בלאט 1 פון 1

אידן קעגן גוים - ערבות - לא תעמוד על דם רעך

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2019 11:49 pm
דורך אישתישבי
טוט זיך אפ א שאלה אין די גוישע פורום רעדיט, איינער פרעגט א שאלה, וואס די שאלה אליין איז ווערט דאס געלט.
די שאלה איז אזוי,
באא"ר (בין איך א רשע?), מיין טאטע האט מזנה געווען אויף מיין מאמע מיט א מיסטרעס, און געהאט מיט איר א טאכטער. ווען דאס מיידל איז געווארען זיבן יאר אלט, האט מיין מאמע אויס געפינען, און זיך גע'גט פין מיין טאטע, און צוליב טעכנישע סיבות, האט מיין מאמע געהאלטן כמעט דאס גאנצע געלט, און מיין טאטע איז געבליבן ארים. איך מיט מיין מאמע האבן קיינמאל נישט מוחל געווען מיין טאטע פאר מזנה זיין, און קיינמאל נישט אנערקענט זיין טאכטער פאר משפחה.
מיין מאמע איז געשטארבן, און איך האב גע'ירשענט דאס גאנצע געלט. לעצטענס איז מיין טאטע'ס טאכטער קראנק געווארן צו א שווערע מחלה, וואס אינשורענס דעקט נישט, און כדי איר צו ראטעווען מוז מען האבן שווערע געלטער וואס מיין טאטע האט נישט, און איך האב יא.
איז מיין טאטע געקומען צו מיר, און געזאגט, אז איך זאל געבן פין די ירושה געלט פין מיין מאמע, צו דער טאכטער פין דער פרוי מיט וועמען ער האט מזנה געוועהן.
איך האב נישט מסכים געווען, און געזאגט ניין.
מיין טאטע האט מיר געזאגט, אז איך וועל מיט נישט קענען קיינמאל מוחל זיין טאמער זי וועט שטארבן ווייל מען האט נישט געהאט קיין געלט איר צו היילן.
בין איך א רשע פאר נישט וועלן געבן געלט?



עד כאן שאלת הגוי.
און רוב גוים ענטפערען אים אז ער איז נישט מחויב צו געבן קיין פרוטה, און זיין טאטע איז א רשע פאר אים מאכן פילען שלעכט.

וואס האלטען אונזערע חכמים דא? וואלט ער באדארפט געבן? אין פאל וואס עס איז א איד, וואלט ער געדארפט געבן?

צו זעהן דער מקור קוקט דא

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:28 am
דורך גדליה
אין פאל דאס מיידל איז א אידיש קינד וואלט זי געווען א ביטער רחמנות צו זי לעבט צו זי שטארבט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:55 am
דורך וואלווי
די פרעגסט אויך ע"פ הלכה?

פון דיין את"ל אז ס'איז א יוד איז לכאורה משמע אזוי.

קען זיין אז די עיקר שאלה האט נישט מיט יודישקייט, נאר מיט מענטשליכקייט. שכל זאגט אז די מיידעל איז זיין שוועסטער, זיין בלוט און פלייש, אפגעזעהן צו ס'איז א אומפארשעמטע פרשה צו נישט. ער קען זיך פון זיין שוועסטער נישט גט'ן, און זי איז גארנישט שולדיג אין די מיאוס'ע פרשה.

איי דער טאטע מאכט געפערליכע פרעשור וואס זייעט אן שולדיג געפילען? דאס האט נישט מיט די עיקר שאלה. אלס היומען ביאינג דארף ער ראטעווען זיין שוועסטער. אויב ער איז נאך אזוי באגראבן אין צער אז ער שלינגט עס נישט אראפ אפילו יעצט, דעמאלטס האמיר א פראבלעם דא וואס איז ארויס מגדר אנושי.

אבער אלס ילוד אשה, וואס איז די שאלה בכלל?

פארדעם דארף מען נישט צוקומען צו דיני התורה. דרך ארץ קדמה לתורה.

Re: אידן קעגן גוים - ערבות - לא תעמוד על דם רעך

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 9:55 am
דורך גראף
אויב להלכה, איז דער געלט נישט זיינס נאר ס'איז זיין טאטע'ס געלט. אלס מענטשליכקייט קען ער געבן צדקה אבער זיין טאטע האט געמאכט דער פראבלעם אין דער פירסט פלעיס קען ער נישט "פארלאנגן" געלט

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 10:20 am
דורך berlbalaguleh
גראף: אויב ס'איז זיין טאטנ'ס געלט (עפ"י הלכה) קען ער טון מיט דעם געלט וואס ער ווילל...! יא. אבער גיי זאג פאר דעם גוי'אישן דזשאדזש אין קאורט אז אין די תורה שטייט אנדערש ווי ער/זי האט גפעסקנ'ט...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 12:20 pm
דורך אישתישבי
אויב איז דא א פרינאפ איז עס על פי הלכה אויך אירע.

מיין פלא איז בעיקר געוועהן אז רובא דרובא מענטשן דארט האלטען ער זאל נישט געבן קיין געלט, ווייל מענטשן שטארבן יעדן טאג, און מען דארף נישט געבן קיין געלט פאר די גאנצע וועלט, און ער האט גארנישט מיט זי וכו'.

דאס ווייזט אויף א חילוק אין השקפה צווישן אידן און גויים.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 04, 2019 6:24 pm
דורך גדליה
גרונם׳ס עלטסטע שוועסטער, פעשא, איז נעבעך אפגעפארען פון וועג ווען גרונם איז נאך געווען א קליין יונגעל.
די פאקט אז פעשא (היינט רופט זי זיך דזשעניפער) האט פארלאזט די יודישע דרך האט ליידער גורם געווען שווערע נאכפאלגן. די מאמע האט געכאפט א נערווען בראך און די משפחה איז צאמגעפאלן.
פעשא איז געפארן וואוינען אין קאלאראדא, ווי זי פירט נעבעך א גוי׳איש לעבן מיט א גוי.
גרונם האט אסאך געליטען אין חדר אין ישיבה צוליב זיין צעבראכענע שטוב. אבער למעשה האט ער זיך שיין אוועקגעשטעלט און ער פארמאגט א סוקסעספולע ביזנעס.
ס׳איז געקומען די טאג און פעשא איז קראנק געווארען, רופט זי אן ר׳ גרונם און זאגט אים, איך הער דו מאכסט שיין פרנסה פון א עמעזאן ביזנעס, אפשר ווילסטו אויסצאלן מיינע דאקטוירים.
וואס האלט דער עולם? זאל גרונם אריבערשיקן א הונדערט טויזענט דאלער צו איר באנק אקאונט פאר דאקטוירים? מ׳קען דאך ראטעווען א לעבען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:43 pm
דורך הדסים
די מעשה גייט ווייטער.

גרונם פארט אסאך ארום אין די סטעיטס פאר ביזנעס. איין טאג זייענדיג ביי א געז סטעישן אין קאלאראדא, זעט ער א 7 יעריגע מיידל, זי זעט נעבעך אויס שוואך און קראנק, ממש ווי א קינד פון א האומלעס. אבער ער גלייבט נישט וואס ער זעט! די נאז און אויגן פונקט ווי זיין מאמע, די האר און בעקעלעך פונקט ווי זיין טאטע, אזש מ'קען זיך פארמישן מיט זיין אייגענע טאכטער!

ער פרעגט וואס איז דיין נאמען? עמא גרונWיטז.
איז דיין מאמע דזעניפער גרונWיטז? יא!

זיינע געפילן גיסן זיך איבער, ער וויל איר ארומנעמען, קושן, אבער זי ווייסט דאך נישט ווער ער איז.
ער וויל צאלן פאר איר רענט, צרכי רפואה, נייע קליידונג, און וואס נישט? אפשר זאל זי קומען אויף א שבת צו זיין הויז?

ער געבט איר זיין ביזנעס קארטל, "זאג פאר דיין מאמע זאל מיך רופן". ער האפט ער וועט קענען העלפן דאס קינד.