בלאט 1 פון 1

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
דער (חשוב'ער) וועקער שי' עמו"ש: איך בין זייער שטארק פרייליך צו הערן די בשורה מרנינה אז די שוועריגקייטן זענען ב"ה באזייטיגט געווארן. און פון יעצט אן וועללן מיר נאר זעהן נחת צוזאמען אין פריידן. אכיה"ר...!

אבער איך וועלל מיר ערלויבן צו פרעגן אן אפיקורס'ישע שאלה... ווען מ'האט געהויבן דעם פרייז פאר אונזער אלעמען באליבטער וועקער פון $8 צו $10 דאללער. איז די אנגעבליכע סיבה געווען ווייל ס'האבן זיך אנטוויקלט פארשידענע שוועריגקייטן און טעכנישע קאמפליקאציעס. איינס פון די הויפט שוועריגקייטן איז געווען דער פאקט אז עמעזאן האט געלאזט וויסן אז KDP איז נישט מעגליך אדורכצופיהרן אויף אידיש און לשה"ק. אבער היינט אז זיי האבן עס בחסדי ה' צוריק ערמעגליכט. קענען מיר האפן אז די אומ'געהויערע הויכע פרייז וועט צוריק אראפגיין כמקדמת דנא...?!

איינער פון די געטרייע ליינערס וועלכער איז זיך משתעשע מיט א יעדע אויסגאבע באזונדער.

דוב בער דער 7'טער.
המכונה בערל בעל עגלה

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 14, 2019 10:34 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
יום בשורה היא לי, חג יחיד אעשה לי, אויף דער געוואלדיגע נייעס! עס מאכט מיר אסאך אויס, הן אין ביזנעס הן אין מיין פריוואטע לעבן. איך דרוק דאך ביכער און ספרים פאר זיך זעלבסט, צו לערנען און ליינען. יעצט איז מיר געווארען מעגליך און ביליגער.

איך האפ אז די כסדר'דיגע נודזשען איז א סבה געווען פאר זייער ענדערונג, ווייל איך האב עטליכע מאל געשיקט פאר זיי אימעילס, נישט נאר אין אנהייב.

כן יאבדו כל איביך ה'! על הסלע הך ויצאו מים!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 10:26 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אויב האב איך פראוואטע פי די עף קונטרסים וואס איך וויל אפדריקען פאר מיר אן פאבליצירן צום פאבליק קען מעם דאס טין אויף kdp אין אויב יא ווי אזוי טיט מען דאס?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 8:32 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס פלעגט זיין צוויי וועגן. אדער מאכט מען די פרייז אויף עמעזאן $999 און קיינער וועט עס נישט קויפען. אדער גלייך נאכ'ן דרוקען נעמט מען עס אראפ.

איך מיין אבער אז יעצט אז דא לכתחילה אזא אפציע. אין די לעצטע יאר האב איך געדרוקט אפאר זאכען אויף ענגליש און עס ליגט מיר אין קאפ אז איך האב נישט געהאט קיין פראבלעם.

אלענפאלס, וועלקאם בעק קעניג!