בלאט 1 פון 1

א מענטשעלע א קליינע

נשלח: זונטאג אקטאבער 13, 2019 12:01 pm
דורך ספרא דמרא
בס"ד

א מענטשעלע א קליינע
מיט שאיפות ריינע
שפירט זיך אין זיין מח'ל באוואכט
א לערנער מיט א פאך
א מענטש צו די זאך
זיצט ער זיך אין טיף אריין ער טראכט

א ווינט א קאלטן
אין זיין הארץ מאכט שפאלטן
און זיין לעבנסלוסט עס לעשט זיך אויס שיעור
און אויף דעם דערויף
שטעלט ער זיך אויף
און קנאקט צו אויף יעדן די טיר

ער לייגט גרויס געוויכט
נישט צו דערקענען אויף זיין געזיכט
אבער עס איז אוממעגליך צו שטילן די פיין
ער שטעלט זיך אוועק
און ברומט מיט גרויס שרעק
איך מיין אז די גאנצע זאך פאלט איין

ער איז נישט קיין נאר
אבער מיט אזויפיל צער
פרעגן איינעם שאלות ער וויל
עס איז מיר א חידוש
ווי האלט ער זיך אידיש
און דאס פינטעלע איד ביי אים ברענט זיך שטיל

די יום טוב איז נאנט
און גארנישט ער מאנט
ער זינקט אין פיין ביז איבער די פאוואלעס
אוי אב הרחמן
זיי זיך מרחם-און
בוי אויף דעם נפש הנופלת