בלאט 1 פון 1
עסקני סאטמאר מהרז"ל וויקיליקס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 9:57 am
דורך [NAMELESS]
איבער 200 פעידזשעס פון מעסעדזשעס אין א פנימי גראפ פון עסקנים פון סאטמאר מהרז"ל זענען ארויסגעליק'ט ווי מ'קען ליינען ווי אזוי זאכן ווערן געפירט. בעיקר צוויי זאכן איינס, די מערכות אין א"י און די שטיצע פאר די מוסדות פון הגר"ש אויבערבאך זצ"ל, און די מערכה דא אין נ"י קעגן מאסטער.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:00 am
דורך [NAMELESS]
Re: עסקני סאטמאר מהרז"ל וויקיליקס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 10:05 am
דורך אונטער חכם
דריי פערטל פון די יונגעלייט קען איך, אלע צוציקלעך אין כולל וואס רעדן זיך איין אז זיי פירן די וועלט.
אפשר צוויי דריי ערנסטע עסקנים.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2019 4:34 pm
דורך גדליה
כ׳האב נישט געדולט דורכצוגיין די גאנצע זאך
אפשר קענען א פאר זשורנאליסטען דורכגיין בעיון און ארויסנעמען אינטערסאנטע שטיקלעך.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 07, 2019 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
גדליה: ס'איז ממילא די זעלבע שטותים איבערגעקייעט אויף די אינסייד לשונות. איבער און איבער. אן קיין שום תכלית און צוועק...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 4:46 pm
דורך calculator
אויב האט איר געטראכט אז די זאלונישע פירונג, האט אן ענדליכקייט צו א קהילה'שע פירונג דאן ליין דאס דורך!
אוי האב איך הנאה געהאט, איך בין געזיצן נעכטן מוצ"ש ביז 3:30am פשוט מיך צו מחזק זיין וואס איך ווייס שוין לאנג, אז פונקט ווי עס איז דא א "טראמפ אדמינסטרעישן" איז דא א "זאלי אדמינסטרעישן", עס איז נישט מער ווי א פארטיי ווי אלע אנדערע גוישע פארטייען אין די וועלט
מייפה זיין און כשר'ן יעדען ביסל שקר וואס ווערט דורך געפירט פון די פארטיי.
טעראזירן ווער עס שטייט זיי אין וועג. (וואס אפילו ביי די גוישע פארטייען איז עס נישט אזוי ביטערליך ווי ביי אינז יודען רח"ל)
"רבנים" זענען סתם די מוטל צובאצווינגען דעם עולם וואס אפאר אינגעלייט מאכן אפ.
Re: עסקני סאטמאר מהרז"ל וויקיליקס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 08, 2019 5:36 pm
דורך אונטער חכם
אפשר געסטו מיר אפאר אויסצוגן, איך האב דארט גארנישט געטראפן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:39 pm
דורך איש את רעהו
WOW דעס קען ברענגן א צונאמי צווישן די אלע וואס זענען אינטערן שירעם פון מהרז"ל סאטמאר
די הנהגה דארף אינטערנעמען שריט עס זאל מער נישט געשעהן אזעלכע מיסטעיק'ס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:13 pm
דורך חיים יואל
כ׳האב נישט געדולט דורכצוגיין די גאנצע זאך.
אפשר קען איינער ארויסנעמען אינטערסאנטע שטיקלעך?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 1:42 pm
דורך צפור בודד
מיר איז דאס דער מערסטער געפעלן. די געמיינע היפאקריטיע פון דעם געבילדערטן צוויבל וואס איז זיך מוסר נפש אויף דער חשבון פון יענעמ'ס קינדער. וואו האט ער געלערנט? וואו לערנען זיינע קינדער און אייניקלעך?
צוויבל.JPG
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 3:03 pm
דורך יין שרף
צפור בודד האט געשריבן:מיר איז דאס דער מערסטער געפעלן. די געמיינע היפאקריטיע פון דעם געבילדערטן צוויבל וואס איז זיך מוסר נפש אויף דער חשבון פון יענעמ'ס קינדער. וואו האט ער געלערנט? וואו לערנען זיינע קינדער און אייניקלעך?
צוויבל.JPG
איך בין געווען ביים מיטינג דארט, שקר וכזב, חיים דוד האט בכלל נישט אזוי גערעדט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 9:26 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב געשיקט א חבר אנפרעגן ביי איינער פון די טעטיגע שרייבערס אין די הענגאוט גרופ פון מערכ(ו)ת סאטמאר און יענער האט אים געזאגט אז זיי ווייסן שוין א שטיק צייט אז דאס גייט ליעקן און אז עס באהאלטן זיך נישט דארט קיין עקסטערע סודות.
איבערבליקנדיג האב איך טאקע געזען אז קיין גרויסע באמבעס קען מען דארט נישט אנטדעקן, נאר איין זאך ווער לעגיטימיזירט, אז זיי האבן זיך ליב צו קריגן ווי קליינע קינדער און פאראויסשאצן וואס און וויאזוי זאכן גייען געשען.
אומגעלונגענע פאליטיקאנטן, גייטס ארבעטן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 4:30 pm
דורך היסטאריקער
צפור בודד האט געשריבן:מיר איז דאס דער מערסטער געפעלן. די געמיינע היפאקריטיע פון דעם געבילדערטן צוויבל וואס איז זיך מוסר נפש אויף דער חשבון פון יענעמ'ס קינדער. וואו האט ער געלערנט? וואו לערנען זיינע קינדער און אייניקלעך?
