בלאט 1 פון 3

מכות פאר א בחור??!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:03 pm
דורך לך לך
דרייט ציך ארום א קליפ ווי א מגי"ש רייסט און שטויסט אן א בחור אין ישיבה שער אפרים פאר אפאר יאר צוריק
די נייעס קאנאלן זענען יעצט דארט פארענט פון ישיבה

היינטיגע בחורים האבן גאטס צו כאפן קליפ פון א מגי"ש בשעת כעסו! כה לחי

כטריי עס צו ארויפלייגן גייט עפעס נישט, איינער קען זיך מרחם זיין

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 4:25 pm
דורך אישתישבי
וואס איז ראנג? עס איז אים נישט געקומען? די בחורים דארט לאכן אלע, זעהט אויס אז עפעס גוט האט ער געטוהן.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 5:11 pm
דורך לך לך
.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 5:31 pm
דורך [NAMELESS]
שער אפרים האט פארדאמט די מגי"ש וואס מ'זעהט אין די קליפ, און זאגן אז ער איז שוין נישט איינגעשטעלט ביי זיי.

Re: מכות פאר א בחור??!

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 5:52 pm
דורך חוקר ודורש

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 6:33 pm
דורך אישתישבי
חתם סופר האט געשריבן:שער אפרים האט פארדאמט די מגי"ש וואס מ'זעהט אין די קליפ, און זאגן אז ער איז שוין נישט איינגעשטעלט ביי זיי.


נאוועדען זאלען זיין זאגן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 7:57 pm
דורך chosen people
ער איז געווען מיין מגי''ש אין שער אפרים שיעור א' בקיאות, ער הייסט ר' אנטשיל ניישטאט וואוינט אין סקווירא. ער איז א מוראדיגע בעל כעס'ן ער פלעגט שלאגן יעדע בחור עס איז נישט געווען אזא זאך אז א בחור זאל זיין זיינס א תלמוד און ארויסגיין פון זיין כתה סוף יאר אָן באקומען פעטש, ביז ער האט איינעם אנגעהאקט די ביינער אזש יענער האט געדארפט צוקומען צו מעדיקל עסיסטענס (איך געדענק נישט צו א קעסט אדער סטיטשעס), דעמאָלט האט יענעם'ס טאטע אריינגעגאנגען צום ראש הישיבה ר' אשר זעליג און געמאכט קולות. אנשטאט ווערן ארויסגעווארפן האט מען געמאכט א דיעל אז עס טאר נישט זיין מער א געוויסע סכום בחורים און ער וועט מער נישט שלאגן. למעשה האט ער ווייטער געשלאגן אבער נישט וואס ער פלעגט ער האט זיך אסאך בארואיגט. צו ער איז נאך היינט דארט אלס מגי''ש ווייס איך נישט. די סיבה פארוואס מען זעהט די עולם לאכן איז ווייל עס איז געווען אינטערסאנט פאר אינז אינגע בחורים צו זעהן ווי אזוי א מגי''ש פיערט זיך אויף כעס'יג אויף אן עקסטרעמע אופן (ווילאנג די ביסט נישט די קרבן).

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 8:27 pm
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:וואס איז ראנג? עס איז אים נישט געקומען? די בחורים דארט לאכן אלע, זעהט אויס אז עפעס גוט האט ער געטוהן.

סארי, באט ס'נישטא אזא זאך ס'זאל זיך קומען איינעם שלעק חוץ ביים בית דין.
דער מגיד שיעור איז א רשע פאר'ן הייבן א האנד אויף א צווייטן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 9:40 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
chosen people האט געשריבן:ער איז געווען מיין מגי''ש אין שער אפרים שיעור א' בקיאות, ער הייסט ר' אנטשיל ניישטאט וואוינט אין סקווירא. ער איז א מוראדיגע בעל כעס'ן ער פלעגט שלאגן יעדע בחור עס איז נישט געווען אזא זאך אז א בחור זאל זיין זיינס א תלמוד און ארויסגיין פון זיין כתה סוף יאר אָן באקומען פעטש, ביז ער האט איינעם אנגעהאקט די ביינער אזש יענער האט געדארפט צוקומען צו מעדיקל עסיסטענס (איך געדענק נישט צו א קעסט אדער סטיטשעס), דעמאָלט האט יענעם'ס טאטע אריינגעגאנגען צום ראש הישיבה ר' אשר זעליג און געמאכט קולות. אנשטאט ווערן ארויסגעווארפן האט מען געמאכט א דיעל אז עס טאר נישט זיין מער א געוויסע סכום בחורים און ער וועט מער נישט שלאגן. למעשה האט ער ווייטער געשלאגן אבער נישט וואס ער פלעגט ער האט זיך אסאך בארואיגט. צו ער איז נאך היינט דארט אלס מגי''ש ווייס איך נישט. די סיבה פארוואס מען זעהט די עולם לאכן איז ווייל עס איז געווען אינטערסאנט פאר אינז אינגע בחורים צו זעהן ווי אזוי א מגי''ש פיערט זיך אויף כעס'יג אויף אן עקסטרעמע אופן (ווילאנג די ביסט נישט די קרבן).


