ושבית שביו...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ספרא דמרא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 35
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 12, 2019 9:48 pm
האט שוין געלייקט: 22 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל

ושבית שביו...

שליחה דורך ספרא דמרא »

בס"ד

ברק איז גאר אויפגעלייגט, ער גייט היינט ארויס אויף זיין לאנג ערוואטעטע מיסיע, ער גייט היינט ארויס אין קריג, ער גייט היינט ווייזן פאר די וועלט פאר א קעמפער ער איז, ער גייט אויסהארגענען זיינע שכנים און די ארומיגע פעלקער, ער גייט זיי ווייזן וואס די אידישע פאלק איז און וואס זי קען.

עס איז א שטארקע טאג פאר אים, א טאג פון פראכט און אידישע עהרע, ער גרייט זיך שוין אויף דעם אזא לאנגע צייט, ער האט שוין דורכגעמאכט די שווערע טרענירונגען און ער איז שוין פולקאם גרייט צו גיין אין קריג.

זיינע פויסטן זענען שוין פארשטייפט און זיין שווערד איז אויף אים אנגעהאנגען פון נעכטן נאכט, ער האט שוין געזאגט פאר זיין ווייב אז זי זאל שוין אנגרייטן א גרויסע סעודה אויף ווען ער קומט צוריק, עס גייט זיין א סוקסעס פון א מלחמה, ער לעקט שוין אפ זיינע וואנצעס פון די ניצחון שפייעכטס.

און אט איז דער טאג שוין דא, נאך א שלאפלאזע נאכט פון ווארטן אן געדולד זעט ער שוין די זון זיך ארויסשטעקן פון העכער די בערג, עס הייבט שוין אן טאגן און ער ווערט שוין גרייט, זיין אטעם פארשנעלט זיך מער און מער, ער גייט אין ביהמ"ד דאווענען ותיקין, ער לויפט אהיים, וועקט אויף דאס ווייב און עסט פרישטאג, און מען גייט שוין ארויס אין קריג.

דער קאמאנדיר מיטן לאנגן בארד וועלכע זאגט מיט זיך עדות פון א רייע סוקסעספולע מלחמות וואס ער האט שוין מיטגעלעבט רופט אויס אז מען זאל זיך שטעלן אין די רייע, "הערט אויס!" שרייט ער, און אלע פארנויגן זיך פארן גענעראל, איינער פון די גרופע, יהויקים, האט זיך פארנויגט א סעקונדעלע צו שפעט און זיך ארויסגעשטעלט פון די גרופע, ער איז אויפן ארט אהיימגעשיקט געווארן דורכן קאמאנדיר.

מען לאזט זיך ארויס אין קריג, די טרופן מארשירן אריין אין די שלאכטפעלד, דאסמאל איז עס אין איינע פון די לענדער ביי די גבולות הארץ, מען גייט איבערנעמען דאס שטח כדי עס זאל פארבלייבן ביי עם ישראל און פארגרעסערן דאס לאנד, מען קומט שוין אן אין די הויפט שטאט, די קעגנזייטיגע מיליטער האט אנגעגרייט א קאנטער אטאקע וועלכע איז שנעל דעאקטיוויזירט געווארן דורך די אידישע מיליטער.

ברק באמערקט פלוצלינג א שאטן וועלכע שטרעקט אויס הייס געווער אין ריכטונג פון זיין גרופע, אויף די רגע הייבט ער אן צו לויפן אין יענעם ריכטונג אויף יענעם צו כאפן, די שאטן לויפט שנעלער און שנעלער, ברק אטעמט שווער, ער זעט ווי די שאטן לויפט אראפ עטליכע טרעפ אריין אין א קעלער, ער שטויסט אויף די פארשלאסענע טיר און דערזעט זיך אינעווענדיג, ער קוקט ארום ווען ער האלט זיין שווערד אויסגעשטרעקט און פאכעט צו אלע זייטן, אט איז די שאטן!

ער זעט אן איינגעקורטשעטע געשטאלט אין ווינקל פון צימער, די הענט אויפן קאפ פרובירן זיך צו באשיצן פון דעם סאלדאט, ער קוקט עס אן און זעט אז עס איז נישט מער און נישט ווייניגער, א יונגע מיידעלע, קוקט אויס צו זיין נישט מער ווי ניינצן יאר אלט.

ער כאפט איר אן ביים קארג און בינדט איר איין די הענט פון הינטן, זי וויינט און פראטעסטירט אבער ברק מאכט זיך נישט הערנדיג, ער נעמט זי ארויס פון קעלער און הייבט זיך אן איינקוקן אין די געשטאלט פון זיין געפאנגענעם, ער אטעמט שווער און גרייט זיך אריינצושטעכן מיט זיין שארפן שפיז אין איר קערפער, זיינע בליקן טרעפן זיך אויף א סעקונדע מיט אירע און עס הייבט אים אן געפעלן, פלוצלינג הערט ער ווי זי בעט זיך ביי אים אז ער זאל איר פריי לאזן, אז ער זאל איר נישט אומברענגען.

