בלאט 1 פון 1

מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 8:42 pm
דורך [NAMELESS]
אין די קומענדיגע וואכן גייט מאטאראלע ארויסגעבן א פליפּ פאון וואס איז באמת א סמארטפאון. היינט זענען די פיקטשערס ארויסגערינען, און ס'זעהט אויס ווי די געהעריגע חסידישע פליפּ פאון

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 8:43 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 9:18 pm
דורך מפיל קינד
וואס איז שלעכט מיט די פליפ סעמסאנג גאלאקסי?

Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 31, 2019 10:50 pm
דורך נעגעל וואסער
דער אייבערשטער שיקט די רפואה פאר די מכה! מיין יונגל איז אהיים געקומען פון חדר מיט א שומרים קארטל, דארט איז דא א פיקטשער פון אזא פליפ פאון, מיט חזיר פיסלעך. די מעסעדזש איז, אויב האסטו אזא פאון, האסטו א כשר'ע חזיר פיסל!

Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 01, 2019 2:02 pm
דורך החוקר
סעמסאנג פלאנט אויך ארויסצוגעבן אזא סארט טעלעפאון.
flip2.jpg
flip4.jpg
flip1.jpg

נשלח: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 3:09 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
חתם סופר האט געשריבן:אין די קומענדיגע וואכן גייט מאטאראלע ארויסגעבן א פליפּ פאון וואס איז באמת א סמארטפאון. היינט זענען די פיקטשערס ארויסגערינען, און ס'זעהט אויס ווי די געהעריגע חסידישע פליפּ פאון

עס גייט ארבעטן פאר ווערייזען אויכעט ?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:19 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:40 am
דורך real fake news
סקוקט אויס ווי א שיינע דזשאב געמאכט, באט איך זעה נישט וואס די פארלאנג זאל זיין פארדעם.
פאר טעבליטס וואלט אפשר געווען אינטערסאנט אז מזאלעס קענען פאלדען ( אפשר אפילו קענען פאלדן צוויי מאל...) און אריינלייגן אין טאש.
אונז קענען אפשר בענעפיטן פון דעם אז אין ביהמ"ד העט מען קענען קוקן די זייגער אויף די פראנט סקרין אן דעם וואס סזאל פליען שטיינער.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 3:39 pm
דורך ונבנתה העיר
קיל צו זען א 'חיים' מיט א קאפל, ריפארטן פאר א רעספעקטפולע טשענעל.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=3IEDFC8NZqA[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:23 pm
דורך berlbalaguleh
חתם סופר האט געשריבן:אין די קומענדיגע וואכן גייט מאטאראלע ארויסגעבן א פליפּ פאון וואס איז באמת א סמארטפאון. היינט זענען די פיקטשערס ארויסגערינען, און ס'זעהט אויס ווי די געהעריגע חסידישע פליפּ פאון

חת"ם סופר: לויט ווי מיר ווערן אינפארמירט האט כ"ק מרן הגאון הקדוש מהר"א מקר"י שליט"א, וועלכער איז ב"ה עומד בראש מערכות ישראל שוין דערהערט דעם וויי געשריי פון שלומי אמוני ישראל וועלכע בלוטיגן אויף די שרעקליכע פירצות און נסיונות הדור וועלכע ווערן ליידער נתרבה פון טאג צו טאג אין אונזער ביטערע תקופה פון עיקבתא דמשיחא. און ער האט שוין געהאט אן אסיפה מיט אן ענגע צאל פון יחידי סגולה. מיט הרב ש.ב. מרגליות שליט"א בראשם. און זיי האבן דן געווען בכובד ראש. און זיי זענען ארויס געקומען מיט אן החלטה אז מ'גייט ארבעטן אויף אלע פראנטן. הרב ש.ב. מרגליות שליט"א וועט שרייבן א פאר פייער'דיגע ארטיקלען אין ..."דער בלאט"...אויך וועט מען ארויסהענגען קול קורא'ס אין אלע (ערליכע) בתי מדרשים. באשרייבן מיט אלע פרטים און רעדן בגנות פון די נייע אביזרייהו דיצה"ר. אויך וועט דער בית דין צדק פון קהילתנו הקדושה גוזר זיין א תענית ציבור. און באסעס וועללן נאכדעם פיהרן דעם עולם צו די הויפטקווארטירן פון די געמיינע קאמפעני, מאטאראלא...!

ס'צירקולירן שמועות אז ליידער איז יד ..."ישראל"... באמצע. אז איינס פון די ..."חטאים"...פון נתן יהוא שר"י איז אז ער איז א שטילער שותף אין די געמיינע מאטאראלא קאמפעני...וה' יהיה בעזרינו להעביר את רוח הטומאה מן העולם...!

נשלח: דינסטאג יולי 04, 2023 10:32 pm
דורך חמלה גדולה
new model

נשלח: מיטוואך יולי 05, 2023 4:17 pm
דורך מן הסתם
מפיל קינד האט געשריבן:וואס איז שלעכט מיט די פליפ סעמסאנג גאלאקסי?
וואו קען מען באקומען אזא סארט פאון? א היינטיגערע מאדעל?

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 7:59 pm
דורך שלג זהב
גוגל Galaxy Z Flip4
קומט שוין כמעט ארויס די Galaxy Z Flip5

נשלח: זונטאג יולי 09, 2023 9:11 pm
דורך מן הסתם
ס'האט נישט קיין קי פעד.

אגב קען איינער ביטע מסביר זיין וויאזוי ארבעט די פליפ פאון מיטן פאלדינג סקרין? עני עקספיריענס?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2023 9:44 am
דורך יום טוב ליפמאן צונז
זייער געשמאק. ס'בייגט זיך איין אין מ'פאקט אריין אין טאש!

Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:46 pm
דורך קלוגע יודל
דאס איז אן הייליג טעלעפאון!
עס לייגט זיך צאם!
פאר עפעס א פאריקטע משוגעת איז געווארן דא אין אמעריקא (לאפוקא יוראפ און א"י) אז א כשר'ע טעלעפאן מיז זיך צוזאם לייגן, גיי פארשטיי....

Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:56 pm
דורך בר גיורא
קלוגע יודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:46 pm דאס איז אן הייליג טעלעפאון!
עס לייגט זיך צאם!
פאר עפעס א פאריקטע משוגעת איז געווארן דא אין אמעריקא (לאפוקא יוראפ און א"י) אז א כשר'ע טעלעפאן מיז זיך צוזאם לייגן, גיי פארשטיי....
סגלוסט זיך דיר ענדערש די "טלפון טיפש"(לאפוקי "טלפון חכם") וואס די פרומע עולם האבען אין ישראל?? איך גלייב נישט..
זע בייגעלייגט.
Screenshot 2023-12-13 235343.png

Re: מאטאראלע'ס סמארט פליפּ-פאון

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:24 pm
דורך קלוגע יודל
בר גיורא האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:56 pm
קלוגע יודל האט געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 4:46 pm דאס איז אן הייליג טעלעפאון!
עס לייגט זיך צאם!
פאר עפעס א פאריקטע משוגעת איז געווארן דא אין אמעריקא (לאפוקא יוראפ און א"י) אז א כשר'ע טעלעפאן מיז זיך צוזאם לייגן, גיי פארשטיי....
סגלוסט זיך דיר ענדערש די "טלפון טיפש"(לאפוקי "טלפון חכם") וואס די פרומע עולם האבען אין ישראל?? איך גלייב נישט..
זע בייגעלייגט.

Screenshot 2023-12-13 235343.png
ניין אבער צו זיין כשר מוז עס זיך נישט צוזאמלייגן.
ווי ארי גרינפעל פון גרינטאטש וויינט מיט זיין MINDPHONE אויף אייוועלט, אז אויב עס דארף זוך צוזאמלייגן, איז עס א רעסעפי זיך שנעלער צו צוברעכן.

Re:

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 8:30 pm
דורך berlbalaguleh
real fake news האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 9:40 am סקוקט אויס ווי א שיינע דזשאב געמאכט, באט איך זעה נישט וואס די פארלאנג זאל זיין פארדעם.
פאר טעבליטס וואלט אפשר געווען אינטערסאנט אז מזאלעס קענען פאלדען ( אפשר אפילו קענען פאלדן צוויי מאל...) און אריינלייגן אין טאש.
אונז קענען אפשר בענעפיטן פון דעם אז אין ביהמ"ד העט מען קענען קוקן די זייגער אויף די פראנט סקרין אן דעם וואס סזאל פליען שטיינער.
אי משום הכי: פעהלט נישט אויס קיין "סמארטפאון". וואס איז די רבותא? די זייגער קענמען דאך זעהן אויף א פשוט'ע "כשר'ע" פאון אויך...צו וואס האט דאס אויסגעפעהלט.?! (לשיטתם).