בלאט 1 פון 1

די גלגל החוזר פונעם חרדי'שן יודענטום

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:01 am
דורך אייניקעל
יעדן טאג איז דא א פרישע גזירה א פרישע סאמעטוכע וואס דראעט אונטערצוברענגן די דורות
אבער סוף דבר דרייט זיך דער גלגל החוזר רינגס און ארום אן אן אפשטעל

ווען דער עם חכם ונבון זאל זיך באטראכטן און פרובירן אננעמען מיטלען וויאזוי אפצושטעלן דעם ראד וואלטן די גזירות און פראבלעמען געווארן אסאך ווינציגער

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 11:24 am
דורך הוגה
דער אינגערמאן אינדערמיט זעהט אויס ווי אן אנגעפיקעוויטע...

די גלגל החוזר פונעם חרדי'שן יודענטום

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 12:40 pm
דורך חוקר ודורש
הוגה האט געשריבן:דער אינגערמאן אינדערמיט זעהט אויס ווי אן אנגעפיקעוויטע...

דער אינגערמאן איז מיין יונגערע ברידער, שוין אביסל מער מאדערן, ער גייט מיט די פאות ארום די אויער...


Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: די גלגל החוזר פונעם חרדי'שן יודענטום

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער שיין. אבער נישט צום זאך. ארימעלייט זענען מער געוואנדען אין קהל ווי עשירים? די עשירים דארפען דאך ווי אראפ צו לייגען דאס געלט. זיי זאלען געבן צו פאליטישע פארטייען?!
פארוואס דארפען עסקנים א שוואכע עדיוקעישען?
פארוואס מיינט קאמיוניטי קליינקעפיגע עסקנים?

פארצופאל איז עס אזוי, אבער עס איז נישט געבונדען זה בזה. מ׳דארף א קהלה, אבער נישט קיין פארטיי. און דאס אז ציבור זאכען בלייבען ביים ציבור, איז ריכטיג. און דער וואס וויל עפעס אויפטון מיט און פאר די ציבור, זאל עס אזוי טון, און נישט פונדערויסען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:44 pm
דורך אייניקעל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער שיין. אבער נישט צום זאך. ארימעלייט זענען מער געוואנדען אין קהל ווי עשירים? די עשירים דארפען דאך ווי אראפ צו לייגען דאס געלט. זיי זאלען געבן צו פאליטישע פארטייען?!
פארוואס דארפען עסקנים א שוואכע עדיוקעישען?
פארוואס מיינט קאמיוניטי קליינקעפיגע עסקנים?


ארימעלייט זענען מער געוואנדען אין קהל ווי עשירים ווייל זיי דארפן האבן ביליגע שכר לימוד, עסן, חתונה זאלן, וכו' וכו' עשירים איבער דאר גארער וועלט געבן זיך אן עצה וואו צו פארשווענדעווען דאס געלט

עסקנים גלייכן א שוואכע עדיוקעישען ווייל דאס העלפט דעם נעבעכדיגן יוד אונזער זיין באשיץ ווייטער צו זיין אנגעוואנדן אין זיין הילף

"פארוואס מיינט קאמיוניטי קליינקעפיגע עסקנים" נישט זיכער וואס די פרעגסט דא

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 6:56 am
דורך אישתישבי
אויב די עסקנים זענען קליין קעפיג, וויאזוי ווייסן זיי צו מאכן א חשבון צו האלטען דער נעבעכדיגער איד אונטער זיין באזיץ דורך שוואכע עדיוקעישן און שוואכע פרנסה?

דער נישט עדיוקעישן איז לדעתי נישט אן אויסגערעכענטער פלאן וואס איינער האט געמאכט כדי צו קענען צוקומען צו א געוויסע ציל, נאר א קייטעל פין געשעענישן וואס האט עס געברענגט.

צום ערשט האבן די מוסדות פראבירט ענגליש, און האבן אויפגענומען טיטשערס, זיי האבן ווארשיינליך נישט געקענט זיין די חסידישע אידן, זענען זיי אנדערש, פילען די קינדער באקוועם חוזק צו מאכן ווייל זיי זענען אנדערש (בכלל איינער פין די עשרת הדברות ביי חסידים, אנדערש = משוגענע), ווילן גוטע טיטשערס נישט ארבעטן, נעמען מוסדות אויף משוגעים נערווען קראנקע נעבעכס כעסנים מרעין בישין אמאהל אמאהל א נארמאלער, און די תוצאה איז אז מען לערנט גארנישט.

Re: די גלגל החוזר פונעם חרדי'שן יודענטום

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:20 am
דורך אונטער חכם
לויט ווי איך האב געהערט פון אן עלטערער מלמד איז דער חורבן ביי ענגליש געגאנגען בערך אזוי, אנפאנג איז עס געווען זייער שוואך בעיקר ווייל מען האט גענוצט טיטשערס און מאטריאל וואס זענען געווען געמאכט פאר קינדער ביי וואס ענגליש איז א פירסט לענגוויטש, אבער מען האט געארבעט דערויף און עס איז כסדר געווארן בעסער און בעסער, ביז בערך דרייסיג יאר צוריק ווען דער צווייטער דור האט אנגעהויבן צו פירן זאכן און זיי זענען שוין פשוט נישט געווען אינטערסירט אין די גאנצע זאך און עס האט אנגעהויבן גיין בארג אראפ.