ברק גיבט איר א גלעט אין באק און זאגט איר "זארג זיך נישט, איך גיי דיר נישט הארגענען, איך וועל דיר נעמען מיט מיר קיין ארץ ישראל, עס וועט דיר זיין גוט דארט".

ער כאפט איר אן און לייגט איר ביים דעזיגנירטן ארט פון די געפאנגענע, ווער עס קוקט אויף איר שרייט ער מיט א באסאווער שטימע "זי איז מיינס! אויב ווילט איר אויך קענט איר גיין פאנגען!".

און ווען עס הערט זיך דער פייף פונעם קאמאנדיר וועלכע צייגט אז די קריג איז שוין א פארגאנגענהייט, אז די טעריטאריע איז שוין אין אידישע הענט און אז מען קען פייערן זיג אין די שונאים, כאפט ברק אן זיין ארעסטאנטקע און שפאצירט מיט איר שווייגענדיג דעם לאנגען וועג אהיים.

ווען ער קומט אן אהיים און זיין רעבעצן לויפט אים אנטקעגן מיט אויסגעשטרעקטע הענט, זי לייגט עס אבער באלד אראפ זעענדיג מיט וועם ער איז דא אהיימגעקומען, ער איז אבער פארסאפעט און קען איר נישט דערציילן את כל הנעשה און ער וויל נישט יעצט דארפן אפגעבן דין וחשבון פארוואס ער האט יעצט אהיימגעברענגט אט די ארעסטאנטקע פונעם שונא'ס לאגער, ער הייסט איר זיך זעצן אין סאלאן ביז ער וועט קומען, זיין ווייב גרייט אן די טיש אין חצר און ברענגט קוילן אויף אונטערצוצינדן דעם פייער, זי איז נישט רואיג ביז ער פארשפרעכט איר אז ביז וואס ווען שיקט ער שוין אהיים די געפאנגענע דינסט.

אבער זיין רייץ ברענט נאך אין אים, ער וויל נאכאלס זיך פאראייניגן מיט די געפאנגענע, אירע געשרייען אין קריג האבן אים זייער צוגעצויגן צום הארץ און ער האט נישט געוואלט אויפגעבן אויף די דמיון פון זיין אינאיינעם מיט איר, אבער ער איז דאך א רעליגיעזער איד, ער וועט נישט קענען טאן עפעס וואס די תורה ערלויבט אים נישט, ער געדענקט אבער גאנץ גוט וואס מען האט אים געווארנט פאר זיין ארויסגיין אין מלחמה, נישט טאן קיין זאכן באיסור, נאר ער וועט יעצט מוזן ווארטן דרייסיג טעג און נאר דאן וועט עס זיין מותר פאר אים צו טאן ווי זיין ווילן.

מיט טרערן הייבט ער אן מסביר זיין אז זי וועט דא מוזן פארבלייבן אויף א מאנאט, ער הייסט איר אויך פארטוישן איר שיין קליידעלע מיט אן אפגענוצטע שטוב קלייד, ער ברענגט איר א גרויסער שערל און באפעלט איר אראפצושניידן די לאנגע האר פון איר קאפ, זי הייבט אן וויינען אויפן קול און קען זיך נישט בארואיגן, אבער ברק מאכט זיך נישט הערנדיג, אזוי זיצט זי אין סאלאן און וויינט פאר דרייסיג טעג.

ווען ברק האט זיך דורכגעדרייט משכ'ן חודש אריין און ארויס זעענדיג זיין אידישע ווייב שיין און שמייכלנדיג און דאס גוי'יש געפאנגן קינד וואס האט אים אזוי אויפגערייצט זיצט פארמיאוסט מיט לאנגע נעגל וויינענדיג, האט ער זיך אינערליך בארואיגט.

און ווי פארשטענדליך נאך דרייסיג טעג האט ברק איר באפרייט און אהיימגעשיקט נישט ווילנדיג מער טאן דאס וואס האט אים אין אנהייב געשיינט.

און אזוי האט ברק מיטן היטן די תורה, אפגעשוואכט דעם יצר הרע.
אם תרצה שיהיה בכוחך לסבול את החיים, היה מוכן לקבל את המוות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ספרא דמרא: זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט. נאר אין די ערשטע מינוט האביך געמיינט אז דו רעדסט דא פון אנ'אנדער'ן ברק. אהוד ברק פון מדינת ישראל. איך בין טאקע שטארק נייגעריג געווען אויף וועלכע געהיימע מיסיע ער איז יעצט באפולמעכטיגט געווארן צו גיין. אבער ווען דו האסט געשריבן אז ער איז צוערשט געגאנגען אין ביהמ"ד דאווענען מיט'ן ותיקין מנין האביך שוין געוואוסט אז מ'רעדט דא פון אנ'אנדער'ן ברק. ווייל אהוד ברק גייט נישט אינדערפריה צו מנין. (מ'קען נישט וויסן. אפשר יא.). און ווען ער עסט איז עס אויך נישט א פרישטיג איבער וואס מ'קען שרייבן אין קאווע שטיבל. ווייל ווען אהוד שטייט אויף גיסט ער זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער און זאגט נישט מודה אני. נאר ער זעצט זיך גלייך צו צו די שיסל. ער עסט א פיינעם סטעיק. און בייסט צו א סענדוויטש פון פוטער ברויט מיט אמעריקען טשיעז...אבער ברק בן אבינועם איז דאך יא געווען אן ערליכער יוד. נאר ער האטציך פארליעבט אין דעם פלישתי'שן שיקסעלע. (אה, ס'איז נאך געווען פאר'ן חרם דרבינו גרשום.). אבער די תורה האט איהם געגעבן אן עצה וואס האט איהם געראטעוועט. ווייל דער זון וואס ער וואלט (ח"ו) געהאט מיט די שיקסעלע וואלט געוואוינט אין ראמאללאה מיט זיין מאמע. און ער וואלט ארויסגעגאנגען ווארפן שטיינער אויף די מיליטער פון מדינת ישראל. און די צודרייטע משוגעים וועלכע גייען קיין שכם אן מיליטערישע באגלייטונג...!
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

