בלאט 1 פון 1

עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 11:56 pm
דורך קורקלענד
היינט איז געווען עלעקשאן דעי אין אמעריקע און ניט יארק איז געגאנגען צו די שטים בודקעס. אין בּ''פּ זענען אלע פאליטיקער און עסקנים ארויסגעקומען זייער שטארק און אפעלירט פארן ציבור אז מ'זאל שטימען 'ניין' אויף אלע שאלות פון די צווייטע זייט פונעם בעלאט. אנגעבליך ווייל מיר וועלן פארלירן קאנטראל און געלט אדאנק יענע רעזאלוציעס, אויב זיי גייען אדורך. לייענענדיג אלע פינף שאלות אבער האב איך נישט געקענט זעהן וואו ס'שטעקט די פארלוסט פאר די וויילער. פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

קען אפשר איינער וואס קען זיך אויס אין די ענינים אריינקומען קלאר מיט וואס פונקטליך די עסקנים און פאליטיקער זענען אזוי באזארגט?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 9:49 am
דורך הדסים
איך האב נישט געזען די שאלות. אויב דו ווילסט הערן א מיינונג, ביטע לייג עס ארויף.

Re: עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 10:16 am
דורך החוקר
לאחרונה זענען די 5 פראגעס.

Ballot Question #1: Ranked Choice Voting

Ballot Question #2: Civilian Complaint Review Board (CCRB)

Ballot Question #3: Ethics and Government

Ballot Question #4: City Budget

Ballot Question #5: Land Use

דא קענסטו טרעפן מער דעטאלןבאריכות.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 10:30 am
דורך הדסים
קורקלענד האט געשריבן: פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

איך קען מיר נישט דווקא אויס אין די ענינים, אבער מיט א שנעלע איבערבליק זעט מיר עס אויס ווי דו ביסט גערעכט. זיי האב עס לכאורה נאר געטון פאר די פאליטיקער.

ברוך הטוב והמטיב

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 11:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
בילד

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 1:00 pm
דורך קורקלענד
הדסים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן: פאר די פאליטיקער האב איך יא געזען אז זיי האבן מעגליך וואס צו פארלירן.

איך קען מיר נישט דווקא אויס אין די ענינים, אבער מיט א שנעלע איבערבליק זעט מיר עס אויס ווי דו ביסט גערעכט. זיי האב עס לכאורה נאר געטון פאר די פאליטיקער.

דארף מען דעמאלס פארשטיין. זענען אונזערע עסקנים דא פאר די וויילער אדער פאר די פאליטיקער? וועמענס אינטערעסען עסקנן זיי?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: איך בין אויך נישט צו שטארק בקי אין די .."פיין פרינט"...און די תוצאות פון יא, און נישט אדאפטירן די אמענדמענטס. אבער קוק מיט וועם מ'גייט דא צום טיש. וועלכע גרופס זענען פאר, און קעגן די אמענדמענט...!

די ..."טרענסדזשענדער"...און אנדערע ..."ליבעראלע" גרופס זענען פאר. און די פי. בי. עי. איז איינס פון די גרופס וועלכע זענען אקעגן...!

Re: עסקנים הייסן שטימען 'ניין' אויף אלע פינף שאלות

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 1:35 pm
דורך גראף
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: איך בין אויך נישט צו שטארק בקי אין די .."פיין פרינט"...און די תוצאות פון יא, און נישט אדאפטירן די אמענדמענטס. אבער קוק מיט וועם מ'גייט דא צום טיש. וועלכע גרופס זענען פאר, און קעגן די אמענדמענט...!

די ..."טרענסדזשענדער"...און אנדערע ..."ליבעראלע" גרופס זענען פאר. און די פי. בי. עי. איז איינס פון די גרופס וועלכע זענען אקעגן...!
נעוואדע איז די PBA קעגן ווייל איינער פון די פינף איז וועגן אן קלאגן פאליציי אפיצירן פאר פאלשע באשולדיגען!

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 06, 2019 3:06 pm
דורך קורקלענד
berlbalaguleh האט געשריבן:קורקלענד: איך בין אויך נישט צו שטארק בקי אין די .."פיין פרינט"...און די תוצאות פון יא, און נישט אדאפטירן די אמענדמענטס. אבער קוק מיט וועם מ'גייט דא צום טיש. וועלכע גרופס זענען פאר, און קעגן די אמענדמענט...!

די ..."טרענסדזשענדער"...און אנדערע ..."ליבעראלע" גרופס זענען פאר. און די פי. בי. עי. איז איינס פון די גרופס וועלכע זענען אקעגן...!

די תירוצים זענען גוט פאר אינדיקאטורס אבער די פאקטן דא זעען אויס פארקערט....