בלאט 1 פון 2

ברלנד! הכצעקתה?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:25 pm
דורך חקרן
איך הער שוין די מענטשן שרייען, נאך איידער מען הויבט אן ליינען דעם ארטיקל, די שוים קומט שוין ארויף ביי די נאז און די נעגל איז שוין אויסגעשפיצט צו צערייסן יעדער וואס קומט זאגן א גוט ווארט אויף אים.

אבער איין מינוט, נישט פון דעם וויל איך רעדן.

לעצטנס טוט זיך אין די נייעס, די פאלציי פארשט נאך ווי אזוי בערלאנד רייסט געלט פון זיינע חסידים, צוזאגנדיג ישועות און רפואות, מיטן באדינג אז מען זאל נישט נעמען די ריכטיגע מעדיצינישע הילף. שווערע מיליאנען האט ער שוין מעגליך ארויסגעשלעפט פון זיינע אנהענגער פאר א.ג. ישועות, און ער האקט א חיים טובים בשעת זיינע חסידים בלייבן תמימות'דיגע חסידים פון אים.

ריכטיג, אן עוולה גדולה!

אבער לאמיר טראכטן א מינוט. איז נישט פארהאן נאך פילע באבא'ס, רבנים און מקובלים וואס טוען די זעלבע? - יא און יא! עס וועט עס קיינער נישט לייקענען. וואס דא איז געשען איז, אז איין מאל דו האסט א לינקע אויג אויף א מענטש צוליב זיינע אלטע מעשים אויף וואס ער איז אפגעזעצן, קענסטו אים גרינג צילן אויף אנדערע מעשים, אפילו אויב אין געווענליכע פעלער וואלסטו נישט געמאכט קיין עסק דערפון.

קלער אריין. אויב וואלט ברלנד געווען ריין פון א חשש זנות, די גאנצע מעשה וואס איז געשען מיט אים, וואלט קיינמאל נישט פארגעקומען, און די יעצטיגע פרשה איז די ערשטע זאך וואס מען טרעפט אויף אים, וואלט מען עס אראפגעשלינגען. אבער... ער איז דאך ברלנד... ווייסטאך, ס'איז געווען עפעס מיט אים... דעמאלס איז עס א געפערליכע עוולה.

די שאלה איז; אויב דו ביסט בודק לגופו של ענין, צו די עצם מעשה אליין... איז דאס באמת אזוי הארב? - דער ענטפער איז אז יא, אבער וואלסטו אומגעגאנגען די זעלבע צו ר' רפאל אבוחצירה אדער ר' דוד אבוחצירה, אויב דו געפינסט אויס אקאראט די זעלבע מעשה, אז זיי האבן ארויסגעשלעפט געלט פון איינעם? - אדער בלויז ווייל עס איז בערלאנד קומט אים מיתה משינה...

טראכט אריין...

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 12:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די אלע שמוציגע מעשיות זענען געקומען שוין נאכדעם וואס ער איז געווען באוואוסט אלס א מטורף, ווי רצ"ח האט זיך אויסגעדרוקט ווען ס'האט זיך אנגעפאנגען די פרשה, "כ'האב שוין לאנג געוואוסט אז ער איז חשוד אויף עבודה זרה און שפיכות דמים, יעצט בין איך געוואר געווארן אז ער איז חשוד אויף גילוי עריות אויך...".

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 08, 2019 2:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שיין פון דיר צו לויפען צו ספרדים וכדו'. דער סקולענער רבי האט נישט געמאנט געלט פון פארצרה'טע מענטשן? הרב חיים פנחס שיינברג האט דאס נישט געטון. נאר די צווייטע ווייסט מען אז זיין מוסד האט איהם אסאך געקאסט, און ער האט נישט געלעבט ברווחות. דער ערשטע האט אפשר נישט געלעבט ברווחות, אבער די 'מוסד' האט נאך נישט באטעטיגט איהר עגזיסטענץ און עס איז גאנץ מעגליך אז די שטוב מענטשן דארט האבען חתונה געמאכט זייער קינדער דערפון.

אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך

Re: ברלנד! הכצעקתה?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 7:24 pm
דורך משהה פרידמן
אן פארענטפערן די אבוחצירא'ס, איז די מעשה אביסל אנדערש, ברלנד האט איר נישט געלאזט נעמען א סורגערי אפילו ווען זי איז שוין געלעגן אויפן טויט בעט, עס איז שווער זיך פארצושטעלן אז דאס זאל פאסירן ביי אן אנדערע מקובל

Sent from my SM-A205G using Tapatalk

Re: ברלנד! הכצעקתה?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 10:58 pm
דורך אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שיין פון דיר צו לויפען צו ספרדים וכדו'. דער סקולענער רבי האט נישט געמאנט געלט פון פארצרה'טע מענטשן? הרב חיים פנחס שיינברג האט דאס נישט געטון. נאר די צווייטע ווייסט מען אז זיין מוסד האט איהם אסאך געקאסט, און ער האט נישט געלעבט ברווחות. דער ערשטע האט אפשר נישט געלעבט ברווחות, אבער די 'מוסד' האט נאך נישט באטעטיגט איהר עגזיסטענץ און עס איז גאנץ מעגליך אז די שטוב מענטשן דארט האבען חתונה געמאכט זייער קינדער דערפון.

אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך
דו ווייסט א מעשה ווי סקולענער רבי האט געמאנט געלט פון פארצרהטע מענטשן?

ר' חיים פנחס שיינבערג האט צוגעזאגט ישועות, אדער האט ער בלויז געזאגט אז געבן געלט פאר א מקום תורה קען העלפן?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 11:24 pm
דורך אישתישבי
אדער ר' חיים קאניעווסקי הייסט נישט נעמען טריטמענטס פאר יענע מחלה.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 6:32 am
דורך [NAMELESS]
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שיין פון דיר צו לויפען צו ספרדים וכדו'. דער סקולענער רבי האט נישט געמאנט געלט פון פארצרה'טע מענטשן? הרב חיים פנחס שיינברג האט דאס נישט געטון. נאר די צווייטע ווייסט מען אז זיין מוסד האט איהם אסאך געקאסט, און ער האט נישט געלעבט ברווחות. דער ערשטע האט אפשר נישט געלעבט ברווחות, אבער די 'מוסד' האט נאך נישט באטעטיגט איהר עגזיסטענץ און עס איז גאנץ מעגליך אז די שטוב מענטשן דארט האבען חתונה געמאכט זייער קינדער דערפון.

אלענפאלס, דאס נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן איז א פארברעך, און דאס זאגען דעות אויף מעדיצין ווען מ'ווייסט נישט, איז נאך א פארברעך

וואס רעדסטו שטותים? האסט געזען די דאקומענטרי? סקולענער רבי האט זיך אריינגעמישט אין עניני רפואה? גאר זעלטן, און ווען יא האט ער געפועלט א ישועה, דא רעדט מען דען פונעם זעלבן סארט מענטש?

איך גראדע האב גאר שטארק געהאלטן פון ר' אליעזר ברלנד טראץ וואס איך האב געהערט די אלע געשיכטעס (אין וואס איך בין נאל היינט מסופק) און איך בין אריינגעגאנגען צו אים עטליכע מאל רעדן און איך בין נתפעל געווארן פון זיין גאונות און חריפות, דאך, ווען איך האב געזען אט די דאקומענטרי בין איך געקומען צום החלטה אז דאס איז עס! דער מענטש איז א סכנה פאר יומעניטי און ער באלאנגט הינטער גראטעס, דיינע צוזאמשטעלן זענען גאר נאריש, קוק די דאקומענטרי און דאן וועסטו קאמענטן.

א מענטש וואס זייגט ארויס פון אן ארימע פאמיליע די פאנטאסטישע סומע פון 700,000 ש"ח!

ער הייסט די פרוי גיין אויף א נארישע דיעטע פון זופ געמאכט פון ארענזשע גרינצייג!

ער לאזט זיי נישט גיין אפילו מאכן א קעט סקען!

און דאן גיבט ער הבטחות צו די צובראכענע מאמע און נעמט אריבער נאך א פדיון פון 12,000 ש"ח מיט א ריזיגער שמייכל!

וואס האסטו גערעדט פון סקולענע רבי און ר' חיים פנחס שיינבערג?

דרך אגב, אליעזר ברלנד איז אן אשכנזי פון ביידע זייטן, פון זיין טאטנס זייט שטאמט ער פון חעלם (פוילן) און פון זיין מאמעס זייט פון טאהש (אונגארן) ער איז אן ערשטער קאזין מיט די עשירים סטרולאוויטש פון ווילי און קעיזשעי...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 6:39 am
דורך [NAMELESS]

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 8:21 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געשריבען צוויי זאכען. נעמן געלט פון פארצרה'טע מענטשן און זאגען דעות. דער סקולענער רבי פלעגט בעטן געלט, מיט א סכום, פון פארצרה'טע מענטשן. און דאס איז פאר מוסדות וואס קיינער ווייסט נישט וואס און וואו זיי זענען.
הרב חיים פנחס שיינבערג פלעגט, כפי מיטב ידיעתי, נישט דערמאנען א סכום, אבער ער האט גערעדט פון געלט פאר יעדער וואס האט איהם געפרעגט אן עצה און א ברכה, אפילו פון ארימעלייט. און דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך פארשטיי איהם בעסער ווייל ער האט געהאט א שווערן לאסט אויף זיין פלייצעס, און פאר א מתמיד ווי איהם צו מוזען ארום פארען די וועלט און שמייכלען צו שוטים קען נישט זיין לייכט. אבער למעשה איז עס נישט אויסגעהאלטען.

איך האב געהערט פון די אראנדזשער דייעט פון הרב ברלנד פון א חסיד זיינער, און יענער האט מיר געוואלט צורעדן דערצו, אבער איך האב נישט געהאלטען דערביי. עס קען זיין אז ער איז מער עקסטרעם ווי אנדערע, אבער די מחלה איז דא אומעטום, און מ'זאל נישט באשולדיגען דוקא די ספרדים דערין. אגב, פלעגט דער בבא סאלי נישט נעמן געלט, און ער האט זיך שטארק גערעגט ווען מ'האט איהם געוואלט געבן געלט, ועובדות ידענא. איך ווייס נישט קיין סאך פון איהם צו זאגען און איך פארשטיי נישט די גאנצע ענין דארט, אבער מיט געלט זאגט מען אז ער איז געווען שטארק אויסגעהאלטען.

Re: ברלנד! הכצעקתה?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 10, 2019 9:20 am
דורך אונטער חכם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב חיים פנחס שיינבערג פלעגט, כפי מיטב ידיעתי, נישט דערמאנען א סכום, אבער ער האט גערעדט פון געלט פאר יעדער וואס האט איהם געפרעגט אן עצה און א ברכה, אפילו פון ארימעלייט. און דאס איז נישט אויסגעהאלטען. איך פארשטיי איהם בעסער ווייל ער האט געהאט א שווערן לאסט אויף זיין פלייצעס, און פאר א מתמיד ווי איהם צו מוזען ארום פארען די וועלט און שמייכלען צו שוטים קען נישט זיין לייכט. אבער למעשה איז עס נישט אויסגעהאלטען.


פארוואס איז עס נישט אויסגעהאלטן? אפשר איז אויך נישט אויסגעהאלטן צו לייגן אן אדוערטייזמענט פון אן אפעטיטליכן אייז קריעם ווי ארימעלייט קענען עס זעהן?

ער מעג בעטן, און זיי דארפן נישט געבן.

וועגן סקולענער רבי דארף מען וויסן א פונקטליכע מעשה, איז עס טאקע געווען ער אליינס? האט דער מענטש געהאט געלט?

(וועגן טאשער רבי ווייס איך קלארע מעשיות ווי די גבאים האבן פארלאנגט פון מענטשן געלט מכלומר'שט בשם דעם רבי'ן, און עס איז נישט געווען אמת)

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2020 6:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע

נשלח: דינסטאג יאנואר 21, 2020 9:11 pm
דורך ליב צו וויסן


דער מענטש דארף א דאקטאר פאר מען לייגט אים אונטער גראטעס

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2020 12:29 pm
דורך שבת אחים
ליב צו וויסן האט געשריבן:


דער מענטש דארף א דאקטאר פאר מען לייגט אים אונטער גראטעס


ווער איז יענער וועמען ער קישט דארט?

ברלנד! הכצעקתה?

נשלח: מיטוואך יאנואר 22, 2020 12:43 pm
דורך זעקעל
@ליב צו וויסן - סאיז אינו מוכרח כן !!! ס׳קען גאר זיין אז זיין כוונה אין אמתן אריין איז גאר לכתכילה געווען נשיכה ווי סאיז געוועזען ביי יעקב׳ען ווען ער איז אנטקעגן געקומען זיין ברודער׳על עשו׳ן נאר סאיז פשוט נתהפך געווארן צו חיבוק ונישוק איי פארוואס פונקט נשיכה ?
עס סאיז נאר אן השארה סא קום צו מיר מיט קיין פירכה׳ס נישט...
נאך א פשט מן הסתם מיינט ער נישט יענעמס גוף איך גלייב דער צדיק איז מרגיש א נשמת Gigi Hadid’like פונעם פריערדיגקען century וואס כידיאה איז דאס שייך כמובא מ׳חוה שטיין משום ספרי קבלה

נשלח: מוצ"ש פעברואר 08, 2020 11:58 pm
דורך real fake news
ער איז היינט פריש ארעסטירט געווארן

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2020 7:30 am
דורך ליב צו וויסן
real fake news האט געשריבן:ער איז היינט פריש ארעסטירט געווארן


אויף וועלכע קלאגעס ?

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2020 11:27 am
דורך אדונינו
ליב צו וויסן האט געשריבן:
real fake news האט געשריבן:ער איז היינט פריש ארעסטירט געווארן


אויף וועלכע קלאגעס ?

עושק, קבלת דבר במרמה, והלבנת הון.

נשלח: זונטאג פעברואר 09, 2020 12:05 pm
דורך צפור בודד
זעט אויס בערלאנד איז נישט אזוי קליג ווי די רביס אדער בערלאנד'ס חסידים זענען נישט אזוינע בהמות ווי פלעינע חסידים פון חסיד'ישע רביס. די רבי'ס זעצן זיך אוועק בראש השולחן, נעמן א צעטל וואס מען האט א נאמען געגעבן קוויטל און וואס קומט מיט א פדיון אין דער זייט, זיי מאכן נישט הבטחות און זאגן גארנישט צו און דער עולם הערט נאך אלץ נישט זיי אנצושיטן מיט געלט. אן א הבטחה קען מען נישט בעט א ריפאנד, די פאליציי האבן נישט איבער וואס צו ארעסטירן און די רבי'ס לאכן און לעבן.

Re: ברלנד! הכצעקתה?

נשלח: דינסטאג פעברואר 11, 2020 1:45 am
דורך moneyminded
צפור בודד האט געשריבן:זעט אויס בערלאנד איז נישט אזוי קליג ווי די רביס אדער בערלאנד'ס חסידים זענען נישט אזוינע בהמות ווי פלעינע חסידים פון חסיד'ישע רביס. די רבי'ס זעצן זיך אוועק בראש השולחן, נעמן א צעטל וואס מען האט א נאמען געגעבן קוויטל און וואס קומט מיט א פדיון אין דער זייט, זיי מאכן נישט הבטחות און זאגן גארנישט צו און דער עולם הערט נאך אלץ נישט זיי אנצושיטן מיט געלט. אן א הבטחה קען מען נישט בעט א ריפאנד, די פאליציי האבן נישט איבער וואס צו ארעסטירן און די רבי'ס לאכן און לעבן.
די רעדסט פון פאר פייער און וואסער , איך האב פערצופאל געהערט דערוועגן שוין אפאר חדשים צוריק ,ער נעמט ריזיגע סכומים נישט קיין קליינע פדיונות וואס אונזערע רבי'ס באקומען פאר זיך ,אונזערע רבי'ס וואס נעמען גרויס געלט איז עס פאר בנינים וואס מען באקומט זכותים אין בנינים וכהנה וכהנה ,דארט רעדט מען אויסליידיגען מענטשן'ס בענק אקקאונטס פאר זאכן וואס ער זאגט צו פאר זיך איו טאש

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:36 pm
דורך אינטערסאנטער
א גאר אינטערסאנטער חידוש האט ארויפגעברענגט פינחס גלויבער אויף קול מבשר ביי זיין אפטיילונג אויף קול מבשר וואס רופט זיך "על רגל אחת", נומער #418 (פון די מעין מעניו 3-9-2) און דארט ברענגט ער ארויף אז בערלאנד ליידט לכאורה פון א געוויסע זעלטענע מחלה וואס הייסט frontotemporal dementia ftd וואס לויט ווי ער טענה'ט האט ער שטודירט די מחלה און צוזאמענהאנג מיט די מאדנע אויפפירונגען פון בערלאנד ברבים, און עס שטימט זייער גוט איינס מיט די אנדערע.

עס איז אזא סארט מחלה אזוי ווי אלצהיימערס, אבער די סימפטאמפס זענען ממש פון די סארט אויסברוכן וואס בערלאנד האט געהאט. די ביסל וואס איך האב געגוגל'ט, זעהט טאקע אזוי אויס אז די וואס ליידן דערפון האבן אן עקסטרעמע דרייוו צו מאדנע נידריגע זאכן אויף א פארנעם אז זיי אליין ווייסן נישט אז זיי טוען עס אפילו, עס איז מער די מחלה וואס פארדרייט די קאפ פון די מענטש און פירט אים אין אזא פאזיציע.

איך האב דאס נישט אינגאנצן שטודירט, אבער טאמער דאס איז אמת איז דאס זייער אן אינטערסאנטע נייע ליכט אין די גאנצע פרשה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 27, 2023 10:51 pm
דורך פאטאש
Why do you think that he is talking about berland?

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 1:04 am
דורך yesiknow
אינטערסאנטער האט געשריבן:א גאר אינטערסאנטער חידוש האט ארויפגעברענגט פינחס גלויבער אויף קול מבשר ביי זיין אפטיילונג אויף קול מבשר וואס רופט זיך "על רגל אחת", נומער #418 (פון די מעין מעניו 3-9-2) און דארט ברענגט ער ארויף אז בערלאנד ליידט לכאורה פון א געוויסע זעלטענע מחלה וואס הייסט frontotemporal dementia ftd וואס לויט ווי ער טענה'ט האט ער שטודירט די מחלה און צוזאמענהאנג מיט די מאדנע אויפפירונגען פון בערלאנד ברבים, און עס שטימט זייער גוט איינס מיט די אנדערע.

עס איז אזא סארט מחלה אזוי ווי אלצהיימערס, אבער די סימפטאמפס זענען ממש פון די סארט אויסברוכן וואס בערלאנד האט געהאט. די ביסל וואס איך האב געגוגל'ט, זעהט טאקע אזוי אויס אז די וואס ליידן דערפון האבן אן עקסטרעמע דרייוו צו מאדנע נידריגע זאכן אויף א פארנעם אז זיי אליין ווייסן נישט אז זיי טוען עס אפילו, עס איז מער די מחלה וואס פארדרייט די קאפ פון די מענטש און פירט אים אין אזא פאזיציע.

איך האב דאס נישט אינגאנצן שטודירט, אבער טאמער דאס איז אמת איז דאס זייער אן אינטערסאנטע נייע ליכט אין די גאנצע פרשה.
אין לשון קודש רופט זיך עס "אין אדם חוטא אלא אם כן נכנס בו רוח שטות". די קוגל וואס דו מישט מיט גלויבער און רבי אליעזר בין איך נישט אזוי באהאווענט, אבער איך בין זיכער אז "דו" פארשטייסט וואס דו זאגסט.
בוקר טוב, גיי מיר דאווענען.

נשלח: מיטוואך מערץ 01, 2023 1:38 am
דורך שמן למאור
yesiknow האט געשריבן:בוקר טוב גיי מיר דאווענען
פארוואס גייסטו דאווענען שחרית 2:04 am? ביסט אן יוראפעאישער אדער אן איזרעילי? גילוי אלערט.