בלאט 1 פון 7
תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:37 am
דורך [NAMELESS]
אין דעם איצטיגן וועקער (תשרי תש"פ) ערשיינט דער ארטיקל ארום דעם מנהג פון תגלחת נשים. ביי פילע חסידישע קהילות איז דער מנהג אז די טאג נאך די חתונה שערן זיך די כלות אפ די האר פון קאפ, און פון דאן און ווייטער לאזט מען נישט וואקסן די האר. און כאטש דאס איז אנגענומען אלץ א חיוב גמור איז די היסטאריע און שורש פונעם מנהג גאר פארנעפלט און מיסטעריעז. ווען האט זיך עס אנגעהויבן? און פארוואס און וויאזוי איז דאס געווארן א חיוב גמור? דער ארטיקל פרובירט צו ענטפערן די פראגן און וויקלט אויף די היסטאריע אנגעהויבן פון ימי חז"ל -וואס טרעפט מען אין ספרי חז"ל וועגן די האר פון פרויען און וואס האבן זיי געהאלטן וועגן שערן די האר- און גייט דורך די תקופות הראשונים; רבותינו הפוסקים און די אחרונים, ביז די לעצטע דורות אין אייראפע פארן קריג און וואס עס טוט זיך ביי אונז היינט. אויך ווערט באהאנדלט די הלכה'דיגע אספעקטן פונעם מנהג, צו מען דארף זיך שערן אדער עס איז גאר אסור פאר א פרוי זיך צו שערן.
די שמועס ארום דעם מנהג האט זיך אנגעהויבן אין אן
אשכול דא אויף קאווע שטיבל ווי די חברי השטיבל האבן צוזאמען דורכגעשמועסט דעם מנהג און ארויפגברענגט און דורכגעאקערט פארשידענע טעמים און צדדים אין דעם מנהג. דערנאך איז אריינגעלייגט געווארן א לענגערע צייט פון ארבעט פון אויסארבעטן און נאכגיין די חומר צוזאמען מיט תלמידי חכמים און חוקרים, זיכער צו מאכן אז אלץ שטימט לאמיתה של דבר און אז מען האט גארנישט אויסגעלאזט. עס קומט זיך טאקע א דאנק פאר די אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן פארן ארטיקל.
איך האף אז די לייענער וועלן הנאה האבן פון די ארבעט, און עס וועט העלפן אויסקלארן די נעפל ארום דעם מנהג און געבן א האנט וויאזוי צו טראכטן וועגן דעם מנהג און וואס עס מיינט פאר יעדעם פערזענליך.
די דאזיגע אשכול איז מיוחד פאר די לייענער איבערצולאזן הערות, הוספות און קריטיק.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:43 am
דורך איש חזון
איך האף אז עס ווערט געברענגט דברי רבן של ישראל החזו"א: "עס עקלט" (זיך צו שערן)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 10:52 am
דורך [NAMELESS]
איש חזון האט געשריבן:איך האף אז עס ווערט געברענגט דברי רבן של ישראל החזו"א: "עס עקלט" (זיך צו שערן)
יא עס ווערט געברענגט, צוזאמען מיט נאך וואס א תלמיד שרײבט בשמו אויף דעם.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:03 am
דורך כוכב
גראדעלע דו האסט געסקאורט איינס און א גוטס, דיין האראוואניע שיקט שאק כוואליעס איבער'ן גאנצן יהדות החרדית.
אשריך ואשרי חלקך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:13 am
דורך הוגה
קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס צו שרייבן אויף דער נושא, וואס איז געווארן ווי א 'יהרג ואל יעבור' אין אונזערע געמיינדע. פאר א שטיק צייט צוריק האט דער גרויסע חוקר, שמעון שטיינמעטץ, בעל הבלאג 'אן די מעין ליין' ומכותבי ה'וועקער, געגעבן א שיעור מקיף אויף דער נושא. ער האט ביי יענע שיעור אראפ געברענגט א סאך אומבאקאנטע חומר אויף דער נושא, אינקלאדינג אויסצוגן פון אלטע אייראפעאישע צייטונגען און ביכער פון יענע צייטן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:30 am
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס צו שרייבן אויף דער נושא, וואס איז געווארן ווי א 'יהרג ואל יעבור' אין אונזערע געמיינדע. פאר א שטיק צייט צוריק האט דער גרויסע חוקר, שמעון שטיינמעטץ, בעל הבלאג 'אן די מעין ליין' ומכותבי ה'וועקער, געגעבן א שיעור מקיף אויף דער נושא. ער האט ביי יענע שיעור אראפ געברענגט א זאך אומבאקאנטע חומר אויף דער נושא, אינקלאדינג אויסצוגן פון אלטע אייראפעאישע צייטונגען און ביכער פון יענע צייטן.
