים – פון מצויינים ביז חלשים – דארפן האבן פאר זייער גייסטישן און פיזישן געזונט.

איך קוק ארויס אויף אייער ענטפער,

מוקירכם,....

Re: פארוואס פייניגט מען אונזערע קינדער אין די ישיבות?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 4:26 am
דורך טשילער
דו נעמסט איבער מיין "ליבי ובשרי" מיט דיינע ווערטער.
וואס יעדער נארמאלער עובד השם דארף אליינס שרייען אלטס צער בעלי חיים, דארף מען קומען ביז קאווע שטיבל צו ליינען.

ס'האט נישט קיין הסבר. ס'איז נאר אז זיי האבן מורא. זיי האבן מורא אז אויב מ'גיבט אביסל נאך וועט מען שוין נישט ליגן אזוי אין תורה.
חוץ פון דעים, דאס איז דאך דער סיסטעם.
און די ישיבה דארף דאך א גיטן נאמען.
קיין מאל אין היסטוריה איז נישט אזוי געווען אז יעדער בלי שום יוצא מן הכלל זאל ביי די 13, כדי צו זיין נארמאל ווי יעדער, דארפן לערנען פון פארטאגטס ביז נאך נאכט סדר.
#גיי_פארשטיי

וויפיל מער יראת שמים, וויפיל מער געזונטער, וויפיל מער תורה שפעטער אין לעבן וואלט מען געקענט פארמערן אויב מ'טוישט דעי -אייגן-אויסגעטראכטן-ישיבה-סיסטעם.

ווען וועלט איז וועלט, בלייבן ווען אלע בחורים אינדערהיים אויף סטרייק. ונאמר אמן. זאלן זיך אלע ראשי ישיבות און נאצי משגיחים זיכן א צווייטע ארבעט!!!!!!



Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

Re: פארוואס פייניגט מען אונזערע קינדער אין די ישיבות?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 6:38 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ליטווישער ישיבות מאכען פלעיס? דאס איז די ערשטע מאל איך הער דערפון.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 30, 2019 1:30 pm
דורך calculator
אלע וואס רעדן זיך אפ איבער די סיסטעם. דארף מען וויסן אז ווי לאנג די חינוך פון אינזער קינדער גייט צו אויף א סיסטעמאטישע אופן, וועט מען אייביג האבן ריכטיגע טענות, ווייל א סיסטעם איז טייטש אז עס פירט זיך ווי ווי א פעקטארי וואס מעניופעקטערט סחורה, וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז עס דארף זיך פירן מיט א סיסטעם, און אויב א מיעוט ווערן קליא רעכט מען זיך נישט מיט דעם, און מען טוישט נאך נישט די סיסטעם. די זעלבע אינזער חינוך, אינזערע לידערס ווילן איין זאך, אז די סיסטעם זאל פארן, און האבן א פיינע נאמען. צו ווייל עס איז גרינגער, עס קאסט ווייניגער געלט, מען קען בעסער אייסעלעיטן די קינדער, צו עני אנדערע סיבה, ווי לאנג די סיסטעם איז גוט, זאל דער יחיד קראכען, אז ער פארט אפ איז עס זיין פראבלעם, (האסט שוין געהערט אמאל די שפראך? ער האט געזעהן ער איז א דורכפאל בלעהמט ער די מוסדות, די רבי'ס.) יא, אז די סיסטעם הייבט זיך אן צו וואלגערן וועט מען שנעל עפעס טוען צו פארעכטן, אויך נאר כדי סיסטעם זאל פארן ווייטער גוט. און אז דער יחיד וויל, עס שמעקט אים, קען ער אויך הנאה האבן.

נאכדעם וועט ר' אהרן טייטלבוים פון קרית יואל, זיך אויפשטעלן כא' כסליו, און אויסרעכענען וואס ער טוט אלס אויף, און די זיינע פערד'ן וועלן אנקוקן דעם רבי'ן טאקע פאר א איד וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר די חינוך.

און וויבאלד די מנאפעלי פון די חינוך פון אינזער קינדער ליגט אין די האנט פון די גרויסע, (מענטשען) מעניופעקטער קאמפעניס, איז אויב עס איז דא א פריוואטע תלמוד תורה, ישיבה, וואס וויל יא עפעס טוען, דארף ער אבאך געבן אז די גרויסע קאמפעניס זאלן אים נישט ווייזען עטטיטאד, אז ער איז אן אויסווארף, און אים לעיבלען פאר א שוואכע ת"ת/ישיבה.

