בלאט 1 פון 1
הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 5:57 pm
דורך [NAMELESS]
איינע פון די גרעסטע היראו'ס אין די היינטיגע דור איז הרה"ח ר' הערשל וועבער דער גרינדער פון הצלה. עס איז נישט דא נאך אזא הצלחה'דיגע ארגעניזעישאן אין די גאנצע אידישע וועלט, וואס איז אויסגעשפרייט איבעראל ווי ס'איז דא א איד אין די וועלט. און האט שוין געראטעוועט אומצאליגע לעבענס.
לעצטע יאר איז ר' הערשל שטארק נישט געזונט געווארן אבער ער איז ב"ה צוריגעקומען צו די כוחות. לעצטע וואך מוצאי שבת איז געווען א שיינע מסיבת הודאה לכבוד ר' הערשל ווי מ'האט סעלעברירט א לעבן מיט אומגעהויערע אויפטוהונגען פאר כלל ישראל.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VzhOPDwRI24[/youtube]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 13, 2019 5:58 pm
דורך [NAMELESS]
ר' הערשל דערציילט די השתלשלות פון גרינדען הצלה
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=biV7KvxDQaU[/youtube]
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 8:26 pm
דורך חד גדיא
איינער ווייסט אפשר וואס איז פארגעגאנגען אין די מ' יארן ווען ר' הערשל איז אוועקגעגאנגען פון הצלה און געעפענט א קאמפעטישאן "ערשטע הילף"?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:56 pm
דורך [NAMELESS]
עפעס געדענק איך אז איין פרייטאג צו נאכטס האט מען פארברענט זיין ערשטע הילף אמבולאנץ
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 10:00 pm
דורך berlbalaguleh
לפי זכרוני, האט מען געשמועסט אז דאס איז געקומען פון וויזשניץ/מאנסי. וועלכע זענען געווען בעיקר אקעגן הצלה. לפי הוראת רבם ומאורם זצ"ל...!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 1:23 am
דורך שלמה המלך
יהי חלקי בגן איידעם מיט דעם ר' הערשל!
די רעיון הצלה איז געוועהן זיינס און אויך געטוהן למעשה
די טעלעפוין נומער 718-387-1750 איז געוועהן זיין היים נומער און ווי עס האט זיך דערקייקלט!
איעדע מינוט אין לעבען בכדור הארץ איז דא אקטיווע הצלה קאלס וואס אין יעדע איינע גייט זכת פאר הערשל!
אשריך ר' הערשל וטוב לך!
ויהי חלקי עמם בגן עדן!!!
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
שלמה המלך האט געשריבן:יהי חלקי בגן איידעם מיט דעם ר' הערשל!
ויהי חלקי עמם בגן עדן!!!
פארוואס זאל ער דיר אריין לאזן? וואו קומסטו ארין אין די בילד?
Re: הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 11:26 pm
דורך פאליטיקאנט
אלס פיינער איד, אפשר?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 1:02 am
דורך שלמה המלך
עמינדב האט געשריבן:שלמה המלך האט געשריבן:יהי חלקי בגן איידעם מיט דעם ר' הערשל!
ויהי חלקי עמם בגן עדן!!!
פארוואס זאל ער דיר אריין לאזן? וואו קומסטו ארין אין די בילד?
איך וואונטש מיר!
אויב די קאנסט אביסל שפראך...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 4:06 pm
דורך [NAMELESS]
שלמה המלך האט געשריבן:איך וואונטש מיר!
אויב די קאנסט אביסל שפראך...
דערמאנסט מיר טאקע ס'דא אזעלכע גמרות "יהא חלקי".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 7:42 am
דורך איך אויך
והעיקר איז דעם והחי יתן אל לבו!
יא, יעדער קען א קאזינס שוואגערס נעפיו וואס מען האט נישט אנגענומען אין הצלה מחמח פאליטיק, און די אומפארשטענדליכע/אומפארשעמטע שטערונגען מצד הצלה כלפי עזרת נשים קען מען אויך דן זיין ביז די קיען קומען אהיים.
אבער אין די צייט וואס דו טוהסט דאס טוהט הצלה ראטעווען לעבנס פשוטו כמשמעו. אלזא נעמט ארויס דעם דינעם קארטעלע און שטיץ נאך היינט דיין לאקאלע הצלה, אט אזוי וועסטו האבען די זכיה צו זיין א ריכטיגע שותף מיט הצדיק ר' הערשל שליט''א.
Re: הרה"ח ר' הערשל וועבער שליט"א, מייסד הצלה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 8:59 am
דורך שמעי'
ווי ווייט איך ווייס ווערט מען נישט קיין שותף מיט ר' הערשל ווען מ'שטיצט די היינטיגע חברת הצלה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2020 9:32 am
דורך איך אויך
ווי ווייט איך ווייס דארף מען נישט נעמען קיין שכל טעסט פארען זיך איינשרייבן אין קש און יעדער מ''ד קען שרייבען וואסערע שטותים ודברים מופרכים מן השכל וואס עם שמעקט.