בלאט 1 פון 1

דער אטענטאט אויף גדליהו

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 9:29 am
דורך קאך_לעפל
[justify]ירושלים – יהודה איז געפאלן. די מעכטיגע ארמייען פונעם בבלישן קעניג נבוכדנצר דער גרויזאמער - האבן אפגעהאלטן א מעכטיגע זיג איבער די מיליטערישע קרעפטן פון יהודה. דער בבלישער מיליטערישער אויבער-קאמאנדא, אינעם שפיץ פונעם העלדישן פעלד מארשאל נבוזראדן - האבן אקוראשט פארענדיגט זייער לעצטע מיליטערישע אפעראציעס אין יהודה, און די פילע מיליטערישע רעגימענטן האבן זיך שוין געגרייט צו פארלאזן יהודה און צוריק אהיים מארשירן קיין בבל. די אמאליגע פראכטפולע הויפט שטאט ירושלים איז געליגן גענצליך רואינירט. אירע פראכטפולע פאלאצן זענען פארוואנדלט געווארן צו הויפנס אפגעברענטע ברוכווארג, און דער הייליגער בית המקדש וואו דאס באפעלקערונג פון יהודה פרעגט זיך איינזאמלען דריי מאל א יאר זיך צו ביקן צום איינציגן ג-ט, איז גענצליך פארניכטעט געווארן דורך דעם גרויזאמען פיינט.

ספעציעלע איינהייטן אינעם בבלישער מיליטער האבן אנגעפירט מיט מאסיווע מאסן דעפארטירונגען. מאסן איינוואוינער פון יהודה זענען געווען געצווינגען צו פארלאזן דאס לאנד און ארויספליכטן קיין בבל. מיט די הענד געבינדן אויף ארונטער האבן די איינוואוינער פון יהודה געכאפט זייער לעצטער טרויעריגער בליק אויף זייערע הייזער און וויינגערטנער, אין די צייט וואס די בבלישע זעלנער יאגן זיי פון אלע זייטן אז זיי זאלן זאפארט אנצוהייבן מיטן טויט-מארש אראפ קיין בבל. ס'איז געווען גאר א טראגישע סצענע.

די בבלישע אקופירער און געזאנדעטע האבן נישט געוואלט אז דאס לאנד זאל גענצליך אפפוסטעווען און אז דאס אגריקולטורישער-לאנדשאפט זאל גענצליך פארלאזט ווערן – דערפאר האבן זיי איבערלאזט אין יהודה א הייפעלע איינוואוינער ווייטער צו באארבייטן דאס לאנדשאפט אין לאנד. און אלס גובערנאטאר אויף יהודה איז באשטימט געווארן נישט קיין צווייטער ווי גדליהו בן אחיקם.

ווען די מיליטערישע העלדן פון יהודה וועלכע האבן זיך אויסבאהאלטן אין די פעלדער און אין די ארומיגע לענדער אין עמון און מואב, האבן געהערט אז עס פארמירט זיך א שטיקל ווירטשאפט אין יהודה אונטער די אויפזיכט פון גדליהו בן אחיקם, האבן זיי באשלאסן זיך אומצוקערן אהיים קיין יהודה און זיך אנצושליסן אין די רעגירונג פון גדליהו. צווישן זיי זענען געווען די בארימטע מיליטערישע העלדן ישמעאל בן נתניהו און די צוויי ברידער יוחנן און יונתן די קינדער פון קרח. יוחנן איז געווען א געשולטער שפיאן און ער האט באזיצט אינפארמאציע אז דער ישמעאל בן נתניהו איז א געפערליכער באנדיט און ער דינט גאר אלס א געהיים אגענט פאר בעליס דער קעניג פון עמון. נאך מער פון דעם, ער האט אפילו געוואוסט צו זאגן אז דער בן נתניהו איז געשיקט געווארן מיט א געהיימע מיסיע פון די רעגירונג אין עמון דורכצופירן א אטענטאט אויפן באליבטן גובערנאטאר גדליהו. יוחנן האט מיטגעטיילט די געהיימע אינפארמאציע מיט גדליהו, און ער האט אפילו פארגעשלאגן א געהיימער פלאן פטור צו ווערן פון דעם פאררעטער ישמעאל אויף א שטילע פארנעם, אבער גדליהו איז געווען שטארק נאאיוו און ער האט נישט געוואלט אננעמען די אינפארמאציע און ער האט נישט ערלויבט פאר יוחנן אומצוברענגען דעם פאררעטער ישמעאל. די רעזולטאטן זענען געווען פאטאלע...

געווען איז עס ראש השנה. גדליהו האט זיך נארוואס געהאט צוריקגעקערט פון בית מדרש וואו ער האט אפגעראכטן זיין פייערדיגער עבודת היום. גדליהו האט זיך באלד געזעצט צום טיש און אנגעהויבן מיטן יום טוב מאלצייט. צווישן די געסט וואס האבן אנטייל גענומען אין די יום טוב מאלצייט איז געווען דער פאררעטער ישמעאל מיט זיינע לייט. די מאלצייט האט זיך אנגעהויבן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, אבער דאן האט דאס פאסירט... ישמעאל האט זיך איבערגעווינקען מיט זיינע לייט - וועלכע האבן אין א אויגן בליק ארויסגעצויגן זייערע אויסגעשלייפטע שווערדן און זיך א ווארף געטאן אויף גדליהו און זיינע לייט. דאס ארט איז באלד פארוואנדלט געווארן צו א בלוט באד. גדליהו מיט זיינע לייט זענען באלד געליגן טויט אין א קאלוזשע בלוט!

דער ברוטאלער אטענטאט אין סאמע ראש השנה האט אזוי אויפגעטרייסלט דאס אידנטום, אזש מ'האט באשטומט דעם טאג נאך ר''ה אלס תענית ציבור. א תענית וואס איז נאך אין קראפט ביז צום היינטיגן טאג.

וואס עס איז מיר אביסל אומפארשטענדליך, פארוואס ווייל מיט טויזענטער יאר צוריק איז דורכגעפירט געווארן אן אטענטאט אויף א אידישער פירער, זאלן מיר נישט טארן עסן און טרינקען. אין יענע עפאכע זענען פילייכט דורכגעפירט געווארן שווערע טויזענטער אטענטאטן, פארוואס האט בלויז דער דאזיגער אטענטאט אזוי שטארק צוטרייסלט דאס אידנטום, אזש מען פאסט נאך דערויף ביז צום היינטיגן טאג?[/justify]

Re: דער אטענטאט אויף גדליהו.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 11:07 am
דורך דער גאלדענער אדלער
@קאך שיין אראפגעלייגט.
די תירץ צו דיין קשיא איז לכאורה ווייל דעמאלטס ווען ישמעאל האט געהארגעט גדלי' זענען די רעשטלעך אידן וואס זענען געבליבן אין ארץ ישראל אויך אנטלאפן קיין מצרים אזוי ווי מ'זעהט אין ירמי' קאפיטל מ"ג און מ"ד און פאר צוויי און פופציג יאר איז ארץ ישראל געווען ליידיג פון א נפש חי ס'געווען א פולקאמע חורבן. איז זעהט אויס אז ס'איז א חלק פונעם חורבן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 03, 2019 11:19 am
דורך קאך_לעפל
ריכטיג! אויב ס'איז א טייל פונעם גרויסן חורבן וואס האט פאסירט געציילטע מאנאטן איידער דער אטענטאט אויף גדליהו, דאן פארוואס א פרישע תענית? אויפן חורבן איז שוין פארהאן א תענית, תשעה באב.

ווי עס שיינט האט מען באשטומט א תענית אויף יעדן טייל פונעם חורבן באזונדער.

עשרה בטבת: די באלאגערונג אויף ירושלים הייבט זיך אן.
שבעה עשר בתמוז: די מויערען פון ירושלים ווערן געשפאלטן.
תשעה באב: ירושלים פאלט, און דער בית המקדש ווערט פארניכטעט.
צום גדליה: ארץ ישראל ווערט פארוויסט.

מיין פראגע איז, אויב איז דאס אלעס איין גרויסע געשענעניש, פארוואס בזונדערע תעניתים? איין טאג וואלט ווען נישט געווען גענוג? דארף מען דען מאכן א תענית אויף יעדע דעטאל פון די געשיכטע?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 04, 2019 2:37 am
דורך רביה''ק זי''ע
די אמת'ע קשיא איז אז היינטיגע צייטן ווען ארץ ישראל איז באוואוינט מיט אידן ווי קיינמאל בעפאר האט נישט קיין שום פשט צו פאסטן, וזהו קשיא שאין עליה תשובה. באמת קען מען די זעלבע קשיא פרעגן אויף אלע אנדערע תעניות, אבער אויף צום גדליה איז עס די מערסטע שווער.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 5:26 pm
דורך טיכטיגער
ארויפגעברענגט לכבוד צום גדלי'

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:10 pm
דורך פאליטיקאנט
קאך_לעפל האט געשריבן:ריכטיג! אויב ס'איז א טייל פונעם גרויסן חורבן וואס האט פאסירט געציילטע מאנאטן איידער דער אטענטאט אויף גדליהו, דאן פארוואס א פרישע תענית? אויפן חורבן איז שוין פארהאן א תענית, תשעה באב.

ווי עס שיינט האט מען באשטימט א תענית אויף יעדן טייל פונעם חורבן באזונדער.

עשרה בטבת: די באלאגערונג אויף ירושלים הייבט זיך אן.
שבעה עשר בתמוז: די מויערען פון ירושלים ווערן געשפאלטן.
תשעה באב: ירושלים פאלט, און דער בית המקדש ווערט פארניכטעט.
צום גדליה: ארץ ישראל ווערט פארוויסט.

מיין פראגע איז, אויב איז דאס אלעס איין גרויסע געשענעניש, פארוואס בזונדערע תעניתים? איין טאג וואלט ווען נישט געווען גענוג? דארף מען דען מאכן א תענית אויף יעדע דעטאל פון די געשיכטע?

א פשוט'ע תירוץ: דאס ווייזט אויף די גרויסע פארלוסט! ס'הייסט מיר האבן נישט בלויז פארלוירן עפעס א שלאכט מיט צענדליגע פאטאליטעטן און קאפיטולירט. אויף דעם וואלט טאקע גענוג געווען איין טאג. מיר האבן פארלוירן אלעס! אונזער שטאלץ, ירושלים, בית המקדש, ארץ ישראל.... און אויף יעדע חלק באזונדער איז ווערט צו טרויערן.

Re: דער אטענטאט אויף גדליהו.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 21, 2020 7:36 pm
דורך צפור בודד
ס'איז פשוט. מען באוויינט די רציחה פון א לינקער פשרה'ניק דורך די בייזע הענט פון א נאציאנאליסטישער, נאטיביסטישער, בלוט-דארשטיגער, ביקס-ליבהאבער, רעכטער רוצח. ועדיין השטן מרקד בינינו און מען פאסט כי בצרה גדולה אנחנו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 5:53 am
דורך שמעקעדיג
פארוואס האט עמון און ישמעאל בן נתניהו געוואלט אומברענגען דעם גדלי'? ער האט זיי עפעס שלעכטס געטאן?

אגב - דער נאמען "ישמעאל בן נתניהו" איז א אינטערעסאנטער פאראדאקס, אבער דאס איז נישט פאר דא....

Re: אין וועלכע עפאכע וואלט איר געוואלט לעבן?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 22, 2020 8:16 am
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג האט געשריבן:פארוואס האט עמון און ישמעאל בן נתניהו געוואלט אומברענגען דעם גדלי'? ער האט זיי עפעס שלעכטס געטאן?

אגב - דער נאמען "ישמעאל בן נתניהו" איז א אינטערעסאנטער פאראדאקס, אבער דאס איז נישט פאר דא....
ווייל ישמעאל בן נתני' איז געווען מזרע המלוכה, פון מלכות בית דוד און גדלי' נישט, נאר געווען דער נציב מטעם המלך נבוכדנאצר
פאליטיקס עז יוזועל!
וויאזוי זאגט שלמה המלך, מה שהי' הוא שיהי'
    אל תאמר מה היה שהימים הראשנים היו טובים מאלהַ

שטעלטס ענק פאר אין א היינטיגע ציוויליזירטע וועלט ווען רעבעס וואלטן ווען געקענט הרג'נן איינעם וואס איז נישט געבוירן מיט בלויע בלוט באניצט זיך גאר בשרביטו של מלך, פירט טיש, נעמט קוויטלעך וכו' וכו'. נאר פארוואס הרג'נען זיי טאקע נישט? וועגן מוראה של מלכות!