חינוך ארגענאל, איז "מוח" צוזאמען מיט "הארץ און געפיל", אז די פארשטייסט נישט וויאזוי מען קען האבן א געפיל און זיך רעכענען מיט יעדען קינד באזינדער, האסטו נישט וואס צו זיכען און די חינוך ליין.

יותר ממה שכתבתי כאן, יש כאן. ודו"ק כי קצרתי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:25 pm
דורך תורה ומדע
דא האט איר א גוטע איידיע פון א עכט-חסידישע ישיבה אין ארץ ישראל וואס האט א גוטע ארטיסטישער פראגראם פאר ישיבה בחורים פאר ימי בין הזמנים.
https://youtu.be/DO0EvLkRQ2Q

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 3:56 pm
דורך מצפצף
א ישיבה איז א פלאץ וואו מען לערנט (אויס וויאזוי צו לערנען) טוט מען דאס א גאנצע צייט
אויב עפעס איז די קשיא פארוואס יעדער איינער דארף גיין אין ישיבה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:32 pm
דורך מצפצף
אפגעוואנדן

Re: פארוואס פייניגט מען אונזערע קינדער אין די ישיבות?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2019 8:51 pm
דורך דובעלע
תורה ומדע האט געשריבן:דא האט איר א גוטע איידיע פון א עכט-חסידישע ישיבה אין ארץ ישראל וואס האט א גוטע ארטיסטישער פראגראם פאר ישיבה בחורים פאר ימי בין הזמנים.
https://youtu.be/DO0EvLkRQ2Q


א יעדע ישובה האט אזאלכע פראגראמען איינער האט עס מיט זינגן איינער מיא א שבת התוועדות איינער מיט א קופת חתנים ראפפעל..... סאם האי האמער אונז אלע געטראפן וואס צוטוען מיט די צייט און ישיבה....


Sent from my iPhone using Tapatalk

ווער הייסט דיך שיקן אין ישיבה אדער חדר????

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 6:11 am
דורך גוט געזאגט 1976
לבי ובשרי האט געשריבן:א ידיד האט מיר געשריבן:

"כ'האב געשיקט דעם פאלגנדן בריוו פאר ... זיי האבן מיר אלע געענטפערט אז איך בין גערעכט, אבער זיי קענען ליידער גארנישט טון דערוועגן.

"ס'איז א שאד אז דער בריוו זאל פארפאלן גיין נאר צווישן עטליכע מענטשן, איז זיי אזוי גוט, און זיי עס מפרסם. אפשר וועט עס אנקומען צו איינעם וואס קען יא עפעס טון, און אפשר וועט עס אויפוועקן דעת הקהל, און צוביסלעך וועט מען עפעס אויפטון.


לכבוד הרב...שליט"א.

פאלגנד איז מיין פראגע צו אייך, וואס כ'וואלט זייער געוואלט לייענען אן ענטפער, ווייל עס עגבערט מיר און לאזט מיר נישט קיין מנוחה.

אין די טעג זענען אלע בחורי חמד אין קעמפ וואו זיי שטייגן און לערנען ב"ה פלייסיג. איך וויל פארשטיין, וואס איז פשט אז די רגע וואס די קינדער ווערן 13, רייסט מען פון זיי אוועק יעדע הנאה גשמי וואס יעדער נארמאלער יוגנטליכער אין דער וועלט דארף האבן ווי לופט צו אטעמען. יא, לערנען תורה איז די וויכטיגסטע זאך – דאס איז דאך דער תכלית וואו מיר ווילן צוקומען. אבער איז נישט אונזער ערשטער פריאריטעט אז דער בחור זאל זיין געזונט פיזיש און גייסטיש אז ער זאל וואקסן לתפארת אלס א כלי וואס קען געזונטערהייט שטייגן בתורה ויר"ש? איז דא איין מענטש וואס קען אביסל דעם נפש פון א מענטש וואס קען זאגן מיט'ן פולסטן אחריות אז דאס איינשפארן א בחור אזויפיל שעות אין טאג אן געבן נארמאלע געשמאקע אקטיוויטעטן שאדט אים נישט ברוחניות ובגשמיות?

