בלאט 1 פון 1

הבה נגילה ביי די אלימפיקס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 3:53 pm
דורך ידען
ווי די וואל סטריט זשורנעל שרייבט איז די באוויסטע ניגון הבה נגילה איינע פון די מערסטע באקאנטע טענער אין די וועלט.

ביי די אלימפיקס האט מען עס אויך געשפילט און מיטגעטאנצען

מען קען זעהן דא פרויען און אויך אויסגעלאסען אביסעל.

היטן די אויגן!

http://live.wsj.com/video/hava-nagila-a ... 2FB04078C3

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 10:31 am
דורך בן תמליון
ער זאגט דא אז דער טאן איז אן אלטער חסידישער לידל? ווייסט איינער פון וועלכען חסידות דאס הבה נגילה שטאמט?

from wiki

נשלח: פרייטאג אוגוסט 03, 2012 10:39 am
דורך זר זהב
The melody was taken from a Ukrainian folk dance-song from Bukovina (a variant of Hora).[1] It uses the Phrygian dominant scale, common in music of Romania and Western Ukraine. The commonly used text was probably composed by Abraham Zevi (Zvi) Idelsohn[2][3] in 1918 to celebrate the British victory in Palestine during World War I as well as the Balfour Declaration.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 5:35 am
דורך צודעזאך
באקאנט איז און די 'חסידיש'ע וועלט אז דעם ניגון איז גאר במקור פון די הייליגע הקפה ניגונים בחצה''ק בעלזא וואס מקורם טהור פון הרה''ק ר' ר' בער זי''ע פון מעזריטש (אדער ראדושיץ), און בעלזא פלעגט מען דאסצו זינגען ביי די זיבעטע הקפה ביז די ציונים האבן אדאפטירט דעם ניגון פאר זייערע צוועקן, מאנכע זאגן אבער אז עס איז א טעות און די זיבעטע הקפה ניגון איז גאר געווען אן אנדערע ניגון.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 12:26 am
דורך אינטערסאנטער
ידען האט געשריבן:ווי די וואל סטריט זשורנעל שרייבט איז די באוויסטע ניגון הבה נגילה איינע פון די מערסטע באקאנטע טענער אין די וועלט.

ביי די אלימפיקס האט מען עס אויך געשפילט און מיטגעטאנצען

מען קען זעהן דא פרויען און אויך אויסגעלאסען אביסעל.

היטן די אויגן!

http://live.wsj.com/video/hava-nagila-a ... 2FB04078C3


wow מען דארף זיך היטן די אויגן? וויאזוי קען מען קוקן אויף די אויסגעלאסענע פרויען און זיך היטן די אויגן די זעלבע צייט? איך פרעג פשוט...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 6:29 am
דורך מורינו הרב
דוכט זיך אז דער ניגון זינגט מען נאך ביז היינט אין סקווירא הויף.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 3:11 am
דורך [NAMELESS]
שוין געשריבן אמאל דערוועגן, עיין דארט

ס'וואלט מסתמא כדאי געווען אריבער צופירן יענע גאנצער אשכול אט אהער דא ופה תהא מנוחתו כבוד

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 08, 2012 4:06 am
דורך טעפל
צודעזאך האט געשריבן:באקאנט איז און די 'חסידיש'ע וועלט אז דעם ניגון איז גאר במקור פון די הייליגע הקפה ניגונים בחצה''ק בעלזא וואס מקורם טהור פון הרה''ק ר' ר' בער זי''ע פון מעזריטש (אדער ראדושיץ), און בעלזא פלעגט מען דאסצו זינגען ביי די זיבעטע הקפה ביז די ציונים האבן אדאפטירט דעם ניגון פאר זייערע צוועקן, מאנכע זאגן אבער אז עס איז א טעות און די זיבעטע הקפה ניגון איז גאר געווען אן אנדערע ניגון.

אויך געהערט אזוי, און די טעות נעמט זיך ווייל די צווייטע ניגון איז אין עברית "הבה נרעישה" און מ'זעהט טאקע אויף די באוואסטע מונקאשטע ווידיאו ווי די ציונים זינגען דעם ליד...