בלאט 1 פון 1

מיר קומען מיר קומען די שבת גוים קומען!

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 11, 2019 1:06 pm
דורך מודה בטפל
זונטיג חיי גיין זיך ארויסלאזן עטליכע הינדערט שבת גוים טראגן געלט טיילווייז פארדינט מעגליך אויף די טריפנה משומר כלים וואס ווערט לפי הוראת רבינו איבערגעלאזט אינדערהיים פאר מ'גייט זיך טרעפן מיט די עכטע קאנדיסענדינג הייליגע אידן.

סווערט ערווארטעט א מראה הוד ווי דעי הייליגע אידן נעמען איבער די אויסגעהארעוועטע געלט פון די אמעריקאנער שבת גוים וואס וועלן בשעת מעשה האבן אויף זיך דיספאזיבל פילפ פאונס חלילה נישט וויי טון דעי עכטע אידן וואס 'לצורך פרנסה' איז גאר דער הארבסטער חטא.

מיר זינדיגע ווייסן נישט גענוג צו שאצן וואס דאס מיינט אז אינזער טרייפענע געלטער פון אזעלכע פירצה'דיג אידן ווי אונז וועט האבן א תקומה ווען ס'וועט איבערגענומען ווערן דורך די אמת'ע הייליגע אידן. אשרנו מה טוב חלקינו!