וואו קען מען הערן דעם שיעור?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 12:31 pm
דורך איש חזון
הוגה האט געשריבן:קודם כל, קודאס פארן האבן די באליס
על הצד אז לאזן וואקסן די האר איז נישט קיין נבלה, קומט הנ"ל נישט אריין דא אין דעם אשכול
![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:35 pm
דורך הוגה
ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם שיעור?
איך האב אראנדזשירט און אויך רעקארדירט יענע שיעור. איך האב אלץ געהאט א פלאן צו (העלפן) מאכן דערפון אן ארטיקל פאר ק"ש אדער פארן וועקער אבער דערווייל לא אסתייעא מילתא. עמיר אהיים גיין און ליינען דעם רבין רבי מעכעלע'ס ארטיקל. הו קנאוס? אפשר האט ער שוין אינקלודעד זאכן פון יענע שיעור.
.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:38 pm
דורך כוכב
פארוואס שטעלסטו עס נישט ארויף דא?
(אויב איז עס צו גרויס קען מען נוצן דרייוו אדער טעלעגראם וכו')
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:42 pm
דורך הוגה
כוכב האט געשריבן:פארוואס שטעלסטו עס נישט ארויף דא?
(אויב איז עס צו גרויס קען מען נוצן דרייוו אדער טעלעגראם וכו')
עס איז נישט פולקאם ראוי ארויסצוגיין אין פאבליק דערווייל. ס'דארף א משהו עדיטינג און דערנאך עפראוועל דורך שמעון. איך וואלט עס סייווי נישט ארויסגעגעבן יעצט בשעת די פרישע וועקער איז ניי. תעלא בעידניה וכו'.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:45 pm
דורך כוכב
אפשר גיסטו עס פאר גראדעמעכעלע באופן פנימי און ער מיט זיין שטאב וואס האט געארבעט אויף דעם פראיעקט זאלן עס איבערגיין און דערנאך איבערגעבן די עיקרי דברים שנתחדשו.
דאס איז א מלחמת מצוה מיין פריינט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 5:48 pm
דורך הוגה
כוכב האט געשריבן:אפשר גיסטו עס פאר גראדעמעכעלע באופן פנימי און ער מיט זיין שטאב וואס האט געארבעט אויף דעם פראיעקט זאלן עס איבערגיין און דערנאך איבערגעבן די עיקרי דברים שנתחדשו.
דאס איז א מלחמת מצוה מיין פריינט.
דאס בין איך גערן גרייט צו טון, אויב ער האט עס נאכנישט געטון.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 6:45 pm
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:וואו קען מען הערן דעם שיעור?
איך האב אראנדזשירט און אויך רעקארדירט יענע שיעור. איך האב אלץ געהאט א פלאן צו (העלפן) מאכן דערפון אן ארטיקל פאר ק"ש אדער פארן וועקער אבער דערווייל לא אסתייעא מילתא. עמיר אהיים גיין און ליינען דעם רבין רבי מעכעלע'ס ארטיקל. הו קנאוס? אפשר האט ער שוין אינקלודעד זאכן פון יענע שיעור.
.
ר' שמעונ'ס שיעור האט מיר אסאך צוגעגעבן אויסצוקלארן די סוגיא. זיין בלאג ווערט דערמאנט בהמשך הארטיקל.
עס קומט זיך טאקע א דאנק פאר [tag]הוגה[/tag] פארן מסדר זיין און רעקאדירן דעם שיעור.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 11:32 am
דורך chosen people
[justify]קודם א יישר כח פאר נעמען אייער צייט און אייער טאלאנט צו זיך אפּגעבן פאר אזא וויכטיגע נושא - אסאך שלום בית טוהט עס למעשה אריינרייבן, און אפילו פארווען וואס גייט נישט אזוי ווייט, למעשה בארויבט מען די מאן פון אזאך וואס לפי די תורה וואלט ער געקענט געניסן דערפון. אדער אסאך מאל פארקערט די ווייב פיהלט אז מען האט איהר באצווינגן אז זי זאל זיך אראפנעמען א חלק פון איהר דמות און מען האט איהר בארויבט, וואס האט גארנישט קיין מקור אין הלכה.
איך האב געהאט אין פלאן אוועקצולייגן די וועקער פאר חודש תשרי, אבער למעשה האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב זיך יעצט געזעצט און אנגעפאנגען צו לייענען די ארטיקל.
אזוי ווי איך שטעל זיך פאהר אז די ארטיקל וועט מסתמא ווערן איבערגעדריקט, עס וועט מסתמא זיין הערות פון די ליינער, וויל איך צולייגן צוויי קלייניגקייטן וואס איך האב באמערקט גלייך ביים אנפאנג, און אפשר פאר די צוויטע מהדורא קען מען עס פארעכטן אויב די הערות זענען גערעכט.
די ערשטע עס פאנגט זיך אָן מיט די מדרש שוחר טוב, די זעלבע זאך שטייט אין גמרא ברכות דף ס''א ע''א,
אלא למ"ד פרצוף מאי ויבן לכדר"ש בן מנסיא דדרש ר"ש בן מנסיא מאי דכתיב ויבן ה' את הצלע מלמד שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון.
נאך אן הערה מען ברענגט די גמרא מסכת נזיר דף כ''ח, איך מיין אז עס איז אביסל גרייזיג. דאס איז די לשון פון די משנה,
אבל בתגלחת הטומאה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מנוולת רבי (מאיר) אומר אף בתגלחת הטהרה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מגלחת:
און אנדערע ווערטער עס איז א מחלוקות ת''ק מיט ר''מ ווען די מאן קען צושטערן די נזירות פון די פרוי לויט ת''ק נאר אויב זי האלט נאך אינמיטן ציילן ווייל דעמאלט קען די מאן טענה'ן אז אי אפשר באשה מנוולת דאס הייסט איך וויל נישט א פרוי וואס איז זיך מצער און טרינקט נישט קיין וויין אדער אז זי איז נישט סאשעל און זי גייט זיך נישט באטייליגן אין קיין לוויות (יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס
![ווינקט :wink:](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
). און ר''מ קריגט זיך אין זאגט אפילו זי האלט שוין נאכ'ן ציילן אין זי האלט יעצט שוין ביי די דרייסיגסטער טאג און אפאר מינוט קען זי שוין געהעריג טרינקען, האט די מאן א רעכט צושטערן ווייל אי אפשר באשה תגלחת. אז מען רעדט שוין וועל איך שוין נאכברענגן די גמרא וואס איז די סברא פון ת''ק,
ות"ק אמר לך אפשר בפאה נכרית ור"מ סבר בפאה נכרית איידי דזוהמא לא ניחא ליה:
תוס' איז מפרש
איידי דזוהמא. בהם זוהמא ואינו מגופה מגני לבעל ולא ניחא ליה:
אדער די רא''ש
ור' [מאיר] סבר דמזוהם בעיני הבעל שתתן אשתו על ראשה שערה אשה נכרית:
קימט אויס אז פאר אינזער ארטיקל דארף מען אראפברענגן שיטת ר''מ אז אי אפשר באשה תגלחת.
נאכאמאל א ריזיגן יישר כח פאר די ארטיקל, און יעצט גייט מען צוריק ליינען/לערנען די ארטיקל..[/justify]
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:15 pm
דורך [NAMELESS]
chosen people האט געשריבן:[justify]קודם א יישר כח פאר נעמען אייער צייט און אייער טאלאנט צו זיך אפּגעבן פאר אזא וויכטיגע נושא - אסאך שלום בית טוהט עס למעשה אריינרייבן, און אפילו פארווען וואס גייט נישט אזוי ווייט, למעשה בארויבט מען די מאן פון אזאך וואס לפי די תורה וואלט ער געקענט געניסן דערפון. אדער אסאך מאל פארקערט די ווייב פיהלט אז מען האט איהר באצווינגן אז זי זאל זיך אראפנעמען א חלק פון איהר דמות און מען האט איהר בארויבט, וואס האט גארנישט קיין מקור אין הלכה.
איך האב געהאט אין פלאן אוועקצולייגן די וועקער פאר חודש תשרי, אבער למעשה האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטן און איך האב זיך יעצט געזעצט און אנגעפאנגען צו לייענען די ארטיקל.
אזוי ווי איך שטעל זיך פאהר אז די ארטיקל וועט מסתמא ווערן איבערגעדריקט, עס וועט מסתמא זיין הערות פון די ליינער, וויל איך צולייגן צוויי קלייניגקייטן וואס איך האב באמערקט גלייך ביים אנפאנג, און אפשר פאר די צוויטע מהדורא קען מען עס פארעכטן אויב די הערות זענען גערעכט.
די ערשטע עס פאנגט זיך אָן מיט די מדרש שוחר טוב, די זעלבע זאך שטייט אין גמרא ברכות דף ס''א ע''א,
אלא למ"ד פרצוף מאי ויבן לכדר"ש בן מנסיא דדרש ר"ש בן מנסיא מאי דכתיב ויבן ה' את הצלע מלמד שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון.
[/justify]
ישר כח פאר די הערות, עס איז דערפרייענד צו זעהן אז מען ליינט דורך דעם ארטיקל גרינטלעך.
עס איז ריכטיג אז די מאמר חז"ל ווערט דערמאנט אין מסכת ברכות אויך. אבער אין מדרש שוחר טוב שטייט קלארער אז דאס וואס דער באשעפער האט געפלאכטן די האר איז געווען צו באשיינען חוה, א קישוט פאר איר.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 2:30 pm
דורך [NAMELESS]
chosen people האט געשריבן:[justify]נאך אן הערה מען ברענגט די גמרא מסכת נזיר דף כ''ח, איך מיין אז עס איז אביסל גרייזיג. דאס איז די לשון פון די משנה,
אבל בתגלחת הטומאה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מנוולת רבי (מאיר) אומר אף בתגלחת הטהרה יפר שהוא יכול לומר אי אפשי באשה מגלחת:
און אנדערע ווערטער עס איז א מחלוקות ת''ק מיט ר''מ ווען די מאן קען צושטערן די נזירות פון די פרוי לויט ת''ק נאר אויב זי האלט נאך אינמיטן ציילן ווייל דעמאלט קען די מאן טענה'ן אז אי אפשר באשה מנוולת דאס הייסט איך וויל נישט א פרוי וואס איז זיך מצער און טרינקט נישט קיין וויין אדער אז זי איז נישט סאשעל און זי גייט זיך נישט באטייליגן אין קיין לוויות (יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס
![ווינקט :wink:](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
). און ר''מ קריגט זיך אין זאגט אפילו זי האלט שוין נאכ'ן ציילן אין זי האלט יעצט שוין ביי די דרייסיגסטער טאג און אפאר מינוט קען זי שוין געהעריג טרינקען, האט די מאן א רעכט צושטערן ווייל אי אפשר באשה תגלחת. אז מען רעדט שוין וועל איך שוין נאכברענגן די גמרא וואס איז די סברא פון ת''ק,
ות"ק אמר לך אפשר בפאה נכרית ור"מ סבר בפאה נכרית איידי דזוהמא לא ניחא ליה:
תוס' איז מפרש
איידי דזוהמא. בהם זוהמא ואינו מגופה מגני לבעל ולא ניחא ליה:
אדער די רא''ש
ור' [מאיר] סבר דמזוהם בעיני הבעל שתתן אשתו על ראשה שערה אשה נכרית:
קימט אויס אז פאר אינזער ארטיקל דארף מען אראפברענגן שיטת ר''מ אז אי אפשר באשה תגלחת.
נאכאמאל א ריזיגן יישר כח פאר די ארטיקל, און יעצט גייט מען צוריק ליינען/לערנען די ארטיקל..[/justify]
כאטש ר' מאיר נוצט די לשון "אי אפשי באשה מגולחת" איז מבואר אין די ראשונים אז די טעם פון ר' מאיר איז ווייל דער מאן קען זאגן אי אפשי באשה מנוולת.
איך וויל דא צוברענגן עפעס וואס איך בין נישט אנגעקומען אויסצושמועסן אינעם ארטיקל. הגאון ר' משה פיינשטיין זצ"ל שרייבט אז כאטש די רבנן דינגען זיך אויף ר' מאיר אין מסכת נזיר, איז דאס נישט ווייל זיי האלטן אז אפגאלן די קאפ פון א פרוי איז נישט קיין ניוול. נאר בעצם האלטן זיי אויך אז עס איז א ניוול, ווי מען זעהט ביי אשת יפת תואר, און א שייטל העלפט נישט אוועקצונעמען די ניוול (מען טרעפט נישט אז א יפת תואר זאל נישט מעגן אנטון א שייטל) נאר דוקא א נזירה וואס גייט זיך שערן נאר איינמאל און עס איז לצורך מצוה, דארט האלטן זיי אז דער מאן קען נישט מעכב זיין. אבער זיך צו גאלן פאר א לענגערע צייט, צו גאר פאר א גאנצן לעבן, איז זיכער אז דער מאן קען מעכב זיין.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 3:51 pm
דורך chosen people
גראדעמעכעלע האט געשריבן:עס איז ריכטיג אז די מאמר חז"ל ווערט דערמאנט אין מסכת ברכות אויך. אבער אין מדרש שוחר טוב שטייט קלארער אז דאס וואס דער באשעפער האט געפלאכטן די האר איז געווען צו באשיינען חוה, א קישוט פאר איר.
