בלאט 1 פון 1

גאלאנטער רב רעזיגנירט פון התאחדות ועד הכשרות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 3:50 pm
דורך [NAMELESS]
גאלאנטער רב האט רעזיגנירט פון התאחדות רבנים ועד הכשרות, זאגענדיג אז די עול איז שוין צו גרויס פאר אים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
אמת אדער נישט?! כבר היה לעולמים עפעס ליצנות.
viewtopic.php?t=8369

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 4:27 pm
דורך קאך_לעפל
ווארשיינליך ברויך ער א געהאלט העכערונג... ווי נאר דער טשעק וועט ארויף גיין, וועט גלייך ארויס קומען די הכחשה...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2019 5:30 pm
דורך וויליאמסבורגער
לויט ווי איך הער האט דאס צוטוהן מיט זיין פאליטיק מיט ר' הילל וויינבערגער וואס האט מער ווייניגיער אינגאנצן איבערגענומען די ועד הכשרות, און ער ציהט לעצטענס צו די אנטיוועקסערס און עקסטרעמיסטען, מיט וואס גאלאנטע רב וויל נישט האבן קיין שייכות. אויך האט דאס מיט די תרנגול טשיקענס וואס איז שוואכע טשיקענס אבער געוויסע עקסטרעמיסטען שטיפען פאר עס, אבער ס'איז לויט אנדערע רבנים א נארישע חומרה וואס האט נישט קיין פשט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 12:46 am
דורך שמעון וואלף
איך הער אז רב ביק פסק'נט שוין בכלל נישט קיין שאלות צוליב זיין עלטער און מצב הבריאות. מיינט דאס אז די גאנצע בי"ד המיוחד לעניני כשרות באשטייט בלויז פון ר' הילל?

איך וויל איבערגעבן דאס ווארט פאר אונזער חבר, דער בארימטער שריפטשטעלער [tag]berlbalaguleh[/tag], זאל אונז מיטטיילן פון זיינע ידיעות איבער התאחדות.

נו, ר' בערל

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 29, 2020 2:12 am
דורך berlbalaguleh
א גוטן ר' שמעון וואלף: איבער התאחדות בכלליות ווייס איך נישט. אבער איבער די פארלעסליכקייט פון הרב יושע העשיל ביק שליט"א ווייס איך יא עטליכע פרטים צו זאגן. אויסער מוחה זיין ווי א משוגע'נער (וואס ער איז) איבער'ן עירוב. (די באקאנטע מעשה איז דאך ידוע וואס ער האט אנגעשריגן א פרוי וואס האט געפיהרט א קערידזש אום שבת, האטצי איהם אריינגעזאגט אז אלטע בחורים, אן שטריימל איז ער מסתמא אן אלטער בחור, טארן נישט רעדן צו פרויען...לאל) איז זיין פארלעסליכקייט אין כשרות נאנט צו זירא.

בדידי הוה עובדא. איך בין אמאל ערב פסח נאכמיטאג אריין אין די מצה בעקערי אויף וועלכע ער געט השגחה. אויפ'ן צווייטן שטאק. דארט וואו מ'סארטירט אויס די אפגעבאקענע מצות, האביך געטראפן א גלוסקא יפה. א שיינע, גלאנצענדיגע בילקעלע. אויף א שעלף. לעיני כל...!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 30, 2020 9:27 am
דורך שמעקעדיג
א עקסטערע לייק פאר די מעשה מיט די פרוי.... :lol: