א טרער אויף אלתר גאלדבערגער'ס סטאטוס
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 09, 2019 8:42 pm
געווען א איד וואס האט אוועקגעגעבן שעות אריכות צו מהנה זיין אידישע קינדער. געווען א איד וואס האט אויסגענוצט זיין סטאטוס צו דערפרייען אידישע נשמות, שאפן ריידס פאר לעזער וויינשטאק און אויף שבת צו מאכן פאר בארדיטשובער רבי. געווען א איד וואס איז אלעמאל געווען גרייט אוועקצושענקען זיין פלאטפארמע פאר א מתחיל וואס הויבט אן א ביזנעס, א נייער חופה זינגער וואס זוכט מענטשן זאלן אים אויסהערן, א וויכטיגע צוועק וואס דארף א שנאר, סתם אזוי זיך מיטפרייען מיט יענעמ'ס שמחה אדער יענעמס קעדאקטשקע, פראקלאמירן צייטונגען וואס דארף קונדן, אדער געבן אטענשאן פאר די וואס קענען עס נוצן.
געווען א איד וואס האט געהאט דאס הארץ צו שענקען א שטימע, א שטימע פאר סיי וועמען און איבער סיי וועלכער ענין הצריך תיקון וחיזוק, א שטימע פאר דעם וואס באדערט אז די שולעס שפארן אפ און שיקן אהיים די קינדער על לא דבר, א שטימע פאר וועמען עס עסט ווען פארקינג ווערט צוגענומען אין די שווערסטע ערב יו"ט טעג, א שטימע פאר טיטשערס ווען זיי האבן נישט באקומען באצאלט אין שולע, א שטימע פאר א יחיד אין א געזעלשאפט וועלכע נויטיגט זיך דערין אזוי שטארק.
געווען א איד וואס פלעגט אריינברענגען א געשמאק אין חו"ר מדי שבוע בשבוע מיט אינטערעסאנטע חידות'לעך, טייטשלעך און שאלות און אפילו תורות פאר'ן שווער. געווען א איד וואס האט געצייגט א ביישפיל פון א סאטמארער בעל בית וואס איז עוסק על המחי' און איז טאקע פארנומען מיט "שטותים" אויף וואטסעפפ אבער איז יעדן פארטאגס אין ביהמ"ד נישט קיין חילוק ווען ער האט זיך געלייגט אדער ביי וועלכע "מעגא" אדער "נגידישע" חתונה ער האט זיך באטייליגט ביז די שפעטע שעה'ן. געווען א איד וואס האט געהויבן כבוד פון לומדי תורה און ווען ער האט געכאפט א באלעבאטיש יודל ביי דער גמרא האט ער זיכער געמאכט עס צו פאראייביגן אין א בילד.
געווען א יחיד וואס האט אויפגעבויעט א ווירטועלע קהלה אויף דער אייגענער האנט, געווען א יחיד וואס האט געמאכט שמייכלען אזויפיל טויזנטער מענטשן אזויפיל טויזנטער מאלן און היינט איז דאס אלעס פארגאנגען.
פון א מינוט אויף א מינוט איז דאס אלץ אין דער ערד געלייגט געווארן.
זיין חטא איז געווען נאכפאלגערשאפט. א יחיד וואס האט א פאלאושיפ, א כח, א ווארט, דאס איז די גרעסטע חטא אין אונזער געזעלשאפט, איי ער האט געשטופט דעם וואגן, איי ער האט פראקלאמירט יעדע ארונישע נאראטיוו און יעדע ארונישע טולקינג פוינט, איי ער האט געשווענצט ווען מ'דארף שווענצן און געפאטשט ווען מ'דארף פאטשן, איי אלעס איז געווען רעכט שברעכט, ערליכער פון ערליך, בילדער פון פרויען זענען געמעקט געווארן און אלעס האט געשטימט מיט די שיטה הקדושה ביז צו דער האר, כל זה איננו שוה לי, א חסיד האט א רעכט צו שטיין אויף די אכטע שטאק פארענטשע און זיך שאקלען אין מחזור'ל, א חסיד האט א רעכט צו זיין א שוואנץ, א חסיד האט אבער נישט קיין רעכט צו האבן א ווארט.
די פלוצימע אומקום פון אלתר גאלדבערגערס סטאטוס איז א טראגעדיע. געווען איין מענטש וואס האט גענוצט די טעכנאלאגיע אן קיין שום אייגענע אינטערעסן פשוט געבן לשם געבן אז יענער זאל האבן הנאה און פארגעניגן. אז דאס איז געזען געווארן ווי א ביין אין האלז פאר מאנכע איז דאס א ווייטאג. נישט בלויז א ווייטאג פאר די טויזנטער אידן וועמען ער האט מהנה געווען במישרין אדער בעקיפין, נאר ס'איז א פרישע פרעצעדענט אין טעראר און דערשטיקן דעם קול פונעם יחיד.
פירן א כללות'דיגע מערכה קעגן דער אינטערנעט, קעגן וואטסעפפ, קעגן סטאטוס, איז איין סארט זאך, דערנאך איז דא שלב ב' וואס גרעניצט זיך מיט פולקאמע רשעות און השחתה, דאס איז ווען מ'איזדעקעוועט זיך אויף א יחיד, ווען מ'דערשטיקט אים ביים האלז מיט שארפע נעגל, מ'קריכט אריין אין פריוואטן לעבן און מ'צילט די פיילן גראד אין פינטל.
און ווער עס האט נאר געהערט אלתר גאלדבערגערס געשיכטע וויאזוי מ'האט אים געברענגט צו שליסן זיין סטאטוס סאגא, ווי מ'האט גענוצט יונגע קינדער ווי פאנדלעך אויף א שאך ברעט, ווי מענטשן וואס האבן נהנה געווען פון דעם זעלבן שיסל האבן אצינד געשפיגן דערויף אן די מינדעסטע געוויסנביסן, ווי א בריוול וואס דערקלערט קאלטבלוטיג פאר א פאמיליע אז די קינדער ווערן ארויסגעווארפן אויף די גאס האט ניטאמאל א טעלעפאן נומער צו וועמען צוריקצורופן, ווי מענטשן וואס זיצן ביים רודער פארשלייערן זייער רשעות און ווילן נישט נעמען עקאונטעביליטי, ווען מ'הערט דער קורצער אבער הארצרייסנדער געשיכטע, קען מען נישט מער ווי פארקלאפן די צוויי הענט אין פיין און שאק.
היינט לאז איך א טרער, א טרער פאר לעזערל מיין ברודער, א טרער פאר'ן בארדיטשובער רבי'ן מיין ברודער, א טרער פאר יעדער איד וואס האט געמאכט א שמחה און הנאה געהאט זיך צו טרעפן אויף אלתר'ס סטאטוס, א טרער פאר די אלע וואס האבן גענאסן פון אים סיי וועלכע טובה, "לייג מיר דעם בילד", "שרייב מיר דעם מעסעדזש", "זיי מפרסם דעם מעמד", "כ'האב געעפנט א נייע ביזנעס טו א טובה לייג עס ארויף" וכהנה וכהנה. היינט לאז איך א טרער אויף מיר אליין וועלכער דארף זיך צו קוקן צו פרנסים המטילים אימה על הציבור און ווי יחידים המשתלטים על הציבור צעפירן זיך שוין ווידעראמאל די הענט אן דעם וואס זיי זאלן האבן סיי וועלכע מורא בשר ודם אדער דארפן אפגעבן סיי וועלכן דין וחשבון.