ער איז געווען מייין אויך מיין מגיד שיעור
איך האב קיינמאל נישט געכאפט קיין פעטש פון איהם....

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 9:55 pm
דורך קאצקע ציקער
שוטים זיי דארפן עים ציריק דערלאנגען איינס דעמאלטס וועט זיך עס גלייך סטאפן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 10:40 pm
דורך chosen people
איין זאך וויל איך זאגן לשבחו ער האט א שוואכע קאפ, אבער ער האט זיך געמוטשעט אויף א שטיקל גמרא אסאך מאל ביז עס איז איהם אריין אין קאפ, און נאכדעם האט ער עס פיין פארגעלערנט, איך געדענק נאך די גמרא עד היום הזה ווי אזוי ער האט עס פארגעלערנט, עס איז געווען געשמאַק מיט א קלארקייט. יעדע קשיא פון א תלמיד האט ער גענומען ערנסט, און איהם אדער געהאט א תירוץ אויפ'ן פלאץ (ווייל ער האט זיך גוט פארגעקוקט - זיין גמרא איז געווען אנגעשריבן מיט אלע מפרשים, ווי עס איז געווען א פלאץ צו צושרייבן) אדער איז געגאנגען נאכקוקן אין געקומען מיט עפעס א מהלך פון א תירוץ. עס האט אסאך צוגעגעבן צו די געשמאק פון לערנען.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 29, 2019 10:41 pm
דורך chosen people
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:ער איז געווען מיין מגי''ש אין שער אפרים שיעור א' בקיאות, ער הייסט ר' אנטשיל ניישטאט וואוינט אין סקווירא. ער איז א מוראדיגע בעל כעס'ן ער פלעגט שלאגן יעדע בחור עס איז נישט געווען אזא זאך אז א בחור זאל זיין זיינס א תלמוד און ארויסגיין פון זיין כתה סוף יאר אָן באקומען פעטש, ביז ער האט איינעם אנגעהאקט די ביינער אזש יענער האט געדארפט צוקומען צו מעדיקל עסיסטענס (איך געדענק נישט צו א קעסט אדער סטיטשעס), דעמאָלט האט יענעם'ס טאטע אריינגעגאנגען צום ראש הישיבה ר' אשר זעליג און געמאכט קולות. אנשטאט ווערן ארויסגעווארפן האט מען געמאכט א דיעל אז עס טאר נישט זיין מער א געוויסע סכום בחורים און ער וועט מער נישט שלאגן. למעשה האט ער ווייטער געשלאגן אבער נישט וואס ער פלעגט ער האט זיך אסאך בארואיגט. צו ער איז נאך היינט דארט אלס מגי''ש ווייס איך נישט. די סיבה פארוואס מען זעהט די עולם לאכן איז ווייל עס איז געווען אינטערסאנט פאר אינז אינגע בחורים צו זעהן ווי אזוי א מגי''ש פיערט זיך אויף כעס'יג אויף אן עקסטרעמע אופן (ווילאנג די ביסט נישט די קרבן).


ער איז געווען מייין אויך מיין מגיד שיעור
איך האב קיינמאל נישט געכאפט קיין פעטש פון איהם....


מסתמא האסטו געלערנט ביי איהם נאך תשנ''ט.