איך האב אויך אפגעליינט דעם אשכול, א דאנק דיין אנהויבן מיט ברק'ן...

דער באשרייבונג שפיגלט נישט אפ דעם אמת'ן מציאות. קודם כל לפי הלכה מעג ברק איר רעיפן כדת וכדין אין קריג, אן אפגעבן קיין דין וחשבון. נאכמער; ספרא דמרא האט געשריבן אז דאס מיידל איז געווען ניינצן. קען זיין אז אין זיין געשיכטע איז דאס פונקט געווען ניינצן, אבער דאס האט פונקט אזוי געקענט זיין ביי די צוועלף און זאגאר אפילו ביי די זעקס. קיים שום נפקא-מינא נישט פארהאן לפי הלכה.

לויט די אידישע הלכה, קען ער טון מיט איר וואס זיין הארץ באגערט אויפן מינוט, פארשטייט זיך אז ער טאר איר נישט פייניגן איבעריג. ווען עס קומט צו הרג'ענען קען ער הרג'ענען וועמען ער וויל אין קריג (פון דעם שונא'ס לאגער), אבער ער טאר נישט פייניגן זיינע קרבנות. רעיפן מעג ער יא. עמלקים האבן אן אנדערן דין, זיי מעג מען פייניגן אפילו לשם פייניגן, אבער מען דארף זיכער מאכן אז צום סוף קומט דער עמלקי ארויס א טויטער, מען טאר נישט לאזן בלייבן לעבן אן עמלקי, אפגעזען ווי אלט און ווי אומשולדיג ער איז. אויב זעסטו א זיסע עמלקי'שע בעיבי פון איין יאר, און שפילט זיך אזוי זיס און מאכט קונצן, טראכט נישט קיין צוויי, נעם ארויס דיין שפיז און הרג'ע אים, דו טוסט א מצוה.

נאר וואס דען?! - אויב האסטו איר אזוי שטארק ליב, אז דו ווילסט בלייבן וואוינען מיט איר, דאן נעם איר אהיים, טוה די אלע הלכות פון אן אשת יפת תואר, און דאן קען זי פארבלייבן זיין ווייבעלע לעולם, אדער ביז דו וועסט מחליט זיין איר צו מגרש זיין מיט א גט. אזוי האט אויך געטאן אונזער זיידע דוד, מיט מעכה פון גשור.

נ.ב. היינטיגע טעג איז אביסל אנדערש, וויבאלד עס איז פארהאן א דינא דמלכותא און מען טאר נישט טון וואס מען וויל. עס איז אויך נישט ביהרג ואל יעבור, אויף אן אופן אז מען זאל זיך מעגן מוסר-נפש זיין דערויף. דעריבער דארף מען אכטונג געבן היינטיגע צייטן, סיי מיט הרג'ענען אן עמלקי (אין פאל אז עס איז א מציאות אז מען ווייסט אויף אלע 100 פראצענט אז דאס איז אן עמלקי), און סיי מיט רעיפן א מיידל אין קריג, וואס דאס איז בכלל נישט קיין מצוה נאר א רשות, און וויבאלד עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט חוקי המדינה, איז לפי התורה אויך נישט ערלויבט דאס צו טון. אבער עס דוכט זיך מיר (איך בין נישט קלאר דערמיט), אז די זאכן קומען פאר אומלעגאל, איבעראל וואו מען אינוואדירט לענדער און קיינער קען נישט אפגעבן קיין דין וחשבון, אין אפגאניסטאן און אין איראק, אז דאס ארמיי טוען די סארט זאכן, אפילו עס איז שטרענג פארבאטן און מען קען באצאלן דערויף זייער טייער. א איד טאר דאס אבער נישט דאן צוליב דינא דמלכותא, און דארף אכטונג געבן דערויף.