פארוואס זאל נישט זיין א פעסטער פראגראם פון הנאה וואס זאל לויפן אינאיינעם מיט די שעות הלימודים? פארוואס זאלן די בחורים נישט האבן א פראיעקט צו בויען עפעס, צוזאמענצושטעלן עפעס, מאכן א פלעי וכו' וכו' — קענען ליגן עטליכע שעה אין טאג אין עפעס אנדערש אויסער לימודים? און נישט סתם אבי יוצא צו זיין, נאר מיט'ן גאנצן אייפער און פלייסיגקייט מצד די ישיבה און די סטעף. (נישט סתם אז 'מ'לאזט' גיין שווימען א שעה, אדער אז 'מ'קען' גיין שפאצירן דריי-פערטל שעה.)

מיט דעם אויסרייד אז אויב ליגט א בחור אין עפעס אנדערש, וועט ער נישט קענען לערנען, זענען זיך די ראשי ישיבה מתיר ממש צו פייניגן די בחורים, אוועקנעמען זייער לופט צו אטעמען. און אייגנטליך, ווער האט אמאל חוקר געווען דעם ענין און באשטעטיגט אז ס'איז טאקע אזוי? מיידלעך לערנען פילע נושאים אין יהדות, באגלייט מיט שווערע לימודים פון לימודי חול, און קיינער זעט נישט אז זייערע עקסטרע-קוריקולער אקטיוויטעטן זאלן זיי שטערן. פארקערט, אזוי וואקסן זיי געזונט ברוחניות וגשמיות, און דווקא אזוי קענען זיי בעסער לערנען און שטייגן.

ווייל אמאל איז אפשר געווען א מעשה אז א אינגל איז געווען פאר'חלומ'ט ביים לערנען, און ער האט געזאגט אז ער טראכט פון דעם "אונטערן פלעי", האבן מיר אויף דעם געבויעט א גאנצע פילאזאפיע לויט וועלכער מ'רייסט קינדער און בחורים אוועק פון די פשוט'ע געברויכן וואס א קינד דארף האבן. ס'איז ליגנט אז א בחור וואס באקומט עטליכע שעה אין טאג געשמאקע אקטיוויטעטן וועט נישט קענען געהעריג לערנען. ס'איז א פרעכער שקר. מ'זעט דאס נישט אין דער ליטווישער וועלט וואו בחורים הארעווען אבער האבן אויך גשמיות'דיגע פראגראמען, מ'זעט דאס נישט – להבדיל – אין דער גויאישער וועלט וואו יוגנטליכע שטודירן שווערע סוגיות ווי דאקטאריי און קענען אויך צו דער זייט הנאה האבן ווי יעדער נפש דארף. מ'זעט דאס נישט ביי אונזערע טעכטער וואס נעמען שווערע טעסטס אויף כל מיני נושאים, בשעת זיי האבן אויך שעות פון אקטיוויטעטן.

און כ'בין שוין מיד פון די וואס נעמען נישט די נושא ערנסט, נאר וועלן אייביג פארטיידיגן דעם סטאטוסקווא מיט מאמרי חז"ל וואס זענען נישט נוגע צום ענין, ווי אז די תורה ווערט נאר נקנה במיעוט תענוג, וכו'. אט די מאמרי חז"ל זענען הוראות פאר עבודת ה', פאר איינער וואס באשליסט אז ער וויל שטייגן בתורה ויראת שמים, און גיט דערפאר אוועק זיין לעבן. כך היא דרכה של תורה, פת במלח תאכל ומים במשורה תשתה ועל הארץ תישן וחיי צער תחיה ובתורה אתה עמל – דאס איז נישט וואס א בחור'ל דארף טון אין ישיבה. אין ישיבה דארפן מיר זיכער מאכן אז דער בחור איז געזונט ברוחניות ובגשמיות, אזוי אז ווען ער ווערט ערוואקסן, און איז מחליט אז ער וויל שטייגן מיט מיעוט תענוג, זאל ער זיין א כלי הראוי לקבל. און מיר ווייסן זייער גוט אז ווייניגער פון 1 פראצענט ערוואקסענע נעמען אויף זיך די עבודת ה' פון מיעוט תענוג – איז ווי קענען מיר זאגן אז דאס איז די גאנצע פילאזאפיע אויף וואס מיר בויען אונזער חינוך פאר בחורימ'לעך?

דאס האט גארנישט צוטון מיט מצויינים, בינונים און חלשים. דער בחור מיט גאר גוטע כשרונות, פונקט ווי דער שוואכער, דארף זיין נפש זיך אויסגעבן אויף א נארמאלן לכתחילה'דיגן אופן, נישט סתם מיט עפעס א פארעווע פויזע.

וויל איך פארשטיין, וואס איז דער היתר אויף וואס מיר טוען מיט אונזערע בחורים? איז דאס אויסגעהאלטן עפ"י יהדות? עפ"י תורת הנפש? עפ"י מענטשליכקייט? איז דאס וואס מיר דארפן טון אז אונזערע בחורים זאלן בע"ה שטייגן בתורה ויראת שמים? איז דאס קראנט באשטעטיגט געווארן צו זיין דער איינציגסטער וועג וויאזוי בחורים קענען שטייגן?

דער אויסרייד אז "אייביג האט מען אזוי געטון" איז אויך א פוילער און לייכטזיניגער תירוץ. יעדער דור איז אנדערש, און מחנכים דארפן אייביג זען וואס איז גוט יעצט, און פאר אונזערע היינטיגע קינדער. וואס איז געווען אמאל וועט מען לאזן פאר היסטאריקער מסביר צו זיין. און כ'בין בכלל נישט זיכער אז אזוי איז געווען אמאל, ווייל אמאל איז דער טעגליכער סדר הלימודים געלאפן היבש קורצער ווי היינט.

אבער אפילו אויב מיר זאלן אננעמען אז דאס וואס מיר טוען מיט אונזערע בחורים האט א 'מסורה', האבן מיר דען נישט גענוג געטוישט פון דעם אמאל פאר אלע יארגענג, פאר קינדער, פאר ערוואקסענע, פאר מיידלעך און פאר אינגלעך? איז דען אמאל געווען אזא פארגעשריטענער און פראפעסיאנעלער סדר הלימודים ווי די קינדער האבן היינט אין חדר? האט מען דען אמאל זיך אזויפיל גערעכנט מיט דעם נפש פון א קינד אין חדר? האבן אונזערע זיידעס געהאט לוקסוריעזע מסיבות סיומי מסכתות אין פרעכטיגע האטעלן? זענען די אמאליגע מיידלעך געגאנגען אין שולע?

צומאל איז עס אן ענין וואס דער היינטיגער דור פארלאנגט עפעס אנדערש ווי דאס וואס דער עבר האט פארלאנגט, און אמאל איז עס א התעוררות וואס דער אויבערשטער שיקט צו אז מיר טוען טאקע בעסער ווי אמאל, ווי די היינטיגע מצות וואס זענען פיל בעסער פון די אמאליגע, און אזוי אויך פילע הידורים צו וועלכע מיר זענען היינט זוכה אין יעדן תחום. אזוי צי אזוי, דארפן מיר קוקן אויף אונזערע קינדער היינט, און אויף אן אמת, מיט אן ערנסטקייט, זיך באטראכטן צי וואס מיר טוען איז ריכטיג, און פארבעסערן.

עס איז צייט אז מיר זאלן איינזען אז וואס מיר טוען היינט בשנת תשע"ט מיט אונזערע קינדער צווישן די יארגענג פון 13 ביז די 18 איז א פארברעכן, און מיר דארפן זיך רעכנען מיט די יסודות'דיגע נפשיות'דיגע צרכים וואס 99 פראצענט בחורים – פון מצויינים ביז חלשים – דארפן האבן פאר זייער גייסטישן און פיזישן געזונט.

איך קוק ארויס אויף אייער ענטפער,

מוקירכם,....

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 6:17 am
דורך גוט געזאגט 1976
ווי אין שולחן ערוך שטייט אז סדארף זיין ישיבות ווי שטייט און שולחן ערוך אז מדארף שיקן און ישיבות וכן חדר ווערט נישט דערמאנט מעיקר הדין דארף א טאטע לערנען מיטן קינד בדיעבד קען ער דורך א שליח און היינט מיינט שליח א ת״ת וישיבה