ביסט גערעכט אז דארט אין מדרש שרייבט קלאר ארויס די ווארט קישוט אבער דשאסט פאר די סעיק אויף די ארגומענט אין די גמרא ברכות שטייט אויכעט דאס. הקב''ה האט עס געמאכט צו באשיינען חוה פאר איהר מאן אדם הראשון. די גמרא פיהרט אויס שקלעה הקב"ה לחוה והביאה לאדם הראשון איז די גמרא נאכדעם מסביר וואס מיינט מען דעם מיט והביאה לאדם
ויביאה אל האדם א"ר ירמיה בן אלעזר מלמד שנעשה הקב"ה שושבין לאדם הראשון מכאן למדה תורה דרך ארץ שיחזור גדול עם קטן בשושבינות ואל ירע לו
רש''י אין עירובין דף י''ח ע''ב ווי די זעלבע גמרא ווערט אראפ געברענגט
שושבינות. שנשתדל בחיתונו לשמחו ולהתעסק בצרכי סעודת חופה:
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 4:41 pm
דורך רימון
פארלערנענדיג דעם אריינפיר פון דעם ארטיקל נעכטן נאכט פאר מיין פרוי, האב איך איר געזאגט, מיין האניג, איך וויל נישט דו זאלסטעך לאזן וואקסן די האר ווייל כ'האב נישט קיין כח פאר די קאנפראנטאציע און ס'איז מיר נישט ווערד.
כ'וויל אבער זאלסט וויסן אז ס'איז בעלושעס בלע"ז און זאלסט אלס געדענקען אז אויטאריטעט קען פארקויפן בעלושעס און נוצן די שטערקסטע וואפן אין זאפאס דאס צו אינפארסירן ביז עוברת על דת אליין.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:43 pm
דורך בת קול
א דאנק פארן באשרייבן דעם ארטיקל אין אזא גרינגע יודיש, אז יעדע פרוי זאל קענען פארשטיין.
עס קיצלט מיר אפצושיקן קאפיעס צו אפאר פריינדינעס. (אנאנים אוודאי...)
קודאס פאר אן אויסנאמע ארבייט.
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:46 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.
לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:51 pm
דורך גדליה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.
לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דער שלאנג
Re: תגלחת נשים - די היסטאריע, הלכה, און באדייט (וועקער #16)
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 9:59 pm
דורך מי אני
chosen people האט געשריבן: (יא די משנה ריפט אָן א מנוולת א פרוי וואס טרינקט נישט קיין וויין - גיי זיי עס מסביר פאר די היינטיגע פרויען, די מענער טרינקען אָן די ווייבער וואסארע טעם האט עס
![ווינקט :wink:](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
).
אזוי ווי די אייזערנע ארטיקל ערווענט, איז אויף אלס דא די ״פרומע ווינט״ וואס זוכט מחמיר און חושש צו זיין. איז קען זיין אז די היינטיגע דור איז חושש אויף דעם און האבן מורא אז די ווייבער וועלן שוין ווערן נאכגעשלעפט און טרינקן שלא בפני בעליהן, וואס דעמאלטס איז מער ווי איין כוס שוין ניוול לה (עכ״פ בשאינה רגילה) וכדאיתא בכתובות סה. ע״ש.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 19, 2019 10:42 pm
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ייש"כ פאר׳ן ארטיקל, איך האב עס נאר אנגעהויבען, ביזדערווייל.
לכאורה איז חוה נישט קיין ראיה, ווייל ווער אין דער וועלט מעג נישט זען איהר האר? פון וועמען דארף זי עס באהאלטען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דער מאמר חז''ל וועגן חוה ווערט געברענגט צו ווייזן אז חז''ל האבן באטראכט די האר ווי עפעס וואס גיבט צו צו די שיינקייט פון א פרוי, נישט עפעס וואס מען דארף אראפנעמען ַ