מיר האפן דעריבער אויף משיח צדקינו, וואס דעמאלס וועט די דין תורה צוריקגעשטעלט ווערן על מכונו, אבער איך מיין אז דעמאלס וועט נישט פארקומען אזעלכע בלוטיגע מלחמות און דער דין וועט שוין נישט שייך זיין צוליב אנדערע סיבות. פארט וועט עריות מותר ווערן מיט משיח'ן און ס'וועט זיין אן אנדערע וועלט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:ספרא דמרא: זייער שיין און קלאר אראפגעלייגט. נאר אין די ערשטע מינוט האביך געמיינט אז דו רעדסט דא פון אנ'אנדער'ן ברק. אהוד ברק פון מדינת ישראל. איך בין טאקע שטארק נייגעריג געווען אויף וועלכע געהיימע מיסיע ער איז יעצט באפולמעכטיגט געווארן צו גיין. אבער ווען דו האסט געשריבן אז ער איז צוערשט געגאנגען אין ביהמ"ד דאווענען מיט'ן ותיקין מנין האביך שוין געוואוסט אז מ'רעדט דא פון אנ'אנדער'ן ברק. ווייל אהוד ברק גייט נישט אינדערפריה צו מנין. (מ'קען נישט וויסן. אפשר יא.). און ווען ער עסט איז עס אויך נישט א פרישטיג איבער וואס מ'קען שרייבן אין קאווע שטיבל. ווייל ווען אהוד שטייט אויף גיסט ער זיך נישט אפ קיין נעגל וואסער און זאגט נישט מודה אני. נאר ער זעצט זיך גלייך צו צו די שיסל. ער עסט א פיינעם סטעיק. און בייסט צו א סענדוויטש פון פוטער ברויט מיט אמעריקען טשיעז...אבער ברק בן אבינועם איז דאך יא געווען אן ערליכער יוד. נאר ער האטציך פארליעבט אין דעם פלישתי'שן שיקסעלע. (אה, ס'איז נאך געווען פאר'ן חרם דרבינו גרשום.). אבער די תורה האט איהם געגעבן אן עצה וואס האט איהם געראטעוועט. ווייל דער זון וואס ער וואלט (ח"ו) געהאט מיט די שיקסעלע וואלט געוואוינט אין ראמאללאה מיט זיין מאמע. און ער וואלט ארויסגעגאנגען ווארפן שטיינער אויף די מיליטער פון מדינת ישראל. און די צודרייטע משוגעים וועלכע גייען קיין שכם אן מיליטערישע באגלייטונג...!

געקאסט אן אויפרייס...
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

חקרן האט געשריבן:קודם כל לפי הלכה מעג ברק איר רעיפן כדת וכדין אין קריג, אן אפגעבן קיין דין וחשבון.

נו אוודאי, העיקר חסר מן הספר...
טאמער געדענק איך גיט רעדט די תורה נאר פון אזא פאל. ״לא תתעמר בה תחת אשר עניתה״.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

ושבית שביו...

שליחה דורך מי אני »

חקרן האט געשריבן:קודם כל לפי הלכה מעג ברק איר רעיפן כדת וכדין אין קריג, אן אפגעבן קיין דין וחשבון.

אזוי האלט די ר״ת (קידושין כב. ד״ה שלא) ווי אויך די רמב״ם (כן משמע בהלכות מלכים ח ג-ד). אבער מ׳קען זאגן אז ספרא דמרא האלט אזוי ווי רש״י דארט אין קידושין (וע״ש בתוס׳ אז ס׳איז א מחלוקת בירושלמי מכות ב ו), און אזוי האלט די רמב״ן אויך (דברים כא יג).

(דער רשב״ם זאגט אז ״תחת אשר עניתה״ מיינט ביאת נשואין.)
חקרן האט געשריבן: עמלקים האבן אן אנדערן דין, זיי מעג מען פייניגן אפילו לשם פייניגן, אבער מען דארף זיכער מאכן אז צום סוף קומט דער עמלקי ארויס א טויטער.

איך האב עס נישט דורכגעטוהן אבער מ׳קען לכאורה טענה׳ן אז עס איז נישט אזוי. אונז טרעפן מיר טאקע אז ביי מואב בימי משה התיר הקב״ה לישראל לצערן (רש״י בראשית יט לז), אבער אונז טרעפן מיר אז (עמון ו)מואב זענען, אין א וועג הארבער ווי עמלק. דהיינו, דער רמב״ם (מלכים ו ד) זאגט אז מ׳קען שיקן משלים זיין מיט עמלק וז׳ עממין, משא״כ (שם ו) מיט (עמון ו)מואב שיקט מען נישט משלים צו זיין ע״ש. קען מען אפשר מדמה זיין אז עמלק, הגם מ׳דארף אים טאקע מחרים זיין דלא כמואב, איז ער אבער גרינגער מיט דעם ווי מואב אז סתם זיי מצער צו זיין קען מען נישט (און אפילו ביי מואב לא מצינו זה אלא בימי משה).

אזוי ווי איך האב געזאגט, כ׳האב עס נישט דורכגעטוהן. אדרבה, אויב קען מען ברענגען א מקור וואלט איך שטארק מכיר טובה געווען.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

וישסע שמואל את אגג - ער האט אים צוהאקט אויף שטיקער לעבעדיגערהייט. משום דמותר לצערן.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

ושבית שביו...

שליחה דורך מי אני »

הגם דאס איז געווען א מיתה קשה ומרה (מהר״י קרא שם בשמואל א טו לב) זאגט אויף דעם דער רלב״ג דארט אז עס איז געווען לתועלת לתת יראה לנשארים שלא ילחמו עם ישראל ע״ש. ועוד, דאס איז געווען בשעת׳ן אים הרג׳נען ממש; דרך הריגה (און ברור לו מיתה יפה איז נישט דא).

ס׳איז אבער נאך אלס א פיינע ראיה. איינער זאגט דאס/ס׳שטייט ערגעץ בפירוש?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווייס נישט וואס מען חאגעט דא אזוי איבער פייניגן רודפ'ן און רעיפן, לפענ"ד דארף דאס צו זיין שטיקלעך וואס דער רבי וואלט ווען געזאלט אויסלאזן און חדר און מען זאל ווארטן עד שיבא תשבי צו וויסן פונקטליך וואס דאס מיינט.

עס איז מיר זייער שווער און עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ די אלע איידיעס און איך בין זיכער אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי עס ליינט זיך אין די פסוקים.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מאך זיכער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס מען חאגעט דא אזוי איבער פייניגן רודפ'ן און רעיפן, לפענ"ד דארף דאס צו זיין שטיקלעך וואס דער רבי וואלט ווען געזאלט אויסלאזן און חדר און מען זאל ווארטן עד שיבא תשבי צו וויסן פונקטליך וואס דאס מיינט.

עס איז מיר זייער שווער און עס גייט מיר נישט אריין אין קאפ די אלע איידיעס און איך בין זיכער אז עס איז נישט אזוי פשוט ווי עס ליינט זיך אין די פסוקים.


דעס אז די אלע איידיעס גייט דיך נישט אריין אין קאפ, נעמט נאך נישט אוועק די פשטות הפסוקים, וואס דאס יא א זיכערע זאך אז אזוי שטייט בפירוש.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

מי אני האט געשריבן:הגם דאס איז געווען א מיתה קשה ומרה (מהר״י קרא שם בשמואל א טו לב) זאגט אויף דעם דער רלב״ג דארט אז עס איז געווען לתועלת לתת יראה לנשארים שלא ילחמו עם ישראל ע״ש. ועוד, דאס איז געווען בשעת׳ן אים הרג׳נען ממש; דרך הריגה.

ס׳איז אבער נאך אלס א פיינע ראיה. איינער זאגט דאס/ס׳שטייט ערגעץ בפירוש?


ס'ווערט געברענגט און גענוצט אלס ראיה אז מען מעג פייניגן עמלקים לשם פייניגן, איך געדענק אבער נישט וואו.

קלארשטעלונג: כמובן דאס איז בלויז אויף עמלקים, אנדערע אויבי ישראל דארף מען בלויז א הרג'ע טאן און שוין, כמו שבעה עממין וכו'. דוכט זיך אז אפילו אין קריג, בשעת עס איז אונטערגעקומען א דייטש אין אידישע פארטיזאנישע הענט, האט מען גע'פסק'ענט אז מען טאר נישט פייניגן. מען דארף אים אפ'הרג'ענען און פארטיג. דאס איז טראצדעם וואס מען האט געוואוסט אויף זיכער אז יענער האט געפייניגט אידישע קינדער מיט אכזריות שאי אפשר להעלותם על הכתב, אבער אידן זענען נישט קיין נוקמים, מען דארף בלויז הרג'ענען כדאי ער זאל דאס נישט קענען טון מער און צו העלפן געוואונען די מלחמה, אבער נישט פייניגן.

עמלקים איז עפעס אנדערש.
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: ושבית שביו...

שליחה דורך גראף »

חקרן האט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:הגם דאס איז געווען א מיתה קשה ומרה (מהר״י קרא שם בשמואל א טו לב) זאגט אויף דעם דער רלב״ג דארט אז עס איז געווען לתועלת לתת יראה לנשארים שלא ילחמו עם ישראל ע״ש. ועוד, דאס איז געווען בשעת׳ן אים הרג׳נען ממש; דרך הריגה.

ס׳איז אבער נאך אלס א פיינע ראיה. איינער זאגט דאס/ס׳שטייט ערגעץ בפירוש?


ס'ווערט געברענגט און גענוצט אלס ראיה אז מען מעג פייניגן עמלקים לשם פייניגן, איך געדענק אבער נישט וואו.

קלארשטעלונג: כמובן דאס איז בלויז אויף עמלקים, אנדערע אויבי ישראל דארף מען בלויז א הרג'ע טאן און שוין, כמו שבעה עממין וכו'. דוכט זיך אז אפילו אין קריג, בשעת עס איז אונטערגעקומען א דייטש אין אידישע פארטיזאנישע הענט, האט מען גע'פסק'ענט אז מען טאר נישט פייניגן. מען דארף אים אפ'הרג'ענען און פארטיג.

עמלקים איז עפעס אנדערש.


אפשר קענסטו טרעפן אדער אויב איינער ווייסט וואו מען קען ליינען מער דערוועגן. אין די וועלדער האט מען געפרעגט?



Sent from my SM-G950U using Tapatalk
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כדי צו דערמאנען די מלכי כנען וואס מ'האט געאקערט זייערע רוקענס מיט אייזערנע מחרישות. ווער געדענקט ווי די פסוק איז.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ושבית שביו...

שליחה דורך מי אני »

ס׳קען זיין אבער איך געדענק נישט אויף די מינוט אין ספר יהושע אזא זאך (איך געדענק אז מ׳האט נישט געהאנגען זייערע גופים מער ווי א טאג כדת הרוגי בי״ד, אבער דאס איז אלס עיפוש האויר. ווי אויך האט מען געטרעהטען אויף זייערע העלזער צו ווייזען ואתה על במותימו תדרוך). אין אנהויב שופטים שטייט אז מ׳האט אפגעשניטן פון אדוני בזק די בהונות, און אויף דעם זאגט אויך דער רלב״ג אז ס׳איז געווען כדי להטיל אימה (ווי אויך מן השמים כדי להשלים לו מדה כנגד מדה).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
חקרן
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 606
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:04 am
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1086 מאל

שליחה דורך חקרן »

ער מיינט אוודאי די מלחמה פון דוד מיט די שטאט רבה, וואס דארט שטייט אין פסוק ואת העם אשר בה הוציא וישם במגרה ובחרצי הברזל ובמגזרת הברזל והעביר אותם במלבן וכן יעשה לכל ערי בני עמון.

עס איז פארהאן עטליכע פשטים דערויף. יש אומרים כפשוטו, טאקע צוליב דעם אז מען זאל זיך אויסלערנען נישט צו מאכן קיין קונצן און זיך תיכף מכניע זיין. אנדערע לערנען אז דוד האט זיי געשטעלט אלס קנעכט צו ארבעטן ביי די קאלעך אויווענעס און ביי די חריצי הברזל, אבער נישט אז מען האט זיי אזוי געפייניגט. עס איז אויך דא אנדערע פשטים אין דעם ענין.
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

מי אני האט געשריבן:אזוי האלט די ר״ת (קידושין כב. ד״ה שלא) ווי אויך די רמב״ם (כן משמע בהלכות מלכים ח ג-ד). אבער מ׳קען זאגן אז ספרא דמרא האלט אזוי ווי רש״י דארט אין קידושין (וע״ש בתוס׳ אז ס׳איז א מחלוקת בירושלמי מכות ב ו), און אזוי האלט די רמב״ן אויך (דברים כא יג).


קוק אין מזרחי די וואך, ער וויל זאגן אפילו לויט רש"י אין קידושין, מעג ער איר אויך בועל זיין, איידער ער טוט די 30'טאגידיגע פראצידור, נאר נישט בפרהסיה, נאר בצנעה בביתו
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: ושבית שביו...

שליחה דורך מי אני »

ייש״כ פאר די מראה מקום.

ווי אזוי איך פארשטיי די מזרחי זאגט ער אז רש״י האלט אז ביאה ראשונה איז מותר בביתו קודם הל׳ יום (דאס מיינט ער לכאורה מיט דעם אז ״מביאה אל העיר״), אבער ל״ד אז ער האלט אז בשעת מלחמה איז ער מותר לבא עליה אפילו במקום צינעה. ער זאגט דארט אז דאס איז אזוי ווי שיטת הרמב״ן.

אגב, דער רמב״ם, לויט איין גירסא, זאגט עפעס אזוי. ער זאגט (הלכות מלכים ח ג), ומנין שלא ילחצנה במלחמה, שנאמר והבאתה אל תוך ביתך, יכניסה למקום *פנוי* ואח״כ יבעול ע״כ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
calculator
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 368
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2018 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך calculator »

בעצם דארף מען דאך פארשטיין די איסור פון "יפת תואר" (וואס די תורה איז מתיר במלחמה) איז די לאו פון לא תהיה קדשה. אבער אויב איז מותר ביאה ראשונה ערשט נאר נאך די 30 טעג איז זי דאך שוין א גר? וועגן דעם זאגט תוספות אז אלא למאי איז זיכער מותר ביאה ראשונה קודם די 30 טעג. די מזרחי קומט זאגן אז רש"י האלט מען מעג אויכעט תיכף ביאה ראשונה נאר בצנעה, איז די לחם משנה מסביר, אז בצנעה איז דאך קיינמאל נישט דא קיין איסור תורה(נאר א דרבנן), די לאו פון לא תהיה קדשה איז נאר בפהרסיא, נאר וויבאלד האסט איר געכאפט לעין כל, הייסט עס בפהרסיא. לפ"ז גייט די רמב"ם לכאורה ווי רש"י.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]הרב הצדיק רבי יואל מאַטוועיעוו שליט''א - שרייבט אינעם פארווערס א לענגערע און א אינהאלטרייכע אפהאנדלונג, איבער דעם פארוויקלטע "יפה תואר" געבאט:

אט איז וואס דער רבי שרייבט:


"אונדזער פּרשה הייבט זיך אָן מיט זייער אַן אומגעוויינטלעכן, קאָנטראָווערסאַלן ענין. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, אַז ווען ייִדן האַלטן אַ מלחמה קעגן זייערע שׂונאים, מעג אַ ייִדישער סאָלדאַט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, אַ „יפֿת־תּואר‟, כּדי מיט איר חתונה צו האָבן.

די חסידישע און פֿילאָסאָפֿישע ספֿרים טײַטשן דעם דאָזיקן ענין אָפּ אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן. די שיינע פֿרוי איז דײַן אייגענער יצר־הרע; ווען דו פֿירט אַן אינערלעכן קאַמף קעגן דײַנע שלעכטע תּאוות, קאָנסטו זיך געבן אַן עצה און „פֿאַרכאַפּן‟ זיי, אויסנוצן לשם־שמים און פֿאַרוואַנדלען אין אַ סטימול אין עבֿודת־השם.

קלינגען קלינגט עס שיין אָבער דער רמב״ם דערקלערט די הלכות פֿון דער דאָזיקער מיצווה אין גאַנצן על־פּי פּשט. אַ ייִדישער סאָלדאַט מעג, לויטן רמב״ם, האָבן אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ נישט־ייִדישער פֿרוי, וועלכע איז אים געפֿעלן געוואָרן, אויב אַפֿילו זי איז אַ חתונה־געהאַטע. נאָכן פֿאַרכאַפּן זי, דאַרף ער אָפּוואַרטן דרײַ חדשים, האָפֿנדיק, אַז זי וועט מסכּים זײַן צו ווערן אַ גיורת און מיט אים חתונה צו האָבן. אויב זי וויל עס נישט – שיקט מען זי אַוועק.

די חז״ל זאָגן אָבער, אַז הגם טעאָריעטיש גערעדט קאָן אַזאַ סיטואַציע זײַן מותּר על־פּי דין, טאָר מען נישט אַזוי טאָן לכתּחילה. דערצו, גייט דאָ אַ רייד בלויז וועגן די אַמאָליקע צײַטן, ווען אַ נבֿיא אָדער דער סנהדרין האָט געהאַט דאָס רעכט אָנצוהייבן אַ מלחמה מיטן רשות פֿונעם אייבערשטן אַליין. קאָן מען זיך פֿאָרשטעלן אַ סיטואַציע, ווען אַ פֿרוי, וואָס איר מאַן איז איר נימאס געוואָרן, אַנטלויפֿט פֿרײַוויליק צו אַ מיליטערמאַן פֿון אַ פֿרעמדער אַרמיי. די מפֿרשים דערקלערן, אַז אַזאַ „יפֿת־תּואר‟ מוז האָבן אַ ייִדישע נשמה; דער ייִדישער סאָלדאַט זעט פֿאַר איר אויס ווי אַ באַפֿרײַער. אויפֿן סמך פֿון אַזעלכע רעאַלע פֿאַלן האָט מען געשאַפֿן אויסגעטראַכטע ראָמאַנען און פֿילמען.

נישט געקוקט אויף אַלע תּירוצים, זענען אַלע קלאַסישע ייִדישע דענקער מסכּים, אַז די תּורה דערציילט אונדז וועגן זעלטענע, אומגעוויינטלעכע, איינצלנע פֿאַלן פֿון אַמאָל. אינעם פּראַקטישן זין בלײַבט די מיצווה אַקטועל בלויז ברוחניות: צו פֿאַרוואַנדלען — סובלימירן — די אייגענע שלעכטע תּאוות.

אַגבֿ, זאָגט שלמה המלך אינעם ספֿר קהלת: „זה לעומת זה עשה האלקים‟, דער באַשעפֿער האָט געשאַפֿן איין זאַך קעגן דער צווייטער, כּדי צו ווײַזן דעם חילוק צווישן גוטס און שלעכטס. דער הײַנטיקער שבת, י״ד באלול, למשל, איז דער טאָג, ווען די נאַציס האָבן געפֿונען, פֿאַרכאַפּט און פֿאַרשיקט אַנע פֿראַנק קיין אוישוויץ. נישט צוליב איר שיין פּנים האָט די נאַציסטישע מאַכט־מאַשין זי פֿאַרכאַפּט און פֿאַרניכטעט…

דער תּנ״ך איז פֿול מיט בלוטיקע געשיכטעס, וואָס די קריטיקער מעגן באַטראַכטן ווי מלחמה־פֿאַרברעכנס. דער אייבערשטער האָט געהייסן פּטור צו ווערן פֿון די זיבן פֿעלקער, וואָס האָבן באַזעצט ארץ־כּנען. די חז״ל דערקלערן אָבער, אַז ווען יהושע בן נון האָט אַרײַנגעפֿירט זײַן פֿאָלק אינעם לאַנד, האָט ער געגעבן די דאָזיקע פֿעלקער אַ ברירה: זיך מגייר צו זײַן; אַנטלויפֿן אָדער פּשוט פֿירן זיך מענטשלעך און אָפּלאָזן זייער עבֿודה־זרה. נאָר קעגן די, וואָס האָבן פּרינציפּיעל נישט געוואָלט זיך אָפּזאָגן פֿון געצן־דינערײַ, האָט מען געקעמפֿט מיט אַ שווערד. סײַ פֿונעם תּנ״ך, סײַ פֿון אַרכעאָלאָגישע געפֿינסן ווייסן מיר, אַז למעשׂה האָבן די כּנענים ווײַטער געלעבט מיט ייִדן אין ארץ־ישׂראל.

נאָכן באַזוכן קאַרטאַגען, אַ כּנעניש לאַנד אין צפֿון־אַפֿריקע, האָט דער רוימישער סענאַטאָר קאַטאָ אָנגעהויבן שליסן אַלע זײַנע רעדעס מיטן רוף צו צעשטערן אָט־דאָס לאַנד. די תּושבֿים פֿון קאַרטאַגען האָבן עס אַליין גערופֿן קרתּ־חדשתּ, „די נײַע שטאָט‟. די כּנענישע דיאַלעקטן זענען געווען ענלעך צו לשון־קודש.

די רוימישע קולטור איז געווען גענוג אַכזריותדיק, אָבער אַפֿילו די רוימער האָבן נישט געקאָנט פֿאַרטראָגן, אַז אין קאַרטאַגען האָט מען, למשל, געבראַכט מענטשן ווי קרבנות צו אָפּגעטער.

מע קאָן זיך טאַקע פֿאָרשטעלן אַ רעאַליסטישן סצענאַר, ווען אַ כּנענישע פֿרוי, דערצויגן אין אַזאַ ווילד אַכזריותדיקער סבֿיבֿה, וואָלט זיך אָפּגעגעבן מיט פֿאַרגעניגן אַ ייִדישן סאָלדאַט און מיט אים חתונה געהאַט. סוף־כּל־סוף, האָט יהושע בן נון אַליין חתונה געהאַט מיט רחבֿ, אַ געוועזענע כּנענישע זונה.

פֿון דעסט וועגן, באַטאָנען אַלע מפֿרשים, אַז למעשׂה טאָר מען נישט פֿאַרכאַפּן קיין „יפֿת־תּואר‟. דער עיקר־אימפּעט פֿון דער ייִדישער טראַדיציע האָט אויסגעדריקט דער נבֿיא ישעיה אין זײַן באַרימטן פּסוק: „וכתּתו חרבֿותם לאתּים‟, אַבי מע זאָל איבערשמידן דאָס געווער אין אַקער־אײַזנס."[/justify]
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:די תּורה דערציילט אונדז וועגן זעלטענע, אומגעוויינטלעכע, איינצלנע פֿאַלן פֿון אַמאָל.

אמר רב יהודה אמר רב: ארבע מאות ילדים היו לו לדוד, וכולן בני יפת תואר היו, ומגדלי בלוריות היו, וכולן יושבין בקרונות של זהב, ומהלכין בראשי גייסות היו, והם היו בעלי אגרופין של בית דוד."

איך גלייב נישט אז די אלע פיר הונדערט בחורים זענען געווען פון איין יפת תואר, דא רעדט מען פון ווייניגסטנס צוואנציג פרויען, און דאס איז נאר פון דוד המלך אליינס...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:די תּורה דערציילט אונדז וועגן זעלטענע, אומגעוויינטלעכע, איינצלנע פֿאַלן פֿון אַמאָל.

אמר רב יהודה אמר רב: ארבע מאות ילדים היו לו לדוד, וכולן בני יפת תואר היו, ומגדלי בלוריות היו, וכולן יושבין בקרונות של זהב, ומהלכין בראשי גייסות היו, והם היו בעלי אגרופין של בית דוד."

איך גלייב נישט אז די אלע פיר הונדערט בחורים זענען געווען פון איין יפת תואר, דא רעדט מען פון ווייניגסטנס צוואנציג פרויען, און דאס איז נאר פון דוד המלך אליינס...


איך האב גארנישט געשריבן... כ'האב בלויז ציטירט אן ארטיקל פונעם פארווערס. ביטע אדרעסיר דיינע קאמענטארן צו רבי יואל מאַטוועיעוו.

שכוח
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ס׳איז לכאורה אויך אזוי משמע אין מו״נ (ח״ג סופמ״א) אז דער רמב״ם האלט אז ביאה ראשונה איז מותר בשעת מלחמה ממש בצינעה ע״ש.

דער לחם משנה פארענטפערט נאר דער מזרחי׳ס קשיא און זאגט אז מ׳דארף די היתר וויבאלד ער נעמט איר לעיני הכל ע״מ לבועלה, אפילו ס׳איז בתוך ביתו, ווערט עס גערעכענט ווי בפרהסיא וואס איז בעלמא אן איסור תורה. זיין תירוץ בעצם איז נישט קיין סתירה צו דעם צו זאגן אז רש״י אסר׳ט לבא עליה בשעת המלחמה, ואפילו במקום צינעה וכדמשמע בדברי הרמב״ם כנ״ל, און אפילו פון דעם צו זאגן אז דאס איז רק לאחר כל המעשים און דאך דארף מען די היתר וכנ״ל (והיינו אפילו טאמער ער גייט איר בועל זיין לאחר כל המעשים וגיורותה, וויבאלד ער האט איר מעיקרא גענומען אדעתא דהכי לבעול והיה בפרהסיא. ולגבי דעם אז וואס איז די חידוש לויט רש״י הא למעשה דעמאלטס איז זי שוין א גיורת? דאס פרעגט שוין תוס׳ דארט אין קידושין כב. ע״ש.).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

וואס איז געבליבען למעשה. איך דארף איר ריטורנען? אדער איך קען איר האלטן...?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט