בלאט 1 פון 2

The Perfect Dream, שלום לעממער

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 4:47 pm
דורך [NAMELESS]
נעקסטע וואך פרייטאג נאוועמבער 15 קומט ארויס שלום לעממער'ס ערשטע נישט אידישע אלבום דורך Decca Gold. די נאמען איז The Perfect Dream.


איין ניגון איז שוין ארויסגעקומען מיט א מוזיק ווידיאו
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=cA2r4dBBAXw[/youtube]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 5:54 pm
דורך תורה ומדע
ע״ז אמרו חז״ל אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו. ולמקומו לעולם לא תגיע.
ס’זאגט עפעס אויף אונזער דור, איך ווייס אבער נישט גענוי וואס.

Re: The Perfect Dream, שלום לעממער

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 10:33 am
דורך החוקר
אויך געשפירט די זעלבע. עפעס שפירט זיך עס אומבאקוועם איך קען אבער נישט אנטייטלען וואס.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 3:20 pm
דורך לך לך
שיינע ניגון אבער זייער נישט נאטורלעך
.
און וואס זאגן די רבנים?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 4:46 pm
דורך איך אויך
ליידער נישט דער ערשטער/לעצטער שוטה וואס ווייסט נישט פונעם כלל All that glitters isn't gold און ווען זיי כאפן ענדליך יא איז שוין צו שפעט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 4:36 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז פשט פון די האס דא?

וועמען גייט אן וויאזוי און וואס שלום לעממער פירט זיך און טוט?

די אלבום איז אויסדרוקליך 'נישט' געמאכט פארן מעסיגן און עקסטרעמער חסיד, אויב ווילסטו עס הערן מעגסטו, אבער הער אויף בארעדן און באשמוצן.

און יעצט צו שלום לעממער... אוי וויי איז דיר... דו ווייסט גארנישט וואס דו וועסט אלס ליידן אין די צוקונפט, די רבנים זיצן שוין אין פארצימער און קנעפלען זיך צו די בעקיטשעס גרייט ארויסצוגיין קעגן דיר, נעם מיין נומער פאר סופארט ווייל איך בין דיר זייער ווייניג מקנא, נישט אין 2019, אפשר אין 2025 וועסטו קענען טון דאס וואס דו ברעכסט יעצט אדורך...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:20 am
דורך תורה ומדע
האס, מאן דכר שמיה?
סאיז אבער מאדנע פענאמאנאן אז א אינגערמאן מיט הענגעדיגע פיאות מיט אן איידעלער צורה זאל דארפן מאכן פרנסה אויף אזאן אופן. ממנ״פ איז ער במהותו ובהשקפותו דאס וועלכער זיין לבוש פארטרעט, אדער איז ער א גלאבאלער, ליבעראלער, הומענעטעריען ליבהאבער?

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:23 am
דורך תורה ומדע
סאיז דאך דא א סיבה פארוואס די פריערדיגע טאלאנטפולער אידן א שטייגער ווי שלמה׳לע קארלבאך, מרדכי ווערדיגער, אדער יעקב שוועקי זענען ניט געגאנגען אין דעם ריכטונג בכלל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:45 am
דורך הוגה
מאך זיכער האט געשריבן:וועמען גייט אן וויאזוי און וואס שלום לעממער פירט זיך און טוט?


לענ"ד, נאר בעלזער חסידים. די רעשט פון די וועלט האט (דערווייל) נישט קיין פראבלעם מיט אים.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:23 am
דורך 1111
טאטאל פאריקט, לא עלינו ולא עליכם, נישט מער געדאכט

חוץ אויב ער מיינט דא צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם (דאס ווען נישט העלפן סיי ווי) אבער אפשר קען מען אים דן זיין אז ער האט דאס געמיינט פאר די גויאישע גאס צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם..

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:25 am
דורך תורה ומדע
וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?…

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 10:27 am
דורך בת קול
1111 האט געשריבן:טאטאל פאריקט, לא עלינו ולא עליכם, נישט מער געדאכט

חוץ אויב ער מיינט דא צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם (דאס ווען נישט העלפן סיי ווי) אבער אפשר קען מען אים דן זיין אז ער האט דאס געמיינט פאר די גויאישע גאס צו פארמיידן אנטי סעמעטיזעם..


קענסט מיר אויסרעכענען איין פאריקטער פרט?
איך האב נישט געזעהן קיין איין זאך וואס ער האט געטוהן wrong ביז דערווייל.
סאיז כאטש אזוי כשר ווי זיך לאזן וואקסן די האר... ( נישט היימיש און נישט wrong).

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 11:13 am
דורך גדליה
מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.

Re: The Perfect Dream, שלום לעממער

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 12:12 pm
דורך צפור בודד
גדליה האט געשריבן:מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.
פארקערט מ'זעט אז אפילו די גויים זעען איין דער עם הנבחר'ישקייט פון א חסידישער עדיוקעישן. וידעו כי אתה שמך ה'

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:18 pm
דורך בעל רגש
שלום האט געטוהן א שריט, דאס איז זיכער, צווישן אים און גאט איז נישט מיין דאגה, איך האף ער האט איינעם מיט וועם ער רעדט זיך דורך, זאל עס זיין א רבי ,טעראפיסט, Coach וכו' איינער וואס קען זיך האלטן אביעקטיוו, און ווייסט זיינע boundaries וואס ער וויל, און ווערט נישט פארבלענדעט פון גאלד, ווייל עס ווארט פאר אים נאך אסאך challenges...
וואס יא, שלום טרעט אויף א נערוו, די רבנים גייען נישט שטיל בלייבן קומענדיגע מאל ווען rccs וועט אים רופן אויפטרעטן און עטרת אברהם... און פון זייער פערספעקטיוו זענען זיי טויזענט פראצענט גערעכט,ער קען נישט טאנצען באקוועם אויף ביידע חתונות. זאלן די א. ג ליבעראלן נישט שטורעמען ווען די קול קורא פארט ארום אויף טוויטער.
אז שלום מעג זינגען, מעגן זיי שרייען...

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
אפילו ליפא (פאר ער איז געווארן א ..."באלטשיווע")...איז נישט געגאנגען אזוי ווייט...!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:00 pm
דורך מפיל קינד
א שטיקל מוסר השכל: ליפא האט פרובירט 20 יאר אנצוקומען צו דעם שטאפל, אבער אן ערפאלג. ער האט זיך צוריקגעדרייט מיט ליידיגע הענט.

שלום לעמער, א חסידישער אינגערמאן וואס גייט אין גאס נאר מיטן הוט און רעקל, ער האט באקומען דעם דיעל!

אויב ס'איז דיר באשערט גליק, וועט עס אנקומען אויף א גאלדענע טאץ. אויב נישט, וועסטו עס נישט קענען טרעפן.

נאך א פשט, די יצר הרע ארבעט אויף יעדעם לויט זיין דרגא. פאר ליפא איז גענוג געווען דער דמיון ער זאל אנקומען וואו ער איז אנגעקומען. שלום האט זיך נישט געלאזט ביז מ'האט אים עס געגעבן, האט ער עס באקומען.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:03 pm
דורך מפיל קינד
אבטולמוס האט געשריבן:קודאס פאר ר' שלום צו אנקומען צו אזא אומגלויבליכער דערגרייכונג צו נוצן זיינע טאלאנטן פאר דער ברייטער וועלט, און נאך דערצו אויף זיינע טערמינען אלס א חסידישער איד.

אויב זיינע טערמינען זענען געבליבן ביים אלטן און וועלן ווייטער בלייבן, דאן האסטו גוט געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 8:19 pm
דורך real fake news
בעל רגש האט געשריבן:שלום האט געטוהן א שריט, דאס איז זיכער, צווישן אים און גאט איז נישט מיין דאגה, איך האף ער האט איינעם מיט וועם ער רעדט זיך דורך, זאל עס זיין א רבי ,טעראפיסט, Coach וכו'

כמיין סהאט געהייסן אז ער האט באקומען עפראוועל פון בעלזער רבין.
דאכצעך מיר אזוי האט ער געזאגט אין זיין אינטערוויו מיט די עמי אויב כגעדענק גוט.

Re: The Perfect Dream, שלום לעממער

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 3:20 am
דורך moneyminded
בעל רגש האט געשריבן:וואס יא, שלום טרעט אויף א נערוו, די רבנים גייען נישט שטיל בלייבן קומענדיגע מאל ווען rccs וועט אים רופן אויפטרעטן און עטרת אברהם... און פון זייער פערספעקטיוו זענען זיי טויזענט פראצענט גערעכט,ער קען נישט טאנצען באקוועם אויף ביידע חתונות. זאלן די א. ג ליבעראלן נישט שטורעמען ווען די קול קורא פארט ארום אויף טוויטער.
אז שלום מעג זינגען, מעגן זיי שרייען...


איך האב געהערט שוין א שטיק צייט צוריק אז די לעצטע יאר צייט האט ער שוין נישט באקומען די היימישע דינערס און נאך


Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 7:41 am
דורך פערינא
ער שטייט דאך נישט אויף קיין איין scene צוזאמען מיט א פרוי. וואס איז די פראבלעם?

גראדע גייט עס אים נישט אזוי גוט. מ'קען זען אויף YouTube די אנדערע היימישע זינגערס האבן א שטערקערעfollowing

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 9:24 am
דורך תורה ומדע
גדליה האט געשריבן:מזעהט קלאר אז ממוז האבען א בעסערע עדיוקעשען אזוי מזאל נישט דארפן צוקומען צו פרנסה דורך זינגען פאר גויים ליידער.

מסכים. פראבלעם איז אז אפילו מיט א גוטע עדיוקעישן קען מען ניט מפרנס זיין און חתונה מאכן א משפחה מיט צעהן קינדער. דער זינגער מיט נאציונעלער אנערקענונג וועט אפשר יא דאס קענען באווייזען בדרך כבוד ובהיתר אהן א הארצוויי.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 9:30 am
דורך [NAMELESS]
די עולם פארגינט נישט :-?