די עוועלוציע פון מאדערן חרדיזם

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
בעל רגש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 23
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 11:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

די עוועלוציע פון מאדערן חרדיזם

שליחה דורך בעל רגש »

סיסטעם סיסטעם סיסטעם...
ארויסגיין פון סיסטעם, האקן אויף סיסטעם, בלייבן און סיסטעם.. א גאר אפט באנוצטע ווארט דא אין שטיבל, א שנעלע זיך דא אויף דעם ווארט, האט געוויזן 5327 רעזולטאטן...גאנץ אסאך, גענוג אויף צי ער וועקן מיין נייגער ווער איז ער אט דער מאכטפולער בריאה סיסטעם, אדער גאר ווי אזוי מאנכע רופן אים, חרדיזם, צי וואס די קאווע שטיבל אינטעלעקטואלן פארמאגן אזא האס, שעצונג, ליבע, צי שנאה, און אדרעסירן איר, דירעקט צו אומדירעקט, אין כמעט יעדע וועקער ארטיקל, פון תגלחת נשים, ביז יששכר כץ, פון מארק שפירא, ביז בילדער פון פרויען, פון יצחק לעבאוויטש ביז דעם רענעסאנס חסיד, פון ארטיסטישע קאריקאטורן, ביז היסטארישע אפהאנדלונגען אויף חכמת חיצוניות און טומאות נדה, פון תמימות'דיגע קאמענטארן און הנצחות, ביז הומאריסטישע שילדערונגען און דראמאטישע ראדימנע פארזעצונגען, פון קטלא קניא' דיגע עצות, ביז איבערזיכטן אויף תורת הקבלה....
איך מיין איטס עבאוט טיים צי כאפן דעם בחור ביים נאמען, און זיך דערגרונטעווען איינמאל פאר אלעמאל, ווער ביסטו מר. סיסטעם???
איך: ערשטע פראגע, ווער ביסטו? איז דיין עקזיסטענץ א אויסגעארבעטע מהלך דורך רבנים צדיקים וכדו' וואס האבן פארשטאנען אז פארן קיום הדור ברויך מען אדאפטירן דעם מהלך פון סיסטעם, און אויב די ענטפער איז יא, ווער זענען זיי, די בעלי הסיסטעם??
סיסטעם: א גוטע שאלה וואס הערשט גרויס צעמישעניש איבער דעם. ערשטע תירוץ איז, בעצם בין איך גאר אלט, איך גיי נאך צוריק ביזן וועלט באשאף, צווייטנס, וועט דיר אפשר זיין אינטערעסאנט צו הערן, אבער איך עקזיסטיר בכלל נישט! יא אזוי ווי די הערסט, דהיינו, אנדערש ווי אסאך מיינען, בין איך בכלל נישט קיין מציאות, נאר ענדערש בין איך א עוואלוציאנערישע אנטוויקלונג, וואס דעוועלאפירט זיך צוביסלעך און טוישט דירעקציעס, ווירדן ,און פאדערונגען,יעדע תקופה.
איך: עס הערט זיך זייער אן אבסטראקטער געדאנק, איז מעגליך מער צי צעלייגן דעם חילוק, און ווי עס קלאפט אויס?

סיסטעם: זיכער, נעם דיין ביזנעס פאר א משל, איז די פאקט אז דיין ביזנעס לויפט אויף מאדערענע טעכנאלאגיע און קאמפיוטערס, א סיסטעם וואס עמיצער האט אראפגעשטעלט און געפאדערט פון דיר אוועקציווארפן דיין טייפרייטער, קאלקולעיטער, פערד און וואגן, אקער אייזן, האק, אדער ניי מאשין? די תירוץ איז, יא און ניין, יא די פאלגסט נאך די פארשריפטן און סיסטעם וואס מאכן פרנסה אויף דעם פלאנעט, פאדערט, און ניין, ווייל די סיבה פארוואס די וועג פון מאכן געלט האט געטוישט אירע טאקטיקן, איז נישט צוליב איינער וואס האט אזוי באשלאסן, און ארויפגעצווינגען, אדער אויפגעקלערט די וועלט אז דאס איז די ריכטיגע וועג היינט ציטאגס, נאר די ביסט א חלק פון די וואס מאכן דעם החלטה,פשוט ווייל מציאות האט אונז געפירט און דעם דירעקציע, און דער זעלביגער וואס האט באפוילן ר' זכרי'ן אוועקצילייגן דעם פעדער, און אנהייבן ניצן דעם דרוקעריי מאשין, האט באפוילן מאטי אוועקצווארפן זיין בלאקבערי, און קויפן א אייפאון 10X. אוודאי וועט היסטאריע אייביג אנצייגן אויף דעם רעוועלוציאנער וואס האט געטוישט די וועלט, אבער אויף למעשה ביסטו דער וואס מאכט די החלטה.
לאמיר גיין א טריט וויטער, ווען א מאדערן ארטאדאקסישער ראביי גייט מארגן אפמאכן ארויסציגיין מיט אפענע שטיצע פאר די LGBT קאמיונעטי, מיט קלארע הסברים ווי אזוי עס שטימט מיט די תורה, האט ער בעצם געמאכט א שטארקע טויש אויף לינקס, ניין? אבער באמת פאלגט ער נאר נאך די אריגינעלע ווירדן, וואס הרב הילדעסיימער און ר' שמשון רפאל הירש האבן אראפגישטעלט נאך און יארע 1851, פון טוב תורה עם דרך ארץ, נאכפאלגענדיג מיט הרב סאלאוויטשיק'ס תורה ומדע פילאזאפיע , אמת טאקע אז זיי האבן דאס נישט געשטיצט, אבער מיט אן אידאלאגיע וואס איז געבויט אויף צוזאמשטעלן תורה מיט סעקולארע אידאלן, איז פשט 1+1 צו נעמען אזא דירעקציע. איז ראביי אבי ווייס געגאנגען לינק מיט זיין 'אפענע ארטאדאקסיע' וויזיע? קלאר אז יא, אבער ווען מאדערן ארטאדאקסישע רבנים שוימען און שרייען אז ער פירט אראפ דעם דור, און אז ער רעפארמירט אידישקייט, און חובבי תורה איז א סכנה... ברענגט עס ארויס געלעכטער ,איז דאס נישט א דירעקטער עוועלוציע פון תורה עם דרך ארץ קולטור? אויב סאציאלע און סייענטיפישע ווירדן זענען גאר וויכטיג צו מאכן ארבייטן מיט תורה ומצוות, איז דען דא אין די היינטיגע וועלט עפעס וויכטיגער ווי מענטשען רעכטן?? דאס איז דאך פונקטליך וואס די טאטעס האבן געוואלט!
סך הכל, ווען זאכן ווערן געטוישט און סאסייעטי, אויף רעכטס צי אויף לינקס, איז עס נישט א החלטה וואס עמיצער האט אויספלאנירט און ארויפגעצווינגען, נאר ענדערש א פשוט'ע אנטוויקלונג פון די יסודות'דיגע ווירדן. זייער פשוט.
איך: אקעי, מאכט סענס, אבער למעשה ווי קלאפט אויס די חילוק ביי מיר, און וואס מאכט עס אינז אויס?
סיסטעם :לאמיר דיר זאגן, מען הערט אסאך ווי מענטשען האבן גרויס טענות אויף מיר, סיסטעם, נעם למשל א דוגמה אזא זאך ווי בילדער פון נשים, קען קומען איינער און זיך נעמען מאכן קולות אויף מיר, אינמיטן ביהמ''ד און גאר מיר באשולדיגן אז איך בין דער וואס האט ראדיקאליזירט און אינגעפירט דעם פארבאט פאר די היימישע צייטונגען און מאגאזינען, צו פובלעצירן בילדער פון צניעותדיגע פרויען, און ער ברענגט גאר רעיות צו זיינע ווערטער מיט קאפיעס פון אלטע גליונות און ירחונים וואס פארמאגט קלאר אש שחורה על אש לבינה'דיגע בילדער, פון מיטגלידער פונעם אנדערן גענדער, און מיט דעם וויל ער מיר איבערווייזן אז מיר ווערן מער און מער ראדיקאל. און שולדיג און דעם בין איך! ר' איד! וויל איך עים צירוקשרייען, דו ביסט נישט קיין אויפגעקלערטער, דו ביסט א פאלנער אנאלפאבעט און היסטאריע, דו וויסט אויף וועלכע ווירדן ארטאדאקסיע האט זיך געגרינדעט, און ווער בכלל? טא לאמיר אייך פארציילן, די ארטאדאקסישע סטרוקטור איז אנטוויקלט געווארן און לויף פון די יארן וואס אידן האבן געוואוינט און די אייראפעישע לענדער, און באפעסטיקט און אוועקגעשטעלט געווארן דורך דער הייליגער חתם סופר ותלמידיו, וואס האבן אוועקגעשטעלט יסודות, וואס איז די עיקר געבויט אויף מסירת נפש פאר קיצו של יוד פון הלכה, און זיין אפגעטיילט פון גוי, אוןן משועבד צי תורה, יעצט פארוואס האט נאר דער מאדערן ארטאדאקס א רעכט צוציפאסן זיינע היינטיגע טשאלאנדשעס צו זיינע מסורה'דיגע יסודות, און חרדיזם נישט? איז דען ווייזן שווארץ און ווייסע בילדער פון פרויען און יענע עפאכע, ווען על פי רוב האבן זיי אויסגעזען פרומער פון די פרומסטע אידענע היינט, בכלל געווען א סתירה צו איינע פון די ארטאדאקסישע כללים?? קלאר אז נישט! אבער איז אראפשטעלן היינט צו טאגס , ווען די וועלט איז שמוציגער פון מיין באמאכטע גאטשע, און פרויען האבן פארגעסן פארוואס חוה האט זיך ציגעדעקט מיט בלעטער, א נארמע צו פובליצירן בילדער פון פרויען און צייטונגען, א סתירה צו ארטאדאקסיע? קלאר אז יא!
יא מיר פארן מיט מיט די וועלטס פראגרעס! מיר שטעלן זיך צו צי די ' 20 וועלטס ווירדן! מיר זענען מאדערן! דו האסט א פראבלעם? דיין פראבלעם איז נישט מיט מיר, סיסטעם, איך בין נאר א רעזולטאט, נאר מיטן חתם סופר, דו שפירסט אז ארטאדאקסישע אידישקייט איז צי שווער פאר דיר? אקעי איך פארשטיי, נישט יעדע מהלך איז געמאכט פאר יעדן, דו ביסט אן עדאלט, דו קענסט אפמאכן וואס די ווילסט,
וואס??? איך קען טוהן וואס איך וויל? די סיסטעם האלט מיר פארשפארט! איך קען מיך נישט רירן קיין אינטש אן ווערן געדזשאזשט! איך טויש נאר מיין קאפל פון 6 סלייסעס צו 4, באקום איך שוין א בריוו פון די מוסדות...פאריקטע סיסטעם....
זעסט? שוין וויטער באשולדיגסטו דעם אומשילדיגן, נעם און באטראכט, ארטאדאקסיע האט זיך געגרינדעט מיט א מורא'דיגע פחד פון אריינדרינגער,און דאס איז וואס האט געברענגט דעם טיילונג, איז דען געווען און אונזער היסטאריע אזא תקופה ,וואס די קינדער פון שטיבער וואס זייערע השגות זענען גאר ווייט אפגעריקט איינער פון צווייטן, זאלן אויפוואקסן צוזאמען? נישט אז דאס בארעכטיגט טעראר, נאר באשולדיג נישט מיר, בשעת ווען דאס איז פשוט א תוצאה .
איך: איך פארשטיי דיין ווייטאג, אבער לאז מיר דיר פרעגן, לויט דיין טעאריע, אז אונזערע היינטיגע חרדישע נארמעס זענען גארנישט קיין ראדיקאליזם נאר בסך הכל דעוועלאפירט פון די וועלט נידריגקייט און מציאות, דאן לכאורה וואלט אויך געדארפט זיין געוויסע זאכן וואס זענען געווען גאר הארב אמאל, אבער צוליב די וועלט פראגרעס, האבן זיך מציאות'ן געטוישט, און היינט זענען זיי אקצעפטירט און ארטאדאקסיע, איז דען פארהאן אזא זאך?

סיסטעם: לאמיר דיר פארציילן שטילערהייט, און די גרינדונג פארשריפטן פון ארטאדאקסיע איז איינע פון די סאמע ערגסטע עבירות געווען, שטודירן, א בחור וועס איז געגאנגען לערנען און איניווערסיטעט, האט ווי זיך זעלבסט באשפריצט מיט שמד וואסער, זאג מיר מיין פריינט, איז דא היינט איין פארשטענדליכער רב אדער דיין, וואס וועט אפהאלטן א אינגערמאן פון גיין ארויסנעמען א דיפלאמע? אדרבה, קוק דיך ארום, פון אלע זייטן זענען דא היימישע אינגעלייט ערנסטע פראפעסיאנאלן און אלע פעלדער, פון טעראפי ביז פינאנץ, וואס די רבנים שיקן גאר צי זיי! איז עס נישט אינטערעסאנט אז די סאמע הארבסטער איסור, אזש מען פארציילט א מימרא, דאכט זיך פון בעלזער רב, וואס האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם דאקטער מיט בארד און פיאות, אז ער זאגט אים צי גן עדן אויב שניידט ער עס אפ.., איז בטל ומבוטל ביי די סאמע פרומסטע?
נאר די תשובה איז פשוט, שטודירן בשעתו איז געווען די גרעסטע סכנה פארן ארטאדאקסישן עקזיסטענץ, און היינט איז עס מער נישט! פינטל. יא, מיר זענען מאדערן! מיר גייען מיט'ן שטראם פון די וועלט.!
לאמיר דיר פארציילן א מעשה, א גרופע אינגעלייט און איינע פון די נייע געגנטער, האבן זיך לעצטנס גרופירט און געעפנט א געשמאקע ביהמ''ד א קרעמל, די ערשטע וואך פרייטאג צו נאכטס איז ציגעגאנגען איינער פון די חברים א שיינע בעל תפילה, און עס האט זיך פארמיריט אזא כמו קארליבאך דאווענען, די אינגעלייט האבן געשמאק געזינגען און געפיהלט זייער ספיריטואל, און האבן עס געוואלט איינפירן פאר א קביעות, איינער פון די מתפללים א פרומטשיקער, האט אבער אויפגעהויבן א פראטעסט, היתכן, עס איז קלאר אנטקעגן די תקנות מיהאלאוויץ ,וואס אלע ארטאדאקסישע רבנים האבן אינטערגעשריבן און אונגוואר בשנת תרכ''ו, וואס דארטן שטייט בפירוש אז עס איז אסור צו דאווענען און א שול וואס מען זינגט א כאר,
בקיצור, האט ער אנגערופן א רב גאר א פרומער און שארפער א אויסגעבויטער בעל השקפה, פארלייגן זיין פראגע,
דער רב האט אים געענטפערט א יסודות'דיגער ענטפער.
''אמאל איז געווען אסור צו דאווענען מיט א כאר, ווייל מען האט זיך געוואלט ציגלייכן צי די גוים, היינט ווען אינגעלייט ווילן זינגען ביים דאווענען, איז ווייל זיי ווילן זיך ציגלייכן צי די אידן!... '' איר פארשטייט? אזוי גלאט ארויסגעשניטן איינע פון די שטערקסטע יסודות!
די סך הכל איז קלאר, הערט מיר אויף אטאקירן! מיר טוישן יסודות, און שטעלן אוועק גדרים געוואנדען און די וועלטס מציאות, און יא מיר מאכן שינויים אויף רעכטס ,אבער אוך אויף לינקס!...
יא! מיר זענען שטאלצע מאדערן חרדים!!...
אויב האסטו מיר געגעבן א לייק, האסטו פארשטאנען וואס איך האב געשריבן, אז נישט, ביטע לייען עס איבער.

דער אשכול פארמאגט 15 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר