בלאט 1 פון 1

אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:27 am
דורך חד גדיא
אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט וואלטן זאכן געוועהן זײער אנדערש ווי ס'איז געוועהן 18 יאהר צוריק. לאמיר אריינטראכטן. קודם כל פאר אונז אידן וואלט מען אסאך בעסער מיטגעהאלטן. אין 2001 האבן רוב מענטשן נאך נישט געהאט אינטערנעט. און טעלעוויזשען זיכער נישט. היינט וואלט יעדער געוועהן צוגענאגעלט צו די טעלעוויזשען אויף די אינטערנעט.

בילדער און ווידיאוס - היינט וואלט געוועהן אסאך מער און קלארערע ווידיאוס פון די טווין טאוערס. פון 9/11 איז נאר דא איין אומקלארע ווידיאו פון די עראפלאן וואס גייט אריין אין די ערשטע בילדונג. היינט וואלט געוועהן טויזנטער קלארע ווידיאוס ווייל יעדער האט א טאפ קוואליטי קעמרע אין טאש.

וואס נאך וואלט געוועהן אנדערש??

Re: אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:37 am
דורך טשילער
די פרעזידענט וואלט געפייערט יעדע אינטעלעדשענס הויפט אין די גאווערמענט.
אזא חוצפה נישט צו וויסן אז ס'קומט אזא מכת בכורות!

Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:20 am
דורך משולם שטיינפעלד
עס וואלט געווען לייוו פיד פון די אומגליקליכע פארכאפטע אין די העכערע שטאקן

Re: אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 11:25 am
דורך טשילער
וואס יא. קודם כל וואס טוהט זיך מיט פערעשוטס. יעדע אפיס דארף האבן איינס.
און בכלל, איז עס למעשה א "נאו פלייט זאון" אדער קען חלילה דראונס אדער אנדערע כלי משחית זיך דרייען לעבן די טורעם פון פרייהייט פון די פאראייניקטע שטאטן און חוזר זיין על פשעו עוד פעם?


Sent from my SM-G950U1 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:33 pm
דורך חיים יואל
אויב 9/11 וואלט געשעהן היינט? די אינטערנעט וואלט געקראכט וועגן צופיהל activity, live feed, news וכו'