די באקאנטע עפפ וואס לערענט אויס שפראכן "דאאלינגא" וויל ארויפלייגען אידיש, און מ'קען יעצט שטימען וואספארא מין אידיש זיי זאלן האבן אויף די עפפ. די אידיש פון די אידישיסטען (ייווא) אדער חסידישע אידיש אדער ליטווישע אידיש.
פארשטייט זיך אז פאר אונז חסידים איז גוט ס'זאל זיין חסידישע אידיש ווייל ס'העלפט בעסער עסטעבלישן אז אונזער אידיש איז די עכטע אידיש און נישט די אידישיסטישע אידיש וואס זיבן אהאלב מענטשען רעדן.
די פראבלעם אז חסידיש אידיש איז נישט גוט אין גרעמער איז נישט נוגע ווייל זיי האבן שוין מחליט געווען ווי אזוי די גרעמער וועט געניצט ווערן. די שאלה יעצט איז נאר אויף די הברה חלק, ווי אזוי די ווערטער וועלן ארויסגעזאגט ווערן.
די עולם איז מכובד צו שטימען פאר חסידיש אידיש!
https://docs.google.com/forms/d/e/1FAIp ... A/viewform
געט אפ אייער שטימע פאר חסידיש אידיש!
דער אשכול פארמאגט 16 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן