בלאט 1 פון 1

לערנט מיר אויס חסידיש אידיש!

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:08 am
דורך פראפעסאר
איך זוך עמעצן, וועלכער קען זיך פארבינדן מיט מיר דורך SKYPE אדער ZOOM אדער וואס-עווער, כדי מיר אויסצולערנען רעדן חסידיש-אידיש. איך קען שוין לייענען, שרייבן און אויך רעדן אידיש, נאר מיין אידיש איז מער-ווייניגער אקאדעמיש/יידישיסטיש. איך וואלט דאס געוואלט פארבעסערן אויף חסידיש-אידיש, איך זאל גרינגער קענען שמועסן מיט מענשטן וועלכע רעדן אידיש טאג-טעגליך. אויב זענט איר פאראינטערעסירט אדער אויב איר קענט עמעצן וואס וואלט געווען פאראינטערעסירט, שיקט מיר א מעסעדזש!