Re: מכות פאר א בחור??!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 12:24 am
דורך הנוי והנצח
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:ער איז געווען מיין מגי''ש אין שער אפרים שיעור א' בקיאות, ער הייסט ר' אנטשיל ניישטאט וואוינט אין סקווירא. ער איז א מוראדיגע בעל כעס'ן ער פלעגט שלאגן יעדע בחור עס איז נישט געווען אזא זאך אז א בחור זאל זיין זיינס א תלמוד און ארויסגיין פון זיין כתה סוף יאר אָן באקומען פעטש, ביז ער האט איינעם אנגעהאקט די ביינער אזש יענער האט געדארפט צוקומען צו מעדיקל עסיסטענס (איך געדענק נישט צו א קעסט אדער סטיטשעס), דעמאָלט האט יענעם'ס טאטע אריינגעגאנגען צום ראש הישיבה ר' אשר זעליג און געמאכט קולות. אנשטאט ווערן ארויסגעווארפן האט מען געמאכט א דיעל אז עס טאר נישט זיין מער א געוויסע סכום בחורים און ער וועט מער נישט שלאגן. למעשה האט ער ווייטער געשלאגן אבער נישט וואס ער פלעגט ער האט זיך אסאך בארואיגט. צו ער איז נאך היינט דארט אלס מגי''ש ווייס איך נישט. די סיבה פארוואס מען זעהט די עולם לאכן איז ווייל עס איז געווען אינטערסאנט פאר אינז אינגע בחורים צו זעהן ווי אזוי א מגי''ש פיערט זיך אויף כעס'יג אויף אן עקסטרעמע אופן (ווילאנג די ביסט נישט די קרבן).


ער איז געווען מייין אויך מיין מגיד שיעור
איך האב קיינמאל נישט געכאפט קיין פעטש פון איהם....
זייער מעגליך אז ס'איז אמת. מען דארף שוקל זיין ביידע צדדים פאר מען נעמט א צד אין אזא הייקעלע טעמע. קיינער בארעכטיגט נישט דאס אנקלאפן מכות פאר א בחור, און די ישיבה האט אים שוין באזייטיגט בדרך כבוד, אבער צו גיין פארשפרייטן אויף סאציאלע מידיא איז אן עוולה גדולה מכמה טעמים:

1. דו ווייסט נישט די פרטים און אומשטענדן ארום דעם אינצידענט, דו קענסט נישט דעם מענטש, ווי חז"ל זאגן אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו (זעה ווייטער עדות פון א תלמיד).

2. דאס געבט נאר שטאף פאר די העצערס אין די מידיא, וואס זוכן אויפצודעקן יעדע פעלער פונעם חרדיש'ן ציבור, און מען האט געזעהן ווי געוויסע רעפארטערס האבן געמאכט מטעמים פון דעם אויף טוויטער, שרייבנדיג אין שרייערישע טערמינען כאילו מען רעדט דא פון עפעס אן אויסערגעווענליכע סקאנדאל (ווי כאילו אין פובליק סקול איז נישט דא אזוינע ערשיינונגען, ואכמ"ל). דאס גיסט צו אויל צום פייער פון די פערשוינען וואס זוכן צו רודפ'ן די ישיבה סיסטעם, און שפעטער קען מען ליידן דערפון, ותוצאותיו מי ישורנה.

3. עס איז איבריג צו באטאנען די חילול השם וואס דאס איז גורם, מען נעמט איין מעשה און מען באשמירט מיט דעם א גאנצע געמיינדע, ווייל איינער האט געהאט א שוואכע מינוט. מען באשולדיגט אז אלע חרדי'שע אידן טוען אזוי, צו וואס פעלט דאס אויס??

4. מען איז מכלומפרש'ט מוחה אויף די "שפיכות דמים" פונעם בחור. וויל איך פרעגן, און וועגן דעם מעגסטו פארגיסן דעם מלמד'ס בלוט דורך הלבנת פנים און רכילות?? וועגן דעם קענסטו טרעטן און צוברעכן דעם מענטש פאר אייביג?? ווער וויל נעמען אויף זיך די אחריות פון שפיכות דמים?? די היפאקראטיע שרייט ארויס.

דא איז אן אויסצוג פון א געוועזענע תלמיד ווי ער איז מוחה אויף דעם: [emoji116][emoji116]בילד

Sent from my SM-G930P using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 1:33 am
דורך שושן פורים
1. גיבט נישט קיין תירוץ, נישט קיין חילוק וואס די מעשה איז געווען, אדער וויפיל טראבל דער בחור האט געמאכט, פאר א סיבה איז ער דער אדאלט אין די צימער, איינער איז א ערוואקסענער און דער צווייטער איז א 14 יעריג בחור'ל, די איינציגסטע סיבה בעולם אז א אדאלט זאל מעגן צו'מזיק'ן א 14 יעריגס איז פאר סעלף דיפענס אויב זיין לעבן איז אין געפאר.

2. אן אלטע אויסגעדראשענע תירוץ'ל גענוצט יארן לאנג אויף אונטערצורוקן אלעס אונטערן טעפיך ווייל "מען גיבט שטאף פאר די שונאי ישראל", א ערוואקסענער מגיד שיעור זאל אזוי אנבריקענען א תלמיד זיינעם איז א שרעקליכע סקאנדאל, זאגן אז עס איז דא/פלעגט זיין אסאך אזוינע מאכט די סקאנדאל נאך ערגער, אין די פאבליק שולעס געשעהט אזוינס נישט, און אויב יא אין א אויסנאמס פאל שיקט מען דעם טיטשער יושב'ן בסתר התחתון.

3 & 4. חילול השם מאן דכר שמיה, עמיצער וואס טוט אזאנס איז א מאנסטער, נישט קיין חילוק וויפיל מפרשים ער האט געסקריבלט אויף זיין גמרא, מען ברויך אזוינע מוקיע זיין לעיני השמש ווייל עס העלפט אז עס זאל נישט פאסירן נאכאמאל. אזא התנהגות איז ביז פאר עטליכע יאר צוריק געווען נחלת הכלל בתפארתו, גערעכט אז היינט איז עס נישט אזוי פאפולער, אבער עס געשעהט נאך אין פארשידענע מקומות.

זאל מהיום והלאה יעדע מלמד אדער מגיד שיעור וואס עס פאלט איהם בכלל איין צו טאן אזוינס פאר א בחור אדער אינגל לעבן אונטער דעם שטענדיגן פחד אז עס קען ארויסליעקן א ווידיאו דערפון און ער קען זיך טרעפן אונטער גראטעס. דאס האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין די איינציגסטע מהלך וואס ארבעט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 2:26 am
דורך בת קול
הנוי והנצח האט געשריבן:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:
chosen people האט געשריבן:ער איז געווען מיין מגי''ש אין שער אפרים שיעור א' בקיאות, ער הייסט ר' אנטשיל ניישטאט וואוינט אין סקווירא. ער איז א מוראדיגע בעל כעס'ן ער פלעגט שלאגן יעדע בחור עס איז נישט געווען אזא זאך אז א בחור זאל זיין זיינס א תלמוד און ארויסגיין פון זיין כתה סוף יאר אָן באקומען פעטש, ביז ער האט איינעם אנגעהאקט די ביינער אזש יענער האט געדארפט צוקומען צו מעדיקל עסיסטענס (איך געדענק נישט צו א קעסט אדער סטיטשעס), דעמאָלט האט יענעם'ס טאטע אריינגעגאנגען צום ראש הישיבה ר' אשר זעליג און געמאכט קולות. אנשטאט ווערן ארויסגעווארפן האט מען געמאכט א דיעל אז עס טאר נישט זיין מער א געוויסע סכום בחורים און ער וועט מער נישט שלאגן. למעשה האט ער ווייטער געשלאגן אבער נישט וואס ער פלעגט ער האט זיך אסאך בארואיגט. צו ער איז נאך היינט דארט אלס מגי''ש ווייס איך נישט. די סיבה פארוואס מען זעהט די עולם לאכן איז ווייל עס איז געווען אינטערסאנט פאר אינז אינגע בחורים צו זעהן ווי אזוי א מגי''ש פיערט זיך אויף כעס'יג אויף אן עקסטרעמע אופן (ווילאנג די ביסט נישט די קרבן).


ער איז געווען מייין אויך מיין מגיד שיעור
איך האב קיינמאל נישט געכאפט קיין פעטש פון איהם....
זייער מעגליך אז ס'איז אמת. מען דארף שוקל זיין ביידע צדדים פאר מען נעמט א צד אין אזא הייקעלע טעמע. קיינער בארעכטיגט נישט דאס אנקלאפן מכות פאר א בחור, און די ישיבה האט אים שוין באזייטיגט בדרך כבוד, אבער צו גיין פארשפרייטן אויף סאציאלע מידיא איז אן עוולה גדולה מכמה טעמים:

1. דו ווייסט נישט די פרטים און אומשטענדן ארום דעם אינצידענט, דו קענסט נישט דעם מענטש, ווי חז"ל זאגן אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו (זעה ווייטער עדות פון א תלמיד).

2. דאס געבט נאר שטאף פאר די העצערס אין די מידיא, וואס זוכן אויפצודעקן יעדע פעלער פונעם חרדיש'ן ציבור, און מען האט געזעהן ווי געוויסע רעפארטערס האבן געמאכט מטעמים פון דעם אויף טוויטער, שרייבנדיג אין שרייערישע טערמינען כאילו מען רעדט דא פון עפעס אן אויסערגעווענליכע סקאנדאל (ווי כאילו אין פובליק סקול איז נישט דא אזוינע ערשיינונגען, ואכמ"ל). דאס גיסט צו אויל צום פייער פון די פערשוינען וואס זוכן צו רודפ'ן די ישיבה סיסטעם, און שפעטער קען מען ליידן דערפון, ותוצאותיו מי ישורנה.

3. עס איז איבריג צו באטאנען די חילול השם וואס דאס איז גורם, מען נעמט איין מעשה און מען באשמירט מיט דעם א גאנצע געמיינדע, ווייל איינער האט געהאט א שוואכע מינוט. מען באשולדיגט אז אלע חרדי'שע אידן טוען אזוי, צו וואס פעלט דאס אויס??

4. מען איז מכלומפרש'ט מוחה אויף די "שפיכות דמים" פונעם בחור. וויל איך פרעגן, און וועגן דעם מעגסטו פארגיסן דעם מלמד'ס בלוט דורך הלבנת פנים און רכילות?? וועגן דעם קענסטו טרעטן און צוברעכן דעם מענטש פאר אייביג?? ווער וויל נעמען אויף זיך די אחריות פון שפיכות דמים?? די היפאקראטיע שרייט ארויס.

דא איז אן אויסצוג פון א געוועזענע תלמיד ווי ער איז מוחה אויף דעם: [emoji116][emoji116]בילד

Sent from my SM-G930P using Tapatalk


שוין ווידער בארעכטיגט מען דער abuser.

נישט קיין חילוק וואס זיין מצב איז געווען, אזא איינער באלאנגט נישט אין א מוסד!
דער מוסד איז פונקט אזוי אחריות פארן האלטן אזא פארשוין, און די פאבליק האט אן אחריות דאס נישט צו פארשווייגן.

די איינציגסטע חילול השם דא איז, אויב מען ווייזט נישט ארויס קיין אויפברויז, ווייל דאס צייגט אז דאס איז א נערמאלע ערשיינונג ביי אונז.

#שקל_קומט_שוין_ווידער_נאך_געלט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:06 am
דורך [NAMELESS]
נו, אויף דעם האט דאך שוין שער אפרים גענומען שריט און אים באזייטיגט.

מיר זענען אלע אנטקעגן ווייאלענס און אביוז, אבער צו געבן פאר ניוז 12 נאך שטאף פארוואס צו רודפ'ן דעם ציבור איז שוין אן עקסטרעמער שריט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:22 am
דורך מאטי
מאך זיכער האט געשריבן:נו, אויף דעם האט דאך שוין שער אפרים גענומען שריט און אים באזייטיגט..


ווילאנג האט ער זיך צעפירט די הענט ביז מ'האט אים באזייטיגט?

ווילאנג האט הנהלת שער אפרים געוואוסט, און געשוויגן?

אונטער וועלכע אומשטענדן איז ער באזייטיגט געווארן, טאקע צוליב טיילן פעטש אדער עפעס אנדערש?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 6:49 am
דורך [NAMELESS]
מיין פוינט איז נאר אז ווען ניוז 12 גייט מאכן א שטינק גייט עס נישט טוישן שער אפרים'ס קארופציע, זיי האבן שוין געהאט ערגערס ווי שלעגערס פאר מגי"ש און זיי נעמען נישט קעיר, אבער סתם אויסהענגען שמוציגע גאטשעס פאר די גאס איז א גרויסע מיסטעיק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 7:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
מאך זיכער האט געשריבן:מיין פוינט איז נאר אז ווען ניוז 12 גייט מאכן א שטינק גייט עס נישט טוישן שער אפרים'ס קארופציע.

מהיכן דנתנו?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 8:05 am
דורך זרחי
על פי תורה מעג מען געבן פעטש פאר א בחור

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 8:43 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זרחי האט געשריבן:על פי תורה מעג מען געבן פעטש פאר א בחור

נישט ווען מ'טוט עס פון כעס, נאר לתועלת דער בחור. און דא טענה'ן זיי אז עס איז סתם געווען פון זיין כעס.

גראדע עי' גיטין לו.

ההוא מקרי דרדקי דאדריה רב אחא על דעת רבים דהוה פשע בינוקי ואהדריה רבינא דלא אישתכח דדייק כוותיה


ועיי"ש ברש"י

דהוה פשע בינוקי - חובטן יותר מדאי:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 8:59 am
דורך זרחי
איך האב געמיינט די עצם געבן פעטש, פארשטייט זיך אז עס ווענד זיך ווי אזוי, אבער פארשעמען יענעם איז זיכער אסור אפילו שלא מתוך כעס און כל שכן מתוך כעס. רוב שרייבערס דא זענען אנגעשטעקט מיט קרומע דעות פון גויאישע השקפות,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 9:06 am
דורך בת קול
Well Karma is a bitch
I can't believe ppl are feeling bad for the guy
Instead of our children who are still going through this