בלאט 1 פון 1

ס׳איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 1:00 pm
דורך שבת אחים
די אלע אידן וואס האבן געשלאגן כפרות די יאהר מיט די טשיקענס וואס מ׳האט דא געברענגט אינמיטן שטאט. און זיי אויסגעהונגערט, זיי נישט געגעבן קיין וואסער, און פארנט פון אונזערע קינדער אויסגעלערנט רשעות און רציחה זאלן נישט פארגעסן אז סאיז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן אויף די שרעקליכע עבירות

1)צער בעלי חיים בגלוי
2)חוקת הגוי- דרכי האמורי
3)חילול השם איום ונורא

פאר די אלע וואס טענהן ״אזוי האט זיך מיין זיידעס געפירט״ זאלן זיי ביטע טראכטן נאך איינמאל!!!

אייערע זיידעס האבן נישט געברענגט קיין טויזנטער טשיקענס מיט קיין טראקס און זיי אראפ געווארפן אינמיטן שטאט אן קיין עסען און וואסער! שקר!!!
אייערע זיידעס זענען אפשר געגעאנגען צום שוחט וואס האט גענומען די הינדל פון די פעלד. שקר!
ענקערע זיידעס האבן נישט אנטייל גענומען אין קיין commercialized כפרות שלאגן!!!

דאס וואס ענק טוהן איז נישט אויסגעהאלטן ע״פ הלכה! נישט אויסגעהאלטן ע״פ תורה! סאיז בכלל נישט קיין אידישע מנהג! סאיז א גוישע ריטואל... גארנישט מיט אידשקייט!

בחוקותיהם לא תלכו!!!

וואס פונקטליך האט די טשיקן וואס מ׳האט געשלעפט פון פענסעלוועניע איינגעשטויסן מיט ענקער עבירות? האסט געזינדיגט? טוה תשובה! נעם דיך אינטער עס נישט צוטוהן מעהר! וואס פייניקסטו טשיקענס? פארוואס לערנסטו אויס דיינע קינדער רציחה???

פון קיצור שלחן ערוך:

סעיף א אסור מן התורה לצער כל בעל חי, ואדרבא חייב להציל כל בעל חי מצער אפילו של הפקר ואפילו של נכרי, אך אם הם מצערין לאדם, או שצריך האדם להם לרפואה או לשאר דבר מותר אפילו להרגן ואין חוששין לצערן, שהרי התורה התירה שחיטה ולכן מותר למרוט נוצות מאווזות חיות אם אין לו נוצה אחרת, רק שהעולם נמנעים משום אכזריות.
סעיף ב סוסים המושכים בעגלה והגיעו למקום מקולקל או להר גבוה, ואינן יכולין למשוך בלי עזר, מצוה לעזור אף לנכרי משום צער בעלי חיים, שלא יכה אותם הנכרי מכה רבה למשוך יותר מאשר בכחם.
סעיף ג אסור לקשור רגלי בהמה חיה ועוף בענין שיהיה להם צער.
סעיף ד אסור להושיב עוף על ביצים משאינו מינו משום צער בעלי חיים.
סעיף ה אסור לסרס בין אדם ובין בהמה חיה ועוף, אחד טמאים ואחד טהורים בין בארץ ישראל בין בחוץ לארץ וכל המסרס חייב מלקות, ואפילו להשקות כוס של עקרין לאיש או לשאר בעלי חיים הזכרים אסור.
סעיף ו אסור לומר לאינו יהודי לסרס בהמה שלנו, ויש אומרים דאפילו למכרה לאינו יהודי או ליתנה לו למחצית שכר אם ידוע דיסרסה אסור, משום דאינו יהודי גם כן מצווה על איסור סירוס, ואם כן הישראל עובר על לפני עור, ומיהו אם אין האינו יהודי הקונה מסרס בעצמו, רק נותן לאינו יהודי אחר לסרס, לכולי עלמא שרי, דאז הוי לפני דלפני ומותר.

Re: ס׳איז קיינמאל נישט צו שפעט תשובה צוטוהן!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 2:14 pm
דורך גראף
דוכט זיך אז עס ווערט בעסער אין דעם הינזיכט פון צעב''ח. איך האב געזען ביי באבאוו 45 ווערט עדווערטייזט אז מען געט צו עסן און טרינקען פאר די טשיקענס און אויך איז דא צעטלעך אז מען זאל האלטן די הינדל ביי די פיס אדער סיי די פליגל מיט פון אונטן. ענדליך.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 2:20 pm
דורך אישתישבי
שבת'ל

נישט צו זאגן זכור מעשיך חלילה, אבער טאמער ווילסטו רעדן אויף טראמפ, אדער בגדלות וויזניץ, קען איך דיר מוחל זיין און פארשטיין, אבער צו זאגען מוסר פאר אידן אז זיי זאלען באוואכן דער תורה (צו ביסט גערעכט צו נישט) ביסטו א חצוף, נישט ווייניגער, שומו שמים, שעמסט דיר נישט? ווען די טוסט אנהיטען דער תורה ווי עס באדארף צו זיין נאכאמאל, און די באקומסט א נאמען אלץ א שומר תורה ומצוות, אפשר דעמאָלט, קען איר זיך נעמען דער דרייסטקייט צו געבן מוסר אין דער נאמען פין דער תורה.

מעגסט דיר שעמען.

און ב.ד.וו. איך שרעק זיך נישט פין דיינע צען טאצען קללות וואס גייען קומען יעצט. א עם הארץ איז אין יום כיפור א מצוה צורייסן ווי א פיש.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 2:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:א עם הארץ איז אין יום כיפור א מצוה צורייסן ווי א פיש.

מותר לקורעו כדג, ועל זה אמר האמרי חיים זי"ע קדש עצמך במותר לך...

נשלח: דינסטאג אקטאבער 08, 2019 2:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויך וויל איך מעורר זיין אויף די אלע וועלכע האבן זיך באטייליגט ביי א צערעמאניע ווי מ'האט אריינגעשניטן אין אן אכט טאגיג קינד מיט'ן גרעסטן מאס אכזריות רח"ל און זיי האבן נישט מוחה געווען, עטץ האטס נישט מורא פון קרישנה?! וואס איז מיט אביסל פחד פונעם יום הדין הגדול והנורא ווען יאשקע וועט פארשניידן אלע רשעים? ס'איז קיינמאל נישט שפעט תשובה צו טון!

שבת'ל טייערער, אונז וועלן דיך אלע אינזין האבן ביים עסן די קרעפלעך...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:01 pm
דורך שבת אחים
אישתישבי האט געשריבן:שבת'ל

נישט צו זאגן זכור מעשיך חלילה, אבער טאמער ווילסטו רעדן אויף טראמפ, אדער בגדלות וויזניץ, קען איך דיר מוחל זיין און פארשטיין, אבער צו זאגען מוסר פאר אידן אז זיי זאלען באוואכן דער תורה (צו ביסט גערעכט צו נישט) ביסטו א חצוף, נישט ווייניגער, שומו שמים, שעמסט דיר נישט? ווען די טוסט אנהיטען דער תורה ווי עס באדארף צו זיין נאכאמאל, און די באקומסט א נאמען אלץ א שומר תורה ומצוות, אפשר דעמאָלט, קען איר זיך נעמען דער דרייסטקייט צו געבן מוסר אין דער נאמען פין דער תורה.

מעגסט דיר שעמען.

און ב.ד.וו. איך שרעק זיך נישט פין דיינע צען טאצען קללות וואס גייען קומען יעצט. א עם הארץ איז אין יום כיפור א מצוה צורייסן ווי א פיש.


איך זעה דו הייבסט נישט אן צופארשטיין מיין שרייבן און מיין גאנג. רוב פון מיינע תגובות האט צוטוהן מיט איין זאך. וויזניץ, אהבת ישראל, רעפובליקאנער, סאציאליזם, רחמנות אויף בע״ח איז אלעס חדא מילתא היא.

איך גיי בל״נ שרייבן א לאנגע תגובה וואס איך האב איינגעשטויסן מיט וויזניץ און דער אהבת ישראל, און וואס כהאב איינגעשטויסן מיט סאציאליזים. אבער אויפן שפיץ גאפל, איך האב גאנץ קנאפ איינגעשטויסן מיט די היינטיגע וויזניץ אויסער אז כהאב ליב זייער נוסח און נגינה וואס איז שטעקן געבליבן אין מיין קאפ.

סאיז דא גוטס אויף די וועלט און דערנאך איז דא שלעכטס. סאיז דא א Force of good און דערנאך איז דא א A force of evil.

איך זעה די רעפובליקאנער אלץ א Force of evil. איך זעה אזעלכע מענטשען ווי די אהבת ישראל מיט די אמרי חיים אלץ א Force of Good. איך זעה סאציאליזם אלץ א Force of good. און אזוי ווייטער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:02 pm
דורך שבת אחים
איך האב פריער געטראפן הרה״ג ר׳ חיים לייב כ״ץ אויף די גאס אויף 44 סטריט. איך בין פשוט צוגעגאנגען צו אים אינמיטן גאס און אים געפרעגט צי ער האלט אז סאיז אויסגעהאלטן צו שלאגן כפרות טייל טענהן אז סאיז דרכי האמורי און אז עס איז א שרעקליכע חילול השם און צער בעה״ח. עס איז זיכער נישט ווי אמאל ווען מ׳האט גענומען א הינדל פון פעלד וואס האט געהאט צועסן און צו טרינקן ביפאר.

זאגט ער:

חס ושלום צוזאגן דרכי האמורי, ס׳שטייט קלאר אין שו״ע. אבער איה״נ ביסט גערעכט מ׳דארף די טשיקענס געבן צועסן און צו טרינקן- צער בעה״ח איז מדאורייתא! און נאכמעהר ע״פ הלכה טאר די בעה״ב נישט גיין עסען פאר ער האט געגעבן צועסן פאר די עופות! ס׳ליגט אויף די אחריות פון די וואס פארקויפן די כפרות נישט מצער צוזיין די כפרה אויף קיין שום וועג! און אדרבה מ׳דארף מעורר זיין פאר יעדעם איינעם אז מ׳טאר נישט מצער זיין קיין שום בע״ח! איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט!
אבער ח״ו צוזאגן דרכי האמורי.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:11 pm
דורך גדליה
פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:19 pm
דורך וואלווי
גדליה האט געשריבן:פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?


נישט א יעדע זאך וואס ר' יוסף קארו שרייבט מוז מען פאלגען עד הסוף. ס'דא היבש גענוג זאכען וואס דו טוסט לפי הפוסקים וואס זענען חולק אויף ר' יוסף קארו און די שלאפסט רואיג.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:22 pm
דורך שבת אחים
גדליה האט געשריבן:פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?


זאג שנעל אויס וואס דו רייכערסט אז דו טרעפסט זיך אינמיטן העלן טאג פונקט מיט ר׳ יוסף קארו... :lol:

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:24 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:איך האב פריער געטראפן הרה״ג ר׳ חיים לייב כ״ץ אויף די גאס אויף 44 סטריט....

זאגט ער:

חס ושלום צוזאגן דרכי האמורי, ס׳שטייט קלאר אין שו״ע. אבער איה״נ ביסט גערעכט מ׳דארף די טשיקענס געבן צועסן און צו טרינקן- צער בעה״ח איז מדאורייתא! און נאכמעהר ע״פ הלכה טאר די בעה״ב נישט גיין עסען פאר ער האט געגעבן צועסן פאר די עופות! ס׳ליגט אויף די אחריות פון די וואס פארקויפן די כפרות נישט מצער צוזיין די כפרה אויף קיין שום וועג! און אדרבה מ׳דארף מעורר זיין פאר יעדעם איינעם אז מ׳טאר נישט מצער זיין קיין שום בע״ח! איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט!
אבער ח״ו צוזאגן דרכי האמורי.


מטעם געבען עסען פאר די בעל חי קודם, אלס דעוויל'ס אדוואקאט, קען מען לומד'ענען פארקערט. אזוי וויי ביי די באוויסטע לא חודש היום לא שבת היום פונ'ם נביא, וואס די תדיר קודם ארבעט פארקערט ווייל ס'איז "לא", דאס הייסט א העדר, אזוי אויך אויף נישט צו עסען קומט דער כפרה, דער בעל חי קודם, און דערנאך קומט אונזער אייגענע צער בעלי חיים פון ועיניתם את נפשותיכם...

Just saying...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:26 pm
דורך וואלווי
שבת אחים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?


זאג שנעל אויס וואס דו רייכערסט אז דו טרעפסט זיך אינמיטן העלן טאג פונקט מיט ר׳ יוסף קארו... :lol:


מן הסתם האט ער עם אנגעטראפן אין אומאן...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:28 pm
דורך גדליה
שבת אחים האט געשריבן:
גדליה האט געשריבן:פונקט טרעפ איך רבי יוסל קארו, (באקאנטע מחבר פון פאפולערע שלחן ערוך ווערק), זאגט ער יא ס'דרכי אמורי. פארוואס קענען נישט אלע רבנים אפשמועסן צו געבען איין ענטפער?


זאג שנעל אויס וואס דו רייכערסט אז דו טרעפסט זיך אינמיטן העלן טאג פונקט מיט ר׳ יוסף קארו... :lol:

אין מיין ספרים שטיב נוץ איך נאר מאלבארא לייט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:42 pm
דורך שבת אחים
איך האלט אז די כפרה שלאגן די וועג וויאזוי די חסידים אין ברוקלין טוהן עס איז נישט אויסגעהאלטן לויט די היינטיגע עטיקס און מאראלן. ווען אזעלכע רבנים ווי רבינו גרשם וואלט געלעבט היינט וואלט ער עס אריינגעלייגט אין חרם פונקט ווי מ׳האט אריינגעלייגט צוויי ווייבער ווייל ס׳האט שוין נישט געשטימט מיט די מאראלן פון יענע צייט!

וואס זאל מען טוהן אז ר׳ חיים לייב כ״ץ איז נישט אזוי קלוג ווי רבינו גרשם?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 4:47 pm
דורך וואלווי
דרך אגב, איינע פון די חרם דרבינו גרשם'ס איז געווען אז ס'טאר נישט וואוינען צוויי תלמידי חכמים און איין שטאט.

נאר די תלמידי חכמים שפעטער האבן "בעסער פארשטאנען" און מבטל געווען די חרם דרבינו גרשם מחמת גזירה שאין "החכמים" יכולים לעמוד בה..

#תלמידיחכמיםמרביםשלוםבעולם

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 10, 2019 7:52 pm
דורך שבת אחים
וואלווי האט געשריבן:דרך אגב, איינע פון די חרם דרבינו גרשם'ס איז געווען אז ס'טאר נישט וואוינען צוויי תלמידי חכמים און איין שטאט.

נאר די תלמידי חכמים שפעטער האבן "בעסער פארשטאנען" און מבטל געווען די חרם דרבינו גרשם מחמת גזירה שאין "החכמים" יכולים לעמוד בה..

#תלמידיחכמיםמרביםשלוםבעולם


מיין טאטע איז געוועהן ר׳ מאטעלע׳ס ערשטע הויז בחור קודם נאך אלץ רב און אינמיטן איז דער אמ״ח אוועק איז ער געוועהן ר׳ מאטעלעס ערשטע הויז בחור אלץ רבי. ער פארציילט אז אלץ רב ביי די מיטאג טיש פלעגט ער פרעגן אלע זיינע קינדער א תורה אויף די וואך. די היינטיגע וויזניצער רבי פון בית שמש הרה״צ ר׳ ברוך שמשן האגער איז דעמאלטס געוועהן א יונגל און ער פלעגט אסאך מאל זאגן זייער אינטערסאנטע תורות.

די וואך וואס שטייט אז מ׳האט איבערגעדייט סדום האט ער געפרעגט אז אברהם האט געבעטן דעם אייבערשטען אז אויב עס איז דא פופציג צדיקים , און דערנאך איז ער אראפ ביז 10 צדיקים. אין אמתן איז שווער אפילו אויב סאיז נאר דא צוויי צדיקים וואלט מען דאך אין זייער זכות געדארפט ראטעווען די שטאט? די תירוץ איז אז ״ווען סאיז דא צוויי צדיקים אין איין שטאט איז די שטאט במילא איבערגעדרייט״... (סאיז לכאורה נישט זיין אייגען ווארט...)


ר׳ מאטעלע האט געהאט איינער מיטן נאמען יונגער וואס איז געוועהן די קעכער דארט.

האט ר׳ ברוך שמשן געזאגט ורב יעבוד צעיר- ביים רב ארבעט יונגער.
ר׳ מאטעלע האט אים געפרעגט “זאגסט דא פורים-תורות הייסט עס?”

נשלח: פרייטאג אקטאבער 11, 2019 3:57 am
דורך [NAMELESS]
ווען איך האב געזען אז שבת אחים האט געעפנט אן אשכול איבער תשובה טון האב איך געהויבן ברעמען; יעצט שטימט שוין אבער אלס... בדרך אגב האב איך טאקע מקיים געווען די יאר די מצוה מיט צוויי דאלער (און זיך איינגעשפארט צוועלף) און געלייגט דיירעקטלי אין פושקע.

עס איז א בושה וחרפה צו זען וויאזוי די אידן ווילדעווען איבער די טשיקנס ווי זיי וואלטן ווען געווען בלעטער, פאר דער וואס האט געזען די קליפ פון יואליש קרויס׳עס זון זענען פירושים איבריג.