בלאט 1 פון 1

די אידישע שבת-קיך (וועקער 16)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 2:42 pm
דורך לבי ובשרי
אן עונג און קורת רוח איז מיר געווען צו ליינען דעם רייכן ארומנעמנדער ארטיקל "די אידישע שבת-קיך" דער מקור און אפשטאם פון מאכלי שבת, פון יהושע כהנא.

כדרכו האט ער געמאכט א שיינעם אינהאלטסרייכן מייסטער ווערק, אבער, איין הערה האב איך אויפן עצם טעזע פונעם ארטיקל, וואס ווארפט א טשיקל קעקעץ אינעם ארטיקל זעלבסט.

דער שרייבער הרב כהנא שרייבט מיט דעם ארטיקל מיט א הנחה, און ווי ערווענט דא מער פום עטליכע מאל אינעם ארטיקל, אז "אלס אידישער קאך איז צום זיך פארשטעלן אז אלע אידישע מאכלי שבת זאלן ציען א מסורה-קייט ביז די צייטן פון די נביאים פון וועמען מיר דערוויסן זיך פון דעם עונג שבת געבאט".

ווי נאר דער שרייבער לייגט אראפ דעם יסוד, ווארשיינליך מדעתא דעצמי' אז "עס איז זיך צום פארשטעלן אז די מאכלי שבת זאלן ציען א מסורה קייט ביז די צייטן פון נביאים", הייבט ער אן זיך צו פארטיפן און כמעט יעדן מאכל באזונדער, און מיט א זיגרייכן טאן פירט ער אויס אין יעדע עטליכע פאראגראפן ווי: איין זאך איז אבער קלאראן ספק, אז דער אזוי אידישליכער מאכל האבן די נביאים זיכער נישט געגעסן". אט די עטליכע ווערטער ווערן אסאך מאל אויסגעפירט און מיט דעם בויעט דער שרייבער זין ארטיקל און ראיות אז אלע עסנס וואס מיר עסן האבן די נביאים נישט געגעסן. פיין.

אבער טאטע אין הימל, ווער זאגט בכלל אז די עסן וואס מיר עסן דארף זיין מאכלים וואס איז געגעסן געווארן דורך די נביאים אדער טרעפן שטיין דערוועגן אין זייערע צייטן? ווער זאגט דאס און וואו שטייט דאס?

און נאכמער, פארוואס זיך אפשטעלן ביי די נביאים, מעגליך זאל מען גיין עטליכע שטאפלען ווייטער ביז אדם הראשון?

דער שרייבער לייגט אראפ א יסוד מדעת עצמו, אן קיין איין איינציגער מקור אדער זכר לדבריו, און פון דארט פארט דער ארטיקל לויט'ן אייגענעם יסוד און אייגענע החלטות און מסקנות ווערן אויסגעפירט.

דאס אז אן אומאויסגעהאלטענער שריט לדעתי, סיי מצד הרוחניות שבו (וואס דאס אגב איז נישט וואס עגבערט יעצט בעיקר), און סיי אלס דער טעכנישער טייל.

און אז דער מאכל צימעס אדער לעבער שטאמט פונעם חוזה אדער סטרעליסקער מיינט דאס אז וואס?

כ'הייב נישט אן כאפן דעם קאנצעפט און יסוד פון ארטיקל.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לבי ובשרי האט געשריבן:און אז דער מאכל צימעס אדער לעבער שטאמט פונעם חוזה אדער סטרעליסקער מיינט דאס אז וואס?

ס'מיינט אז מ'זאל נישט פארקויפן קיין ליגן פאר די קינדער.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:19 pm
דורך לבי ובשרי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
לבי ובשרי האט געשריבן:און אז דער מאכל צימעס אדער לעבער שטאמט פונעם חוזה אדער סטרעליסקער מיינט דאס אז וואס?

ס'מיינט אז מ'זאל נישט פארקויפן קיין ליגן פאר די קינדער.

ווער פארקויפט ליגנט? און ווער זאגט אז די מאכלי שבת שטאמען מימות הנביאים?
אדרבה, לאמיר הערן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:22 pm
דורך רביה''ק זי''ע
זעהט אויס אז ס'דא וואס זאגן אזעלכע סארט זאכן.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:25 pm
דורך לבי ובשרי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:זעהט אויס אז ס'דא וואס זאגן אזעלכע סארט זאכן.

אהא, און אויף א זעט אויס באזירט מען אן ארטיקל. גאנץ גוט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לבי ובשרי האט געשריבן:אהא, און אויף א זעט אויס באזירט מען אן ארטיקל. גאנץ גוט.

סתם ולא פירש, ותישבי יפרש.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:43 pm
דורך לבי ובשרי

    דאס איז קלאר און באקאנט. און דאס איז דאך א ראי' לדבריי אז די מאכלי שבת האבן טאקע מקורות, אבער טאקע נישט מימות נביאים.