צוויבל.JPG
וואס איז מובן אז מ' האט אויסגערימט קהלת סאטמאר? ביי יעדע אסיפה נישט געפירט דורך זאליס רימט מען אויס ווער עס פארדינט עס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 6:09 pm
דורך קאמענטירער
מיין מיינונג נאך א שנעלע איבערבליק:
נישטא קיין סודות וואס איז ארויסגערינען!
אלא מאי איז בכלל נישט מוכרח אז די גאנצע פנימי שמועס איז אמאל פארגעקומען, און איינער האט דא אן אגענדע האט אויסגעדמיונט א שמועס, וואסערע אגענדע? ווייסעכניש, אפשר צו מאכן א פנים אז די זאליס רעדן זיך באמת אן אז זייער רבי איז רעספעקטירט? ווייל דאס האט מיר אויך געגריצעלט במחשבה לו יהא סזאל זיין א 'דארק סטיעט' אין די פארטיי האלטען זיי דען באמת אז משה דוד איז אן ערליכע עסקן בלא בלא וכדומה? כפארשטיי אז אין די איד שרייבט מען די נוסח, אבער קאמאן מענטשען וואס זענען גרייט צו טערארזירען רעדן נישט אויף די מהלך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 5:36 pm
דורך אמת ויציב ונכון
calculator האט געשריבן:אויב האט איר געטראכט אז די זאלונישע פירונג, האט אן ענדליכקייט צו א קהילה'שע פירונג דאן ליין דאס דורך!
אוי האב איך הנאה געהאט, איך בין געזיצן נעכטן מוצ"ש ביז 3:30am פשוט מיך צו מחזק זיין וואס איך ווייס שוין לאנג, אז פונקט ווי עס איז דא א "טראמפ אדמינסטרעישן" איז דא א "זאלי אדמינסטרעישן", עס איז נישט מער ווי א פארטיי ווי אלע אנדערע גוישע פארטייען אין די וועלט
מייפה זיין און כשר'ן יעדען ביסל שקר וואס ווערט דורך געפירט פון די פארטיי.
טעראזירן ווער עס שטייט זיי אין וועג. (וואס אפילו ביי די גוישע פארטייען איז עס נישט אזוי ביטערליך ווי ביי אינז יודען רח"ל)
"רבנים" זענען סתם די מוטל צובאצווינגען דעם עולם וואס אפאר אינגעלייט מאכן אפ.
זאלסט מיר ביטע אונטשולדיגען אבער ווארשיינלעך איז דיין קאלקעלעיטער צובראכן ווייל כפי ידיעתי פירן נישט משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג. סאטמאר. סאיז א פלעינע טשעט פונקט ווי קאווע שטיבל פון אפשר יונגעלייט. זאת ועוד וואס איך קען נישט טרעפן ווי די גרויסע אוצרות ליגן דא און דעי טשעט.....
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 12:52 pm
דורך calculator
אמת ויציב ונכון האט געשריבן:זאלסט מיר ביטע אונטשולדיגען אבער ווארשיינלעך איז דיין קאלקעלעיטער צובראכן ווייל כפי ידיעתי פירן נישט משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג. סאטמאר. סאיז א פלעינע טשעט פונקט ווי קאווע שטיבל פון אפשר יונגעלייט. זאת ועוד וואס איך קען נישט טרעפן ווי די גרויסע אוצרות ליגן דא און דעי טשעט.....
שלום עליכם @לאקש,(אמת ויציב ונכון) לאונג טיים נוא סי.
איך קען נישט "משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג", איך ווייס נישט צו זיי זענען ממש פון די HQ. אבער ווען איינער ליינט עס, קוקט עס אויס, ווי זיי זענען לכה"פ פון די צעטליך העגערס, אדער פון די ברענטשעס טראבערס, וואס א גרויס חלק התנהגות פון א פארטיי פירט זיך פון די סארט עסקנים.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:30 pm
דורך אמת ויציב ונכון
calculator האט געשריבן:אמת ויציב ונכון האט געשריבן:זאלסט מיר ביטע אונטשולדיגען אבער ווארשיינלעך איז דיין קאלקעלעיטער צובראכן ווייל כפי ידיעתי פירן נישט משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג. סאטמאר. סאיז א פלעינע טשעט פונקט ווי קאווע שטיבל פון אפשר יונגעלייט. זאת ועוד וואס איך קען נישט טרעפן ווי די גרויסע אוצרות ליגן דא און דעי טשעט.....
שלום עליכם @לאקש,(אמת ויציב ונכון) לאונג טיים נוא סי.
איך קען נישט "משה שווארץ מיט אברהם יצחק הירש און ראזנבערג", איך ווייס נישט צו זיי זענען ממש פון די HQ. אבער ווען איינער ליינט עס, קוקט עס אויס, ווי זיי זענען לכה"פ פון די צעטליך העגערס, אדער פון די ברענטשעס טראבערס, וואס א גרויס חלק התנהגות פון א פארטיי פירט זיך פון די סארט עסקנים.
פאר דיר קוקט עס אזוי אויס ווייל די ווילסט קענען מאכן א בראטל דערפון אבער אגעין זיי האבן קיין שייכות מיט קיין הנהגה און סאטמאר
אנטשולדיגט נישט געכאפט דיין פראבלעים איז בכלל נישט דעי טשעט וואס האט געליעקט. דיך באדערט זייער רבי