בלאט 1 פון 1

צעקות ביים דאווענען; א הפסק?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 2:06 pm
דורך לבי ובשרי
און גענוג און נאך חצירות איז איינגעפירט אלס לכתחילה שבלכתחילה אז דאס דאווענען זאל צוגיין מיט געשרייען און געוואלדערייען אינדערמיט. א שטייגער ווי אין וויזניץ, וואו מען שרייט פארשידענע קולות, טאקע נישט קיין ווערטער, אבער לולא דמסתפינא לאזט זיך זאגן אז זייערע וויי וויי ווייען איז נאך ערגער ווי א זאץ אין אידיש... די זעלבע איז אין קרעטשניף און נדבורנא ווי עס איז א 'מוז' אז דאס דאווענען מוז אנטהאלטן פערזענליכע געשפרעכן מיט אבינו שבשמים, א שטייגער ווי "טאטע קרוין" און נאך למיניהם.

אלזא, דער בארימטער רב ופוסק הספרדי, רבי בנצין מוצפי, איז אין א שיעור סארקאסטיש ארויסגעקומען קעגן די מנהגים און ער טוט דאס שטארק ארונטעררייסן.

אט איז א לינק צום ווידעא:

בעצם, אויף דאס וואס ער באציט זיך, איבער די וויי וויי וויי געשרייען, איז לכאורה סתם שפאס כדרכו בקודש. אבער דאס מפסיק זיין מיט ווערטער א שטייגער ווי די פריערדערמאנטע חצירות וועט לכאורה יא זיין א פראבלעם.

כפי זכרוני איז פארהאן א תשובה וואס הגאון בעל מנחת יצק האט געשריבן צו מרן מתו"א זצ"ל איבער די הפסקות פון געשרייען אויפן אידישן שפראך אינמיטן דאווענען, ער איז שיין מאריך אין דעם ענין, אבער נאכן זוכן יעצט א וויילע האב איך דאס נישט געקענט געפינען, און די זעלבע די מסקנא וואס ער פירט אויס תבנא לדינא דענק אויך אויך נישט איצטערט.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 2:15 pm
דורך לבי ובשרי
לבי ובשרי האט געשריבן:כפי זכרוני איז פארהאן א תשובה וואס הגאון בעל מנחת יצק האט געשריבן צו מרן מתו"א זצ"ל איבער די הפסקות פון געשרייען אויפן אידישן שפראך אינמיטן דאווענען, ער איז שיין מאריך אין דעם ענין, אבער נאכן זוכן יעצט א וויילע האב איך דאס נישט געקענט געפינען, און די זעלבע די מסקנא וואס ער פירט אויס תבנא לדינא דענק אויך אויך נישט איצטערט.

אה. יגעתי ומצאתי. כ'האב פארטוישט צווישן הגאון בעל מנחת יצחק און בכל תשובות והנהגות. אט איז די מעשה (קרישקע) במלואה.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 3:01 pm
דורך אישתישבי
מנשה קטן האט א תשובה להיתר כמובן.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 3:41 pm
דורך שמעון וואלף
ס'דא א תשובה פון מנחת יצחק צום סקולענע רבי בעל נועם אליעזר בנוגע זינגן (א ניגון אן ווערטער, כמובן) נאכ'ן זיך וואשן פאר די המוציא. אויב איך געדענק גוט זאגט ער אס מ'זאל עס נישט טון.

די קלויזענבורגע רב ז"ל פלעגט אסאך מפסיק זיין אינמיטן דאווענען, למשל "הייליגע באשעפער" וכדומה. אבוויעסלי האט ער געהאלטן ס'נישט קיין פראבלעם

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 4:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ווען מ'זאגט אהבה רבה נאך סוז"ת אדער מ'דאוונט שחרית נאך חצות, מעג מען זיכער מפסיק זיין, אין איסור חל על איסור.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 4:14 pm
דורך אישתישבי
וואס איז דער איסור פין דאווענען נאך ז"ת אדער חצות? דער עבירה איז געוועהן ווען מען האט נישט געדאווענט אין צייט.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 5:13 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ברכות לבטלה.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 7:50 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי: הרב מוצפי (Mussaffi) שליט"א קען זיין א גרויסער גאון און פוסק. אבער זעענדיג דעם קליפ זאג איך אז ער איז א לץ און א ראסיסט. קודם. וואס מאכט ער חוזק פון דעם אשכנז'ישן אקצענט. יא. מ'קען זיך דינגען וועלכער וועג איז דער ריכטיגער , אריגינאלער וועג פון ארויסזאגן די ווערטער. ווען ער ווילל ארויסברענגען א נקודה קען ער עס זאגן אויף אן ערנסטן וועג.

הרב הצדיק ר' עובדי' יוסף ז"ל האט אויך געליטן אויף די מחלה. ראסיזם. ער האט געמעגט זאגן ..."אשכנזים, חמורים"... און חוזק מאכן וויאזוי די אשכנזים זאגן ארויס ווערטער פון דאווענען און קריאת התורה. אבער ווען איינער דערוואגט זיך נאר צו מאכן די קלענסטע הכללה אויף די ספרד'ישע קהילה, איז ער שוין אפגעסטעמפלט אלס ראסיסט...!

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 16, 2019 7:59 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:מנשה קטן האט א תשובה להיתר כמובן.

וואסי? מנשה קטן איז עפעס געווען א גאסן קערער?! ער איז דאך געווען א גאון עולם. און א ירא שמים מרבים. כ'ווייס נישט. אפשר ווייל ער איז געווען א תלמיד פון קלויזנבורג'ער רב זצוק"ל. און דו ווילסט מרבה זיין בכבוד המדומה של סאטמאר. ביזסטו איהם מבזה...! יא! איך בין מוחה. אנצורופן א איד א גאון וצדיק מיט כינויים של גנאי...! דו קענסט דיך צוזאמפארן מיט י--- ש--- ה---. וועלכער איז געווען א מעמבער אין דעם ג--- קלאב אין ישיבה...!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 17, 2019 12:38 am
דורך לבי ובשרי
berlbalaguleh האט געשריבן:לבי ובשרי: הרב מוצפי (Mussaffi) שליט"א קען זיין א גרויסער גאון און פוסק. אבער זעענדיג דעם קליפ זאג איך אז ער איז א לץ און א ראסיסט. קודם. וואס מאכט ער חוזק פון דעם אשכנז'ישן אקצענט. יא. מ'קען זיך דינגען וועלכער וועג איז דער ריכטיגער , אריגינאלער וועג פון ארויסזאגן די ווערטער. ווען ער ווילל ארויסברענגען א נקודה קען ער עס זאגן אויף אן ערנסטן וועג.

הרב הצדיק ר' עובדי' יוסף ז"ל האט אויך געליטן אויף די מחלה. ראסיזם. ער האט געמעגט זאגן ..."אשכנזים, חמורים"... און חוזק מאכן וויאזוי די אשכנזים זאגן ארויס ווערטער פון דאווענען און קריאת התורה. אבער ווען איינער דערוואגט זיך נאר צו מאכן די קלענסטע הכללה אויף די ספרד'ישע קהילה, איז ער שוין אפגעסטעמפלט אלס ראסיסט...!

יא יא. ריכטיג. נישט אומזיסט לאווט אים אמנון יצחק.