    און כ'וויל נאכאלס פארשטיין פון וואו עס קומט דער הנחה אז אונזערע מאכלי שבת מוזן האבן א מקור מימי נביאים. (ווי דער שרייבער פונעם ארטיקל שרייבט פאר א הכרח)

    נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:47 pm
    דורך לבי ובשרי
    רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
    לבי ובשרי האט געשריבן:אהא, און אויף א זעט אויס באזירט מען אן ארטיקל. גאנץ גוט.

    סתם ולא פירש, ותישבי יפרש.

    זייער קלאר שרייב איך. אויב איז טאקע אמת ווי דו זאגסט אז ס'איז דא וואס זאגן אזוי אדער ענליך, דעמאלט זאל דער שרייבער מקדים זיין אז מען טרעפט אדער אז עס ווערט דערמאנט ערגעצוואו אז אונזערע מאכלי שבת דארפן האבן שוין א דערמאנונג מימות הנביאים.

    אנדערש איז נישט מעגליך צו שרייבן אן ארטיקל און אראפרייסן די מאכלים און אויספירן יעדן צווייטן פאראגראף מיט די ווערטער: דערפאר איז זיכער אז מימות הנביאים איז נאכנישט געווען אזא מאכל וכו'.

    אין קורצן. דער ארטיקל האט נישט קיין יסוד, און דער כמו אריינפיר איז אויף גארנישט באזירט.

    און דערפאר נפל כל הארטיקל בבירא עמיקתא.

    נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 3:55 pm
    דורך רביה''ק זי''ע
    דו האלטסט טאקע אז די נביאים האבן נישט מקיים געווען הלכות למשה מסיני?!

    נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:20 pm
    דורך לבי ובשרי
    רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דו האלטסט טאקע אז די נביאים האבן נישט מקיים געווען הלכות למשה מסיני?!

    ניין, כ'האלט נישט אזוי. זיכער האבן זיי אלעס מקיים געווען.

    און אז זיי האבן אלעס מקיים געווען מיינט וואס? אין די תורה שטייט דען צי מ'זאל עסן פערפל אדער צימעס?

    אלא מאי, איז דער מקור פון מערהייט פון די מאכלים שפעטערע, און עס האט מיט די נביאים א קנאפע שייכות, והכל על מקומו בשלום

    Re: די אידישע שבת-קיך (וועקער 16)

    נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 4:48 pm
    דורך ליטוואק פון בודאפעסט
    איך האב גראדע אויך געטראכט אזויווי דער פותח האשכול, אז עס איז א מהלך פון reductio ad absurdum און עס האט קיינער נישט געזאגט אז אין בבל האט מען געגעסען די מאכלים, מה גם נישט די נביאים הראשונים.

    און נאך מער, אז ער דרשנ׳ט נאכאנאנד השמטות. נביא איז נישט קיין נייטרא רעסיפי בוך, אלזא עס איז נישט געווידמעט אונז אויסצולערנען וואס זיי האבען געגעסן. מיר ווייסען נישט וואס זיי האבען געגעסן, פינטל.

    טאמער איינער וויל עסן מיעט באלס און ספאגעטטי היינטיגע צייטן, וויל דער כותב המאמר אונז זאגען אז דאס איז נישט אנדערש ווי די פערפל וואס די רביס עסן.

    נו נו. עס דיין ספאגעטטי געזונטעהייט, לאורך ימים ושנים.

    Sent from my LG-K373 using Tapatalk

    נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:16 pm
    דורך גדליה
    איך האב מיך אויך אביסעל געווינדערט אויף די מהלך פון די ארטיקל.
    למעשה האב איך געטראכט אז די שרייבער ניצט די נביאים חלק אלץ אזא מין ליטמוס טעסט, לאמיר זעהן ווי אלט די מאכלים קענען זיין.
    און די אינטערסאנטע זאך איז אז א פאר געציילטע מאכלים האבען יא א אפשטאם פון זייער פרי.
    עכ"פ, ס'געט א שטיקעל שאקעל צו טראכטען אז די הייליגע נביאים האבען מקבל שבת געווען און געדאווענט צום באשעפער און נאכדעם זיך געזעצט עסען אביסעל פיטא מיט גרינצייג און א גרויס שטיק געגרילטע בקר. כ'מיין יעדע היינטיגע רב וואלט מוחה געווען אויף אזא פראסטקייט.

    נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 27, 2019 5:22 pm
    דורך לבי ובשרי
    אה, ענדליך הייבט איינער אן פארשטיין וואס עס עגבערט מיר

    נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 28, 2019 9:44 pm
    דורך [NAMELESS]

    דווקא לאקשן קוגל איז דער שרייבער מסכים אז עס שטאמט מעגליך מסיני! שלעכטע אנפאנג...

    נשלח: זונטאג אקטאבער 06, 2019 10:26 pm
    דורך לבי ובשרי
    ישתבח שמו של הרב כהנא!