בלאט 1 פון 1

אייוועלט שטעלט צאם טויזנטער ערב ראש השנה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:29 pm
דורך גדליה
די וועבזייטל פארום אידישע וועלט, המכונה אייוועלט, ווערט אפט קריטיקירט דא אויף פארשידענע זאכן.
יעצט וועלן מיר ארויסברענגען א הערליכע געשעעניש אויף אייוועלט, ואקצר מפני קדושת היום הממשמש ובא.
א יוד האט זיך אויסגעגאסן א שווער הארץ אויף אייוועלט, שרייבנדיג ווי ער איז אריינגעפאלן אין שווערע חובות וואס לאזן אים נישט מנוחה.
די חברי אייוועלט האבן זיך צאמגענומען און געעפענט א גא פאנד מי. יעצט ערב ראש השנה אין די פארנומענע צייט.
סאיז שוין אריין געקומען איבער זעקס טויזענט דאלער! מיר דארפן זיך אלע לערנען פין אידן וואס ציפן אראפ פון זייער פרנסה פאר א צווייטן מענטש.
מי כעמך ישראל!
גלייכצייטיג דארפן מיר זיין דאנקבאר פאר די פארגעשריטענע טעכנאלגיע וואס ערמעגליכט צו שאפען אזוי פיל געלט פין יודן רחמנים בני רחמנים, ממש פון איין מינוט אויפן צווייטן.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... ccae216f6a

די קאסע,ווער סוויל זיך משתתף זיין.

https://www.gofundme.com/f/helpayidnow

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 29, 2019 4:35 pm
דורך קאצקע ציקער
Filter block

נשלח: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
איבער זיבן טויזענט דאלער אין ווייניגער ווי זעקס שעה.

א הארץ שפירט א הארץ, דער באדערפטיגער האט גוט געשריבן און ער קען יעצט גיין צום יו"ט מיט קרוב צו א צענערל מער אין טאש.

איך האף אז דאס איז נישט די נעקסטע מעטשינג איידיע...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 5:47 pm
דורך חיים יואל
wow, נישט צום גלייבען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 02, 2019 9:12 pm
דורך אישתישבי
שוין, א שאד איך בין נישט אויף אייוועלט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 4:03 am
דורך נולד מאוחר
סאיז ממש א קידוש השם והאדם. סאיז באמת א מוראדיג זאך!
סאיז אינטערסאנט ווי א חלק פון דו נדבנים שרייבן אז האבן געגעבן און זייער גיפיעל איז אזא מי כעמך, עם הנבחר געפיל. דו דרייוו צי העלפן איז איך וויל העלפן א מענטש, אבער אויך וויל איך באשטעטיגן אז איך באלאנג צי דו ריכטיגע גרופ וואס העלפט זוך ארויס.