בלאט 1 פון 1
הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 2:50 pm
דורך 1111
איך וויל האבן מער אינפארמאציע איבער הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א, ער טוט אין שלום בית אין איז א גרויסע פארשטייער.
מה טיבו? איינער האט אים געניצט, איז עס געווען סוקסעספול? וואס זענען זייער שיטות וכ'
עס איז מיר פערזענליך נוגע מפני כמה סיבות !!
איך בעט, איך בעט, איך בעט נאכאמאל, ביטע נאר שיקן נעגעטיווע אינפארמאציע אין אן אישי, פאזעטיווע אינפארמאציע קען מען לייגן פאבליק, אבער איך בעט ברחמים, מען זאל נישט לייגן קיין נעגעטיווע אינפא בריבם, נאכאמאל ביטע נישט לייגן נעגעטיוועי אינפא אין פאבליק
א גרויסן דאנק
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 11:59 pm
דורך ירמי'
א רעלאטיוו נייע משפיע/מדריך זיך געדרייט אין קווינס ישיבה דארט אנגעפאנגן מיט שוואכע בחורים געמאכט קומזיצן מיט זיי גענדיגט מיט גוטע אויך מיט פארברענגען הויכע שמועסן פון דארט צו א פסיכילוג, ער פארמאגט אויך א האטליין ווי ער זאגט אריין שיעורים.
פון די קאליבער יונגעלייט וואס הענגן אין עם גלייב איך זיי דרייען זיך נישטא אויב עפעס נאר אין אייוועלט אפשר פרובירסטו דארט.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 4:39 pm
דורך עומק הנפש
איך ווייס פון אסאך אינגעלייט וואס האבן אים געניצט און ער איז געווען זייער סוקסעספול סיי אין שלום בית און סיי אין אנדערע פראבלעמען.
איך ווייס פון אפאר אינגעלייט וואס ער האט אראפגענומען פון פילען
אבער ער גיבט נישט קיין נידעל אויסצוהיילן פראבלעמען מ'דארף שווער ארבעטן מיט זיין מהלך אבער ס'צאלט זיך פיין אויס די ארבעט.
מ'קען הערן די שיעורים אויף קול מים עמוקים 929-250-1000
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:25 pm
דורך קאצקע ציקער
יונגעלייט שווערן זיך ביי עים
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 7:41 pm
דורך נעגעל וואסער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 10:10 pm
דורך בעל רגש
א חידוש'דיגער צוזאמשטעל פון א ברייטער מצומצם,
איך קען עטליכע אינגעלייט וואס דרייען זיך ביי אים, און שפייען אזא עטיטוד פון 'וואס וויסטו בכלל צו זאגן פון אמת'ער אידישקייט... ' מיר זענען מקורב צום אור... זיין השפעה איז א געמיש פון אמת'ע יסודות, מיט קליינקעפיגע מסקנות.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 10:18 pm
דורך קאצקע ציקער
ער האקט אויפן וועקער....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 18, 2019 1:12 am
דורך נולד מאוחר
קאצקע ציקער האט געשריבן:ער האקט אויפן וועקער....
ער האט א געדאנק אויף טעלעגראם טשענעל אז ווען איינער האקט אויף עפעס מיינט אז ער האט בעצם יענע זאך.
נשלח: מאנטאג מאי 04, 2020 6:48 pm
דורך קאצקע ציקער
ער דערמאנט וועקער... קיקט אויס ווי ער ליינט עס
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 8:06 pm
דורך עוקר הרים
כהאב געזעהן אין זיין קונטרס אויף שבועות אז ער האקט אויף די מאמענט אז די שרייבערס האבען נישט קיין קלארע אמונה

נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 8:59 pm
דורך קאצקע ציקער
איך האב עס אויך געזעהן.
ער מיינט לכאורה נישט דאס, ער מיינט צו זאגן אז דו קענסט נישט וויסן צו ער גלייבט צו נישט. ער זאגט נישט אז אלע מאמענט שרייבערס זענען אפיקורסים.
נשלח: זונטאג יוני 21, 2020 4:02 pm
דורך עומק הנפש
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 4:01 pm
דורך לאמיר זאגן
קאצקע ציקער האט געשריבן: ↑
איך האב עס אויך געזעהן.
ער מיינט לכאורה נישט דאס, ער מיינט צו זאגן אז דו קענסט נישט וויסן צו ער גלייבט צו נישט. ער זאגט נישט אז אלע מאמענט שרייבערס זענען אפיקורסים.
ער מיינט צו זאגן אז זיי האבן אינערליך ספיקות, אזוי ווי זייער א סך האבן, אפילו זיי כאפן עס נישט צומאל.
נשלח: מאנטאג יוני 22, 2020 4:08 pm
דורך לאמיר זאגן
נולד מאוחר האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:ער האקט אויפן וועקער....
ער האט א געדאנק אויף טעלעגראם טשענעל אז ווען איינער האקט אויף עפעס מיינט אז ער האט בעצם יענע זאך.
איז דא א פראבלעם צו האבן שוועריגקייטן מיט אמונה און עס אויסקלארן? ער האלט זיכער נישט אזוי. סאו דיין פוינט איז אין זיינע אויגן קיין חסרון בכלל.
Re:
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 11:16 am
דורך טיפער
קאצקע ציקער האט געשריבן: ↑זונטאג נאוועמבער 17, 2019 10:18 pm
ער האקט אויפן וועקער....
וואס האט ער געזאגט דערויף? געדענקסט נאך?
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 10:04 pm
דורך berlbalaguleh
לעצטנס האט זיך אנגעהויבן צו דרייען אין אונזער ביהמ"ד א איד וואס שמו הולך לפניו אז ער טוט א סאך בענייני (געוועזענע) שלום בית. פי' ער ארבעט מיט גרושים, ער איז זיי מחזק.
איך פערזענליך האב נישט צו שטארק געהאלטן פון זיין גאנצן מהלך, ס'איז א ביסל געווען ווי מ'זאגט אין ענגליש... In your face...!
מיט א פאר וואכן צוריק (אפשר פ' וישב) האט דער עולם געשמועסט אויף א געוויסע פרשה אז ס'איז מסוגל צו שידוכים. האביך מיך אנגערופן... צו זיווג שני אויך? דער איד איז שוין דארט געווען גרייט צו ארבעטן מיט מיר, און אויף מיר, אפשר "מחזק" זיין, מיינענדיג אז איך בין א גרוש. האביך איהם געזאגט... רבי... נישט אזוי שנעל... איך בין נישט איינער פון אייערע קליענטן...!
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:44 am
דורך עמקות התם
די שמו הולך לפניו האבען מיר שוין ג'הערט, אבער וואס איז די שמו אליין?
Re: הר"ר יחזקאל יואל גליק שליט"א
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 7:36 pm
דורך berlbalaguleh
דעם לעצטן נאמען ווייס איך נישט. נאר מ'רופט עים אויף (הרב) יצחק יודא ב"ר יו"ט ליפא. (אפשר איציק לייב...עפעס). ווען כ'וועל וויסן וועל איך צוריקקומען